- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס. די וואָך האָט מען דערמאָנט אַ געשעעניש פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געהאַט אַ ממשותדיקע השפּעה, קודם־כּל, אויף אַ גיכערן סוף פֿון דער שרעקלעכער שחיטה אין אייראָפּע; מיר מיינען דאָ דעם טאָג פֿון 6טן יוני 1944, ווען אין נאָרמאַנדיע, פֿראַנקרײַך, האָבן זיך דעסאַנטירט די מיליטער־טיילן פֿון דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע. דערמיט איז געעפֿנט געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "צווייטער פֿראָנט". אויף די שפּאַלטן פֿון דער וועלט־געשיכטע ווערט עס אָפּגעשאַצט פֿון צוויי קוקווינקלען — די מערבֿדיקע אָפּשאַצונג און די סאָוועטישע. אייגנטלעך, קומט אַרויס דער טערמין "צווייטער פֿראָנט" פֿון די סאָוועטישע קוואַלן, און דערבײַ פֿלעגט שטענדיק צוגעגעבן ווערן אַ קאָמענטאַר וועגן "אַ פֿאַרשפּעטיקטער אַטאַקע" קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד, ווען דער גורל פֿון דער מלחמה, לויט זייער השערה, איז שוין צו יענער צײַט געלייזט געוואָרן, און די היטלעריסטישע אַרמיי, אַן אויסגעמאַטערטע און אַן אַנטבלוטיקטע, האָט זיך קוים קעגנגעשטעלט דעם מערבֿדיקן מיליטער. ווען אַן אינטעליגענטער, טאַלאַנטירטער ייִדישער בחור אָדער מיידל גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, זוכן זיי געוויינטלעך אַ געביט, וווּ ער אָדער זי קען זיך אויסצייכענען און, אויב מעגלעך, גוט פֿאַרדינען: מעדיצין, יוריספּרודענץ, פֿינאַנץ, די אַקאַדעמישע וועלט, אאַז״וו. אַ טייל פֿון די יונגע לײַט באַשליסן אָבער אַנדערש: אויסצוניצן זייערע פֿעיִקייטן צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿט דאָ אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל. דאָס זענען די מענטשן וואָס די אָרגאַניזאַציע Presentense (איבערזעצונג: "די איצטיקע צײַט") זוכט צו העלפֿן. הײַיאָר האָט Presentense — וואָס אירע צווײַגן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ — אויסגעקליבן 64 אַזוינע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמער, און במשך פֿון פֿינף חדשים זיי באַקענט מיט געניטע ייִדישע קאָמונאַלע פֿירער, לערער און עצה־געבער אין פֿאַרשידענע געביטן, וואָס האָבן זיי געגעבן קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע אינאָוואַטאָרישע געדאַנקען אין ווירקלעכע (און פֿינאַנציעל געראָטענע) אונטערנעמונגען. כּל־זמן ישׂראל און אַמעריקע זוכן ווייטיקלעך אַ פּשרה, ווי אַזוי צו באַוואָרענען די פּאַלעסטינער מיט אַן אייגענער מלוכה (דערבײַ זאָלן אויך די שעפּסן בלײַבן גאַנץ און די וועלף — זאַט); זוכט רוסלאַנד אַ וועג אַרײַנצושטעלן אַ פֿוס אין דער נאָך נישט געשאַפֿענער פּאַלעסטינער מלוכה (לויט אַן אַנדער ווערטל: פֿון אַ חזיר אַ האָר). צוליב דעם לאָזט מאָסקווע אין גאַנג אירע שוין אויסגעפּרוּווטע מיטלען (אויסגעפּרוּווט נאָך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) צו דערנענטערן צו זיך די פּאַלעסטינער, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער טראַדיציאָנעלער פֿרײַנדשאַפֿט מיט די אַראַבישע ברידער. אַזוי, למשל, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער מאָסקווע אַ צונויפֿקומעניש צווישן די פֿירער פֿון פֿאַרשידענע פּאַלעסטינער גרופּירונגען, אָרגאַניזירט כּלומרשט דורכן אינסטיטוט פֿון מיזרח־פֿאָרשונגען בײַ דער רוסלענדישער אַקאַדעמיע. אמת, אין דער דאָזיקער טרעפֿונג האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די מיטאַרבעטער פֿון אויסערן־מיניסטעריום, אָבער דאָס זײַנען שוין קלייניקייטן. דער הויפּט־ציל איז דאָך געווען אַרויסצוהעלפֿן רויִק, אָן אַ דראַנג פֿון דרויסן, צו פֿאַרפֿעסטיקן דעם "דערפֿאָלג", וואָס איז דערגרייכט געוואָרן אין קאַיִר צווישן די צוויי גרעסטע פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס — "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס". ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג? זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך. ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי... אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע! ניו־יאָרק און מאָנטרעאָל זענען צוויי שטעט וואָס געפֿינען זיך בלויז עטלעכע שעה צוצופֿליִען איינער פֿון דער אַנדערע, נאָר זיי זײַנען ווי טאָג און נאַכט וואָס שייך זייערע פֿיל־שפּראַכיקע "לאַנדשאַפֿטן"; דער עיקר, די לאַנדשאַפֿטן פֿון ייִדיש און פֿראַנצויזיש. די "לאַנדשאַפֿט" פֿון אַ לשון באַשטייט פֿון דער קולטור און פֿון די אינסטיטוציעס, וואָס אַנטוויקלען זיך אויף און אַרום דעם לשון, דאָס הייסט, נישט נאָר דאָס לשון גופֿאַ, נאָר די גאַנצע סבֿיבֿה וואָס איז מיט אים פֿאַרבונדן. פֿראַנצויזיש אין קאַנאַדע פֿראַנצויזיש איז געקומען קיין קאַנאַדע ווי אַן אָנזאָג און פֿירשפּרעכער פֿון אַ גרויסער פֿראַנצויזישער אימפּעריע אין "דער נײַער וועלט". פֿון דער גאַנצער מעכטיקער אימפּעריע, וואָס די פֿראַנצויזן האָבן פֿאַרלוירן בעת זייערע קאַמפֿן מיט די ענגלענדער אויף די אַ״ג "פּליינען פֿון אַבֿרהם" (1759), איז זייער לשון געבליבן ווי אַ זכר־לחורבן און ווי אַ נר־תּמיד; אי ריזיק, אי אָפּהענטיק. פֿון דער גרויסער אימפּעריע איז שוין לאַנג כּמעט ווי גאָרנישט ניט געבליבן, נאָר דאָס לשון זייערס האָט במשך אַ סך דורות געהאַלטן אין איין וואַקסן און אויסשפּרייטן זיך. אַפֿילו אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון די שטאַטן, ניט ווײַט פֿון דער קאַנאַדער גרענעץ (וועגן קאַנאַדע גופֿאַ איז דאָך אָפּגערעדט), זענען אויפֿגעקומען הונדערטער פֿראַנצויזישע ייִשובֿים, שולן, קלויסטערס, אוניווערסיטעטן, געשעפֿטן, צײַטונגען, קראָמען און וווילטעטיקע קרײַזן. זייער אַריכות־ימים איז עד־היום אַ ריזיקער כּוח. אין דער קאַנאַדער געזעלשאַפֿט איז דער "פֿראַנצויזישער פֿאַקט" אַ קלאָר וויכטיקער און אַפֿילו דאָמינאַנטער אויף גאָר אַ סך געביטן: דעמאָגראַפֿיש, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש און קולטורעל. מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק פֿלעג איך גיין אין מײַן לערנשול דורך אַ פּאַרק, אָדער ריכטיקער — אַ שטיקל פּאַרק, ווײַל מע האָט אים דעמאָלט נאָר פֿאַרלייגט און אָנגערופֿן "פּאַרק פֿון שלום"; ווײַל פּונקט דעמאָלט האָט ניקיטאַ כרושטשיאָוו זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן סטראַטעגיע פֿון שלום איבער דער גאַנצער וועלט. און נאָך איין מאַנקאָליע האָט ער — כרושטשיאָוו — זיך דעמאָלט אַרײַנגעקלאַפּט אין זײַן פּויעריש-באָלשעוויסטישן קאָפּ, דהײַנו: אַז אין יאָר 1980 וועט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנטרעטן אין דער תּקופֿה פֿון קאָמוניזם. ווי מיר ווייסן איצט, האָט אי כרושטשיאָוו אי דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנגעטראָטן אין אַ היפּש ביסל זאַכן, אָבער ניט אין קאָמוניזם. כרושטשיאָוו איז געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט געגלייבט, אַז דער מאַרקסיסטישער גן-עדן איז ערגעצוווּ גאָר ניט ווײַט, אַז מע קען אים שוין כּמעט אַ טאַפּ טאָן צי, לכל-הפּחות, זען פֿון דער ווײַטנס; בפֿרט, אויב מע געפֿינט זיך אין מאָסקווע. טובֿיה גען, דער סאָוועטיש-ייִדישער שרײַבער, האָט מיר דערציילט, ווי ס׳האָט אין קאָמוניזם געגלייבט דער תּמיד שיכּורעוואַטער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הינטער מאָסקווע, וווּ גען האָט קוים געפֿונען אַן אַרבעט נאָך דעם ווי מע האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה ליקווידירט דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "אמת". יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט דער רעדאַקטאָר קומען און קודם-כּל פֿרעגן, צי די רעגירונג האָט נאָך ניט אַנאָנסירט דעם אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה. שוין אַרום אַ יאָר צענדליק, וואָס אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון שטאָט ניו־יאָרק, טרעפֿט זיך יעדן חודש אַן אומגעוויינטלעכע גרופּע מענטשן, כּדי זיך אַראָפּצורעדן פֿונעם האַרצן מכּוח זייערע פּאָליטישע און פּערזענלעכע פּראָבלעמען. זיי זעצן זיך אויס — ישראלים, פּאַלעסטינער, אַמעריקאַנער יִידן, אַמעריקאַנער קריסטן, מוסולמענער פֿון מיטל אַזיע, אַראַבער — און ברענגען אַרויס זייערע איבערלעבונגען, זייערע האָפֿענונגען און שוועריקייטן, זייער אַנאַליז פֿון פּאָליטישע און געשיכטלעכע געשעענישן, ווי אויך אַנדערע, טעמעס ווי די צײַט דערמעגלעכט. דאָס אַלץ געשעט בשעת די באַטייליקטע באַמיִען זיך, ווי ווײַט מעגלעך, צו שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון פֿאַרשטאַנד און מיט אַ שטרעבונג זיך צו לערנען איינער פֿונעם אַנדערן. די אָרגאַניזאַציע וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, הייסט "דער דיאַלאָג-פּראָיעקט", און דער מוח און די אָנפֿירערין פֿון דעם איז מאַרשאַ קאַנאַרי, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון ברוקלין. זי זאָגט אַז נאָכן וווינען אין ישׂראל און אַנדערע מקומות, האָט זי באַשלאָסן זיך צוריקבאַזעצן אין ברוקלין, וווּ ס’רוב אירע געשטאָרבענע קרובֿים זענען באַגראָבן, און זי דעפֿינירט זיך הײַנט צו טאָג פּשוט ווי "אַ ברוקלינערין". באַטראַכטנדיק אירע איבערלעבונגען אין ישׂראל און פֿאַרשטייענדיק, אַז דער נאַציאָנאַלער סיכסוך דאָרט איז נאָך ווײַט פֿון אַ סוף, האָט זי זיך מיישבֿ געווען, אַז מע דאַרף כאָטש עפּעס טאָן, כּדי צו פֿאַרמינערן די שׂינאה צווישן די צוויי פֿעלקער. ביידע צדדים האַלטן דעם זעלבן קליינעם שטח פֿאַר זייער "היימלאַנד". אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט מען געוואַרט אינעם מיטעלן מיזרח און זיך צוגעהערט צו איר אין אייראָפּע. אייגנטלעך, האָט ער נישט געזאָגט עפּעס אַזוינס, וואָס ס'האָבן פֿאַר אים נישט געהאַט געזאָגט די פֿאָריקע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, באַזונדערס וואָס שייך די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען; מ'האָט אַפֿילו דערוואַרט, אַז ער וועט אָנרירן די אָנגעווייטיקטע גרענעץ־טעמע פֿון 1967. אָבער ווען ער האָט זי טאַקע אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול, האָבן ס'רובֿ ייִדן איבער דער וועלט און אין ישׂראל בפֿרט, נאָך שאַרפֿער דערפֿילט דעם ווייטיק און דעם אומפֿאַרמײַנדלעכן דראַנג פֿון גורל. דער ישׂראל־פּרעמיער, בנימין נתניהו, וואָס האָט אָבאַמאַס רעדע געהערט אין עראָפּלאַן אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, איז ווי ספּעציעל געקומען אַרויסצוברענגען זײַן ענטפֿער, זײַן "לא מיט אַן אלף!" — זאָגן עס גלײַך אין די אויגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אַז די גאַנצע וועלט זאָל עס הערן. ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועט אָפּשטאַטן זײַן ערשטן וויזיט אין פּוילן דעם פֿרײַטיק, ווי אַ טייל פֿון זײַן אייראָפּעיִשן טור, וועט ער זיך אויך באַטייליקן אין אַ צערעמאָניע בײַם וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל און כאַפּן אַ בליק אויף דעם כּמעט־פֿאַרענדיקטן מאָדערנעם בנין, וווּ עס וועט זיך געפֿינען דער "מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן" — אַן אייגנאַרטיקע אינסטיטוציע, וואָס האָפֿט צו פֿאַראייביקן דעם צושטײַער פֿון די ייִדן אין פּוילן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר. הינטער די קוליסן האָט זיך אָבער צעפֿלאַקערט אַ מחלוקת וועגן דער רעזיגנאַציע פֿונעם לאַנג־יאָריקן דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, יעזשי האַלבערשטאַדט. אין צווישן־צײַט פֿירט אָן מיטן מוזיי זײַן פֿאַרטרעטערין, אַגניעשקאַ רודזינסקאַ. דער 59־יאָריקער האַלבערשטאַדט, וועלכער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין וואַרשע נאָך דער מלחמה, און איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם מוזיי, האָט פֿריִער געאַרבעט כּמעט 15 יאָר לאַנג בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן ווי זײַן פּוילישער פֿאָרשטייער. ווי קען איך אײַך אָפּשילדערן קראַון־הײַטס ווי געהעריק, די חב״דסקע מדינה מיטן פֿאַרהייליקטן אַדרעס: 770 איסטערן פּאַרקוויי? אַ שאָד וואָס איך בין נישט קיין מאָלערין. די גאַסן באַלעבאַטעווען אין שוואַרצן: שוואַרצע קאַפּאָטעס, שוואַרצע בערד, שוואַרצע קאַפּעליושן, שטרײַמלעך. בײַ אַ צאָל פֿון זיי פֿינקלען אַראָפּ ווײַסע, זילבערנע הרודעס בערד. דאָ אײַלן זיך ערגעץ טאַטעס מיט זייער קליינוואַרג. ס׳איז, הערט, ערבֿ־פּסח. אָט האָט איר דאָ אַן אַלטן זקן אַ דעמב און אָט באַווײַזט זיך אַ דריבנע ייִדעלע. ערנסט און ברוגזלעך. אַ פּנים, ער גרייט זיך צום מה־נשתּנה פֿון זײַנע אייניקלעך און אוראייניקלעך און ווייסט נישט וווּ צו פֿאַרקערעווען זיך. ס׳איז אַ געיעג נאָך שמורה־מצה, ליכט, זילבער־געשטעק. די חבֿרה קליינוואַרג גייען נאָך די טאַטעס אַזוי סטאַטעטשנע טריט בײַ טריט. זיי טראָגן זיכער אַלע תּנ״כישע נעמען פֿון פֿאַרצײַטיקע אָבֿות און אמהות; נבֿיאים און מלכים, ווי שלמהלע און איציקל, רבֿקהלע און שׂרהלע. די זעלבע קינדערלעך זײַנען נישט אַרומגערינגלט מיט קיין קינאָס און טעאַטערס, גערטנער, ביכער, פֿוסבאָל, טומל, טעלעוויזאָרן. די ענגלישע און, צו מאָל, די ייִדישע צײַטונגען וואָס פּאַסן זיך נישט צו צו זייער אויסטײַטש פֿון ייִדישקייט און אַרט לעבן — זיי ווערן אָפּגעשטויסן ווי חמץ. שווימט בײַ מיר אויף די קשיא. נישט שוין זשע אַזוי זעט אויס אונדזער ייִדישלאַנד? הײַיאָר איז ערבֿ־ל״ג־בעומר אויסגעפֿאַלן מוצאי־שבת, י״ז אייר (22סטן מײַ), וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט די רעליגיעז־חרדישע קרײַזן זאָרג און עגמת־נפֿש. זייער דאגה איז געווען, אַז היות דער שבת גייט איצט אַוועק גאַנץ שפּעט אין אָוונט, וועלן די וועלכע קענען זיך ניט דערוואַרטן ביז עס ווערט אויס שבת מחלל־שבת זײַן, און זיי וועלן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס (מדורות) נאָך פֿאַר דער הבֿדלה... אויך די וועלכע גרייטן אַרויסצולאָזן זיך מיט זייערע משפּחות אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן קיין מירון אין גליל, נאָענט פֿון צפֿת, וועלן עס טאָן איידער דער שבת גייט אַוועק, און זיי וועלן אויך מחלל־שבת זײַן... וואָס טוען פֿרומע ייִדן אין אַזעלכע פֿאַלן? זיי גייען צו די רבנים און בעטן, אַז זיי זאָלן פּסקענען די דאָזיקע האַרבע שאלה; אפֿשר מאַכן אַ נידחה, אָפּצולייגן ל״ג־בעומר אויף אַ טאָג שפּעטער — אַנשטאָט מוצאי־שבת, אויף זונטיק בײַ נאַכט — און אַזוי אַרום פֿאַרמײַדן דעם דאָזיקן חילול־שבת... די רבנים האָבן זיך לאַנג ניט געחקירט, און באַשלאָסן "כּך־יהיה" — אַזוי וועט עס טאַקע זײַן. אָבער דאַן האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בילדונגס־מיניסטער פֿון דער מדינה גדעון סער (סאַאַר) און אַרויפֿגעלייגט זײַן וועטאָ: "לא מיט אַן אַלף!" מען קען ניט אין מיטן דערינען ענדערן דעם קאַלענדאַר און אָפּלייגן אַ געוויסע דאַטע אויף אַ טאָג שפּעטער. |