געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין מײַן סאָוועטישן לעבן האָב איך תּמיד געזען אַרום זיך ייִדן, וועלכע עס האָט געצויגן נאָר צו איין זאַך, דהײַנו: געלט. אין מײַן משפּחה פֿלעגן אַזעלכע טיפּן זיך טרעפֿן זעלטן, ווײַל ס׳רובֿ קרובֿים האָבן געשטאַמט פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן, צי פּשוט געזאָגט — פּויערים, האָרעפּאַשניקעס. און אַ געשעפֿט איז דאָך, בדרך-כּלל, אַ שטעטלדיקער, מנחם-מענדלשער (אין שלום-עליכמס זין) ענין. בײַ אַ מנחם-מענדל אַרבעט אַנדערש ניט נאָר דער קאָפּ זײַנער, נאָר אויך דאָס געוויסן. לויט מנחם-מענדלס אייגנאַרטיקער מאָראַל איז אַ גנבֿה כּשר און אַפֿילו יושרדיק, אויב מע גנבֿעט בײַ דער מלוכה צי בײַ פֿרעמדע מענטשן. און יעדער "געשעפֿטמענטש" פֿון אַזאַ סאָרט האָט אַן אייגענעם באַגריף פֿון "אייגענע מענטשן", בײַ וועלכע ער וועט (אפֿשר) קיין איבעריקע פּרוטה ניט נעמען.

די דאָזיקע גנבֿישע פּסיכאָלאָגיע איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַרן אַלטן שטעטל. זי לעבט אויך אין זייער מאָדערן-אויסזעענדיקע ייִדן, אין וועלכע מע זעט ניט צו מאָל גלײַך די מאָראַלישע פּרימיטיווקייט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. דאָס זײַנען דאָך, אין תּוך אַרײַן, מענטשן, וועלכע זײַנען פּשוט ניט אימשטאַנד צו פֿירן אַ נאָרמאַלן געשעפֿט, אַפֿילו ווען קיינער שטערט זיי ניט עס צו טאָן. זיי מוזן דרייען. וואָס האָט, דאַכט זיך, געשטערט מיידאָפֿן צו זײַן אַ נאָרמאַלער ביזנעסמען? נאָר איין זאַך: ער איז געווען מאָראַליש פֿאַרפֿוילט, האָט געבויט אַלץ אין זײַן לעבן אויף איין פּרינציפּ — אַבי געלט. און ער איז, אַוודאי, גאָר ניט דער איינציקער.

‫פֿון רעדאַקציע

אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע.

אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע ליביער אויפֿשטענדלער פּראַווען אַ נצחון אויף אַ צעשטערטן טאַנק פֿון די פּראָ־קאַדאַפֿי־כּוחות, אינעם סטראַטעגישן נאַפֿט־שטעטל, אַדזשדאַביִאַ, פֿאַראַכטאָגן שבת

אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק?

פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע".

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳קען זיך נישט באַקלאָגן, כ׳האָב אינטערעסאַנטע שכנים. אַנומלטן קום איך פֿון אַ שפּאַציר, זיצט אין פֿאָיע מײַן שכן, וועלכער וווינט אויף מײַן שטאָק. זינט ער האָט באַגראָבן זײַן דיאַבעטיש הינטעלע, איז ער גאָרנישט דער זעלבער. ער אַליין איז מסתּמא אין די אָנהייב זעכציקער, אויך אַ דיאַבעטיקער, מיט אַ יענקי־היטל אויפֿן קאָפּ, אײַנגעהילט אין זײַן ווינטער־מאַנטל. ער באַגריסט זיך מיט מיר בזה־הלשון:

"גוט־מאָרגן, צוויי־נול־פֿינף!"

זײַן דירה איז צוויי־נול־עלף. קוק איך אים אָן. איך ווייס אָבער, אַז ער איז נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נאַר. שטעלט ער מיך אָפּ און שטעלט מיר אַ קלאָץ־קשיא:

"דו האָסט געקענט אפֿשר אַ ייִדישן שרײַבער מיטן נאָמען הײַמי גרייד. מײַן פֿרוי האָט אויך פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט. ער איז עפּעס געווען אַ ייִדישער שרײַבער, אַן אַמעריקאַנער?"

‫פֿון רעדאַקציע

די געשעענישן אין צפֿון־אַפֿריקע און אין מיטעלן מיזרח וואָלט מען געקאָנט הײַנט אָפּשאַצן מיט איין וואָרט — עס ברענט! די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אויסגעצייכנט נאָך דערמיט, וואָס אין דעם דאָזיקן פֿײַער האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אויך די מערבֿדיקע מיליטערישע כּוחות. געשען איז עס נאָך דעם, ווי אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס צו שטיצן די רעוואָלטירטע. אמת, נישט אַלע לענדער־מיטגלידער האָבן געזאָגט זייער קאַטעגאָרישן "יאָ", אָבער קיינער האָט אויך נישט געזאָגט — "ניין". רוסלאַנד איז בפֿירוש געווען צווישן די געציילטע לענדער, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן, דאָס הייסט, נישט געזאָגט "יאָ" און נישט געזאָגט "ניין".

אָבער אַפֿילו אַזאַ פּאַרעווער באַשלוס וועגן ליביע האָט אין רוסלאַנד גופֿא אַרויסגערופֿן סתּירות, און קודם־כּל, צווישן די צוויי ערשטע קעפּ — דעם פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו און פּרעמיער־מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. מה רעש? אין יעדן דעמאָקראַטישן לאַנד קאָן דער פּרעזידענט האָבן איין מיינונג און זײַן רעגירונג — אַ היפּוכדיקע מיינונג. אָבער נישט אין רוסלאַנד!

פּובליציסטיק
סאָניע פֿינקעל, דעם 9טן מאַרץ, אין קאַמאַקוראַ, יאַפּאַן

אַ גוטער לערער ווייסט, אַז ס׳איז תּמיד מער עפֿעקטיוו זיך צו לערנען פֿון לעבעדיקע געשעענישן, איידער פֿון אַ בוך. סאָניע פֿינקעל, אַן אַמעריקאַנער ייִדישע לערערין, פֿאַרשטייט דאָס איצט זייער גוט, נאָך דעם ווי זי האָט מיט צוויי וואָכן צוריק איבערגעלעבט די שרעקלעכע ערד־ציטערניש אין יאַפּאַן.

סאָניע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערצויגן אין ברוקלין, איז געפֿאָרן קיין טאָקיאָ אָנהייב־מאַרץ ווי אַ פּריוואַטע לערערין פֿון דרײַ קינדער־אַקטיאָרן, 9, 10 און 12 יאָר אַלט, אין אַן אַמעריקאַנער טעאַטער־טרופּע. דער פּלאַן פֿון דער טרופּע איז געווען צו שפּילן צוויי וואָכן לאַנג אינעם אָנגעזעענעם "טאָקיאָ אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער", און דערנאָך האָט סאָניע געהאָפֿט אַליין צו מאַכן אַ טור איבערן לאַנד.

בעת אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט סאָניע דערקלערט, אַז פֿונעם ערשטן טאָג האָבן די יאַפּאַנער געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אויף איר. "נישט געקוקט אויף דער גרויסער צאָל אויטאָס און מענטשן אויף די גאַסן, איז געווען ריין, רויִק, קיינער האָט נישט געטראָמבעט מיטן אויטאָ־האָרן; כ׳האָב זיך געפֿילט אַזוי ווי אויף אַן אַנדער וועלט," האָט זי באַמערקט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן אויטאָבוס, וואָס איז צוליב דעם צונאַמי שטעקן געבליבן אויפֿן דאַך פֿון אַ בנין, מאָנטיק, אין דער שטאָט אישינאָמאַקי

דאָס איז נישט געווען קיין פּורים־שפּיל, כאָטש עס האָט זיך אָפּגעשפּילט מער אָדער ווייניקער אין די טעג פֿון פּורים. דאָס איז געווען אַן אַכזריותדיקע שדים־שפּיל פֿון אַלע בייזע אונטערערדישע און איבערערדישע רוחות פֿון דער צעווילדעוועטער נאַטור — און אָן מאַסקעס.

לויט אַלע סימנים האָט אונדזער דור, צוזאַמען מיט דעם דור פֿון אונדזערע קינדער און אייניקלעך, דעם טרויעריקן זכות צו לעבן אין אַן עפּאָכע פֿון גראַנדיעזע היסטאָרישע אויפֿטרייסלונגען. ווי דירעקט באַטייליקטע אין אָט דער דראַמע, אָדער ווי אירע אומבאַוווּסטזיניקע עדות אָדער קרבנות, און נישט האָבנדיק נאָך די גענוגנדיקע פּערספּעקטיוו פֿון צײַט, זענען מיר נישט מסוגל זי, ווי געהעריק, אָפּצושאַצן. נישט באַוויזן זיך אַרומצוזען נאָך דעם סאָציאַל־געזעלשאַפֿטלעכן שטורעם אין דער אַראַבישער וועלט, און גלײַך דערפֿילט די קלעפּ פֿון דער נאַטור־סטיכיע. די גלאָבאַליזאַציע האָט זיך אויסגעשפּרייט אויך אויף דער נאַטור. איצט שטייט די וועלט אַ צעטומלטע קעגנאיבער די ניט דערוואַרטע עווענטועלע נאָכפֿאָלגן פֿון דעם פֿאָרגעקומענעם אוניווערסאַלן צונאַמי.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מענטשן אַרבעטן בײַ די קאָמפּיוטערס אינעם מוזיק־אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק פֿון עפֿנטלעכער אינפֿאָרמאַציע, אינעם "זשאָרזש פּאָמפּידו צענטער", פּאַריז

מײַן טאַטע ע״ה האָט ליב געהאַט מאַטעמאַטיק. אין זײַן שטעטל קראַסילאָוו האָט מען געהאַלטן פֿון זײַנע מאַטעמאַטישע כּישרונות. אַלטע ייִדן, בײַ וועלכע די קעפּ האָבן אויך געאַרבעט אין אָט דער ריכטונג, פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן בײַ דער שול און וואַרטן, ביז ע איז אַרויסגעגאַנגען נאָך אַ קלאַס פֿון מאַטעמאַטיק. דעמאָלט האָבן זיי אים אויסגעפֿרעגט וועגן די אויפֿגאַבעס און ווי אַזוי ער האָט זיי געלייזט. אָבער צו ווערן אַ מאַטעמאַטיקער איז מײַן טאַטן ניט געווען באַשערט, ווײַל אין דעם וואָלינער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּהין ער איז געקומען זיך לערנען אין יאָר 1927, איז געווען נאָר איין ייִדישער פֿאַקולטעט, און דווקא פֿאַר לערער פֿון געשיכטע. אַזוי איז ער געוואָרן אַ היסטאָריקער.

האָט מײַן טאַטע געוואָלט, אַז עמעצער פֿון די קינדער זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט זײַן באַליבטער מאַטעמאַטיק. אָבער מײַן ברודער איז געוואָרן אַ דאָקטער. די שוועסטער האָט יאָ פֿאַרענדיקט דעם מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט, אָבער פֿיזיק האָט זי אינטערעסירט מער פֿון מאַטעמאַטיק, און זי האָט אַלע יאָרן געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון פֿיזיק. די לעצטע האָפֿענונג איז געווען פֿאַרבונדן מיט מיר.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט איין מאָל טוט זיך אויפֿן קאַמפּוס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף טיש און אויף בענק און ס׳איבעריקע אין די שענק. מען לויפֿט אַרום מיט פּלאַקאַטן, מען רײַסט זיך די גאָרגלען, מ׳פּראָטעסטירט, נישט חלילה צוליב דער רעוואָלוציע אין טוניזיע, אין עגיפּטן, אין תּימן, אין באַכריין, אין ליביע און אויך נישט די רעוואָלטן אין אַלזשיריע און מאַראָקאָ. וועגן איראַן איז דאָך שוין אָפּגערעדט; דאָרט מעג מען שנײַדן צונגען. די אַיאַטאָלאַס זיצן פֿעסט אויפֿן זאָטל און פֿירן די גרענדע, בראָש מיטן המן האָשע־דזשאַד, וועלכער האָט אַמביציעס פֿון פֿאַרכאַפּן די וועלט. און אין יענער וועלט, האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון אַ טיפֿן דרימל דער קעניג אַבדולאַ פֿון ירדן און האָט תּיכּף־ומיד אַראָפּגענידערט די פּרײַזן פֿון פּראָדוקטן און צעטיילט געלט צווישן די געקריוודעטע. די פּרינצן און זעלבסט־געזאַלבטע מלכות פֿון סאַודיע האָבן זיך אויך אויסגעטשוכעט פֿון אַ טיפֿן און פֿוילן שלאָף און גענומען שיקן מיליטער קיין באַכריין צו העלפֿן די סוניס צו פֿאַרהיטן זיי פֿון די שיִיִטן.

אָבער דאָס אַלץ איז אַ קלייניקייט אַנטקעגן די ריזיקע קריוודעס וואָס די ישׂראלים טוען אָפּ קעגן די פּאַלעסטינער. דער טעגלעכער זשורנאַל "קאָלומביע־ספּעקטייטאָר" האָט בכּיוון אָפּגעדרוקט די בילדער אויפֿן ערשטן זײַטל, וווּ קאָלומביע־סטודענטן פּראָטעסטירן קעגן דער ישׂראלדיקער ברוטאַליטעט לגבי די פּאַלעסטינער.

‫פֿון רעדאַקציע

אַז די ייִדן אַליין האָבן ליב דורכצופֿירן איבער דער וועלט אויספֿרעגן, כּדי פֿעסטצושטעלן דעם גראַד פֿון ליבע צו זיי, איז נישט קיין נאָווינע. אָבער לעצטנס האָט דווקא אַ דײַטשישער אינסטיטוט, דער פֿאָנד אויף פֿרידריך עבערטס נאָמען, פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿאָרשונג, וווּ די הויפּט־פֿראַגעס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דער באַציִונג צו ייִדן און מוסולמענער אין 8 אייראָפּעיִשע לענדער: ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, איטאַליע, פּאָרטוגאַל, פּוילן און אונגערן.

ווי עס ווײַזט די סטאַטיסטיק, זײַנען די בירגער פֿון האָלאַנד מער באַזאָרגט מיט דער השפּעה אויף זייער לאַנד מצד די מוסולמענער (46.7%) אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדן (5.6%); אין דײַטשלאַנד גופֿא האָבן פֿײַנט ייִדן 19.7% פֿון דער באַפֿעלקערונג, אין ענגלאַנד — 13.9%, אין איטאַליע — 21.2%, אין פּאָרטוגאַל — 19.9% און די גרעסטע צאָל "ייִדן־פֿרײַנד" לעבן אין פֿראַנקרײַך — 27.7%.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון דעם דאָקומענטאַרן פֿילם "ניט מער קיין פֿרעמדע"

די ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ איז מיר גוט באַקאַנט. מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין געווען דער אינספּעקטאָר אין דעם בילדונגס־מיניסטעריום פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראל־שולעס, פֿלעג איך אָפֿט מאָל באַזוכן דאָרטן די קלאַסן פֿון דער שולע.

די לייטונג פֿון דער שולע, מיט דער געוועזענער מנהלת (דירעקטאָרין) עמירה יהלום, האָבן שטענדיק אַרויסגעוויזן אַ באַזונדער פֿאַרשטענדעניש און סימפּאַטיע צו דעם ייִדיש־לימוד.

במשך די יאָרן האָט דער עטנישער אָפּשטאַם פֿון דער אַרומיקער געגנט פֿון דער שולע זיך ראַדיקאַל געענדערט, און צו גלײַך אויך דער באַשטאַנד און כאַראַקטער פֿון אירע תּלמידים. אַלע גאַסן אַרום דער אַלטער, צענטראַלער "אגד"־אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען איצט באַוווינט פֿון משפּחות פֿון די אַזוי־גערופֿענע "עובֿדים זרים" (פֿרעמדע אַרבעטער) פֿון 48 לענדער, אַממערסטנס פֿון אַפֿריקע און אַזיע און אויך אַ טייל פֿון אייראָפּע.

‫פֿון רעדאַקציע

די סאַמע הייסע נײַעס הײַנט קומען פֿונעם מיטעלן מיזרח. מע פֿאַלט צו צום קאָמפּיוטער, צו די עלעקטראָנישע צײַטונגען, נישט נאָר ווײַל מע נעמט זיך אַזוי שטאַרק איבער פֿאַרן גורל פֿון די רעוואָלטירטע פֿעלקער; זייערע רעוואָלוציעס ברענגען אַרײַן אַן איבערקערעניש אין אונדזער אייגן לעבן. זיי דראָען נישט בלויז צו דעסטאַביליזירן דעם ענערגעטישן וועלט־מאַרק, נאָר אַרויפֿוואַרפֿן אויף די מערבֿ־לענדער אַ מסוכּנעם עמיגראַציע־צונאַמי.

דערווײַל איז אייראָפּע געשטימט קעמפֿעריש און לאָזט זיך נישט פֿאַרפֿלייצט צו ווערן מיט "פֿרעמדע". אָבער ווי עס זאָל נישט זײַן, איז ביז אַהער געוואַקסן די עמיגראַציע פֿון יאָר צו יאָר; צו שטעלן אַ דאַמבע פֿאַר דעם שטראָם אויסגעהונגערטע, בייזע און אויפֿגערייצטע מענטשן איז כּמעט אוממעגלעך. אַ בין, זאָגט מען, זוכט וווּ ס'איז זיסער, אַ פֿיש — וווּ ס'איז טיפֿער, און אַ מענטש זוכט אַן אָרט, וווּ ס'איז אים בעסער.