סאָניע פֿינקעל, דעם 9טן מאַרץ, אין קאַמאַקוראַ, יאַפּאַן |
אַ גוטער לערער ווייסט, אַז ס׳איז תּמיד מער עפֿעקטיוו זיך צו לערנען פֿון לעבעדיקע געשעענישן, איידער פֿון אַ בוך. סאָניע פֿינקעל, אַן אַמעריקאַנער ייִדישע לערערין, פֿאַרשטייט דאָס איצט זייער גוט, נאָך דעם ווי זי האָט מיט צוויי וואָכן צוריק איבערגעלעבט די שרעקלעכע ערד־ציטערניש אין יאַפּאַן.
סאָניע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערצויגן אין ברוקלין, איז געפֿאָרן קיין טאָקיאָ אָנהייב־מאַרץ ווי אַ פּריוואַטע לערערין פֿון דרײַ קינדער־אַקטיאָרן, 9, 10 און 12 יאָר אַלט, אין אַן אַמעריקאַנער טעאַטער־טרופּע. דער פּלאַן פֿון דער טרופּע איז געווען צו שפּילן צוויי וואָכן לאַנג אינעם אָנגעזעענעם "טאָקיאָ אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער", און דערנאָך האָט סאָניע געהאָפֿט אַליין צו מאַכן אַ טור איבערן לאַנד.
בעת אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט סאָניע דערקלערט, אַז פֿונעם ערשטן טאָג האָבן די יאַפּאַנער געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אויף איר. "נישט געקוקט אויף דער גרויסער צאָל אויטאָס און מענטשן אויף די גאַסן, איז געווען ריין, רויִק, קיינער האָט נישט געטראָמבעט מיטן אויטאָ־האָרן; כ׳האָב זיך געפֿילט אַזוי ווי אויף אַן אַנדער וועלט," האָט זי באַמערקט.
"כאָטש כ׳האָב יאָרן לאַנג געהערט, אַז אין יאַפּאַן שטעלט מען אָן געוויסע מענטשן, וואָס זייער פֿונקציע איז אַרײַנצוקוועטשן די פּאַסאַזשירן אין די וואַגאָנען פֿון דער אונטערבאַן, האָב איך דאָס בכלל נישט געזען. פֿאַרקערט, כ׳האָב באַמערקט עפּעס אַנדערש, וואָס האָט געוויזן ווי איידל ס׳איז די דאָרטיקע געזעלשאַפֿט. אויף דער פּלאַטפֿאָרם זענען אָנגעצייכנט ספּעציעלע ראָזעווע קוואַדראַטן פֿאַר די פֿרויען־פּאַסאַזשירן, וואָס ווילן גיכער פֿאָרן אין די וואַגאָנען בלויז פֿאַר פֿרויען," האָט סאָניע באַמערקט, און צוגעגעבן נאָך אַ בײַשפּיל: "די יאַפּאַנער זענען אַזוי סענסיטיוו צו די באַדערפֿענישן פֿון אַנדערע, אַז זיי טוען אַפֿילו אָן מאַסקעס, ווען זיי גייען אַרויס אין דרויסן, בפֿרט ווען זיי זענען פֿאַרקילט, כּדי זיי זאָלן נישט אָנשטעקן אַנדערע מענטשן."
"איך בין שוין געווען אין אַ סך ערטער איבער דער וועלט — אין אייראָפּע און לאַטײַן־אַמעריקע, אָבער קיינער האָט זיך נישט באַצויגן צו מיר אַזוי העפֿלעך ווי די יאַפּאַנער. וווּהין איך זאָל נישט געווען גיין אין יאַפּאַן בין איך בדרך־כּלל געווען די איינציקע ווײַסע דאָרט, אָבער קיינער האָט עס ווי נישט באַמערקט, קיינער האָט נישט געמאַכט מיך פֿילן, אַז כ׳בין אַ פֿרעמדע. מע דרייט נישט קיין ספּאָדיק צו קויפֿן סחורה, וואָס איך דאַרף נישט. דערפֿאַר איז עס אַזאַ טראַגעדיע, וואָס דווקא אַן איידל פֿאָלק ווי די יאַפּאַנער זאָלן לײַדן פֿון אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע," האָט סאָניע טרויעריק באַמערקט.
פֿרײַטיק דעם 11טן מאַרץ האָט זי גענומען אירע תּלמידים אויף אַן עקסקורסיע אין מוזיי, און נאָך דעם — אין אַ רעסטאָראַן, עסן מיטאָג. מיט אַ מאָל האָט זיך איר געדאַכט ווי זי שווימט איבער אַ כוואַליע בײַם ברעג ים. "בטבֿע לײַד איך פֿון דער באַוועגונג־קראַנקייט, נישט בלויז אין אַן אויטאָ, אָבער אַפֿילו ווען איך פֿאָר אין אַ גיכן ליפֿט. אין יענעם מאָמענט האָב איך דערפֿילט אַזאַ מיגל, אַזוי ווי כ׳וואָלט זיך געוויגט פֿון זײַט צו זײַט, ווי אויף אַ שיף."
פּלוצלינג האָט זי דערזען ווי דער לאָמפּ אויף דער סטעליע פֿון רעסטאָראַן וויגט זיך אויך הין און קריק, האָט זי אײַנגעהאַלטן איר אייגענע נערוועזקייט און רויִק געזאָגט צו די תּלמידים: "חבֿרה, אָט־אָט קומט אָן אַן ערד־ציטערניש..."
דערנאָך האָט אַלץ אָנגעהויבן ווילד זיך צו טרייסלען. "כ׳האָב געקוקט צו די סאַרווערינס, האָפֿנדיק צו באַקומען אַ טרייסט פֿון זיי, ווײַל בדרך־כּלל פֿירן זיך די יאַפּאַנער אויף אַזוי רויִק. כ׳האָב אָבער גלײַך דערזען דעם שרעק אין זייערע אויגן, בעת זיי קוקן איינע אויף דער צווייטער, און פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נישט גוט."
די סאַרווערינס האָבן געהייסן יעדן אַרונטערקריכן אונטערן טיש.
״!Oh my God, oh my God״, האָבן אָנגעהויבן שרײַען די קינדער, און סאָניע האָט זיי געפּרוּווט באַרויִקן, זאָגנדיק: "ס׳וועט באַלד איבערגיין, ס׳וועט זײַן גוט," הגם אַליין האָט זי געציטערט, אַז אָט־אָט וועט אויף זיי פֿאַלן די סטעליע. "אויב יאָ, זאָל עס כאָטש נישט אַזוי וויי טאָן," האָט זי געטראַכט.
געוויינטלעך, זאָגט מען, אַז אַן ערד־ציטערניש דויערט נישט לאַנג, אָבער סאָניע האָט געזאָגט, אַז די טרייסלעניש האָט גענומען צווישן 1 און 2 מינוט. ווען ס׳האָט זיך אַ ביסל באַרויִקט, האָט די סאַרווערין תּיכּף געהייסן יעדן אַרויסגיין. סאָניע איז אַרויס מיט די קינדער, אָבער ווען זי האָט זיך דערמאָנט, אַז זי האָט נאָך נישט באַצאָלט, איז זי צוריק אַרײַנגעלאָפֿן אינעם רעסטאָראַן.
"אין יאַפּאַן גנבֿעט מען נישט," האָט זי געזאָגט. אָט די אָרנטלעכקייט פֿון די יאַפּאַנער האָט אויך געמאַכט אויף איר אַ שטאַרקן אײַנדרוק. זי האָט דערציילט, אַז עטלעכע טעג נאָך דער ערד־ציטערניש, האָט זי געקויפֿט אַ פֿלאַש וואַסער אין אויטאָמאַט, און צוליב דעם וואָס זי איז מיד געווען, נאָך עטלעכע נעכט נישט שלאָפֿן נאָרמאַל, האָט זי נישט באַמערקט, אַז ס׳קומט איר רעשט. האָט זי גענומען די פֿלאַש וואַסער און איז אַרויס אין דרויסן. מיט אַ מאָל האָט זי דערזען ווי אַ מאַן לויפֿט איר נאָך, בלויז כּדי איר אומצוקערן דאָס געלט.
באַלד ווי סאָניע און די קינדער זענען אַרויס פֿון רעסטאָראַן האָבן די קינדער זיך געבעטן בײַ איר, צו ברענגען זיי צו זייערע מאַמעס. האָט זי באַשלאָסן צו פֿאָרן צום "טאָקיאָ אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער", וווּ די מאַמעס האָבן געזאָלט זיך טרעפֿן מיט זיי נאָך דער עקסקורסיע.
"פּלוצלינג האָב איך דערזען אַ טאַקסי, אָן פּאַסאַזשירן, און בין צוגעלאָפֿן. אינעווייניק איז געזעסן דער שאָפֿער און געלייענט אַ בוך, גלײַך ווי גאָרנישט איז נישט געשען! האָב איך אָנגעקלאַפּט אין פֿענצטער און ער האָט גאָר אויסגעזען דענערווירט, וואָס מע לאָזט אים נישט לייענען! האָב איך אים געפֿרעגט, וויפֿל ס׳קאָסט דער וועג צום 'טאָקיאָ אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער’, און ער האָט אונדז, אָן גרויס חשק, געפֿירט אַהין."
פֿאָרנדיק דורכן שטאָט־צענטער, האָט סאָניע דערזען ווי מאַסן מענטשן שטייען אויף דער גאַס, קוקן אַרויף און טײַטן מיט די פֿינגער אין הימל. זי האָט שוין פֿאַרשטאַנען: אַפֿילו די הויכע בנינים, די וואָלקן־קראַצערס, האָבן זיך געוויגט הין און צוריק.
ווען זיי זענען, סוף־כּל־סוף, אָנגעקומען אין טעאַטער, זענען זייערע מאַמעס נישט געווען. "מסתּמא זענען זיי אין האָטעל," האָט סאָניע געפּרוּווט באַרויִקן די אָנגעשראָקענע קינדער. האָבן זיי אָנגעפֿילט די פֿלעשער מיט וואַסער און שפּאַצירט די 40 מינוט ביזן האָטעל. גייענדיק אַהין, האָט זי געזען, ווי יעדער פּרוּווט ניצן זײַן מאָבילקע, כאָטש קיין פֿאַרבינדונג איז נישט געווען, צוליב דער ערד־ציטערניש. אַ סך אַנדערע מענטשן האָבן געוואַרט אין לאַנגע רייען צו ניצן די עפֿנטלעכע צאָל־טעלעפֿאָנען.
"כאָטש איך האָב אויסגעזען רויִק פֿאַר די קינדער, האָב איך געפֿילט ווי איך בין אין אַ שאָק," האָט סאָניע געזאָגט. "פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך געפֿילט זיכער צווישן די מענטשן. יעדעס מאָל האָט מען מיך געפֿרעגט, צי איך ווייס דעם וועג, און זיי האָבן אַפֿילו געבעטן מחילה, וואָס מיר האָבן מיטגעמאַכט אַזאַ שרעקלעכע איבערלעבונג אין זייער לאַנד!"
דער פֿאָיע פֿונעם האָטעל איז געווען געפּאַקט מיט מענטשן, אָבער די מאַמעס זענען דאָרט אויך נישט געווען. די האָטעל־אַרבעטער האָבן אויסגעטיילט קאָלדרעס יעדן איינעם, און ווען מע האָט שוין אַלץ צעטיילט, האָבן זיי צעטיילט טישטעכער פֿאַר קאָלדרעס. מע האָט אויך געפּרוּווט אָנשטעלן אַ טעלעוויזאָר, אָבער אויפֿן עקראַן האָט מען בלויז געזען "שניי". ס׳איז אַ רחמנות געווען צו זען, ווי סאָניעס תּלמידים קוקן די גאַנצע צײַט צו דער טיר. סוף־כּל־סוף, בערך 12:00 בײַ נאַכט, זענען די מאַמעס אַרײַנגעקומען, און די קינדער האָבן זיך זייער דערפֿרייט. די פֿרויען האָבן דערציילט, אַז זיי האָבן געהאַט געגאַנגען אײַנקויפֿן, אָבער נאָך דער ערד־ציטערניש, זענען די באַנען נישט געפֿאָרן, האָבן זיי געמוזט מײַלן לאַנג גיין צו־פֿוס.
יענע נאַכט, זענען זיי אַלע געשלאָפֿן אין פֿאָיע, הגם ס׳איז געווען שווער, צוליב די צענדליקער נאָכווייען פֿון דער ערד־ציטערניש. פֿון דעסטוועגן, וואָלט סאָניע געבליבן אין יאַפּאַן נאָך לענגער, אָבער ווען זי האָט דערהערט וועגן די געפֿערלעכע אַנטוויקלונגען אינעם "פֿוקושימאַ דײַ־יִטשי" נוקלעאַרן רעאַקטאָר, און אַז עס דראָט די סכּנה פֿון אַן אַטאָמישער קאַטאַסטראָפֿע אין לאַנד, האָט זי מיט אַ שווער האַרץ באַשלאָסן אַהיימצופֿאָרן.
ביזן סוף פֿון איר וויזיט, האָט סאָניע זיך אָבער נישט געקענט אָפּוווּנדערן פֿון די יאַפּאַנער. בעת אין אַנדערע לענדער וואָלט אַזאַ קריזיס זיכער גורם געווען אַ פּאַניק, מאַסן־רויבערײַ און ווילדע אומרוען, זאָגט זי, האָבן די יאַפּאַנער זיך ווײַטער געפֿירט רויִק און מענטשלעך.
"ס׳איז נישט צום גלייבן," האָט סאָניע געזאָגט. "בלויז אַ טאָג נאָך דער ערד־ציטערניש זענען זיי שוין ווידער געגאַנגען אײַנקויפֿן, נישט געקוקט אויף די שטענדיקע טרייסלענישן. אַזוי גלייבן זיי: נאָך אַן אומגליק, טאָר מען זיך נישט אונטערגעבן. מע דאַרף ווײַטער אָנגיין מיטן לעבן, און אויפֿבויען אַלץ פֿון ס׳נײַ."