- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ אונדז אין ישׂראל איז דער וועטער איצט טריב און רעגנדיק. אין אַ סך לענדער פֿון דער וועלט הערשט איצט דער שווערער, קאַלטער ווינטער, מיט זײַנע שניישטורעמס און פֿרעסט. אין אַ געוויסער טייל פֿון דער וועלט זענען גרויסע שטחים פֿאַרפֿלייצט צוליב די גרויסע ווינטער־רעגנס. מיט קאַרגע דרײַ וואָכן צוריק, האָט די קריסטלעכע וועלט, געפֿײַערט דעם אָנהייב פֿון זייער נײַ-יאָר מיט הוליאַנקעס, מיט טענץ און כּלערליי פֿאַרווײַלונגען. דאַקעגן מיר, ייִדן, וועלן אין דער קומענדיקער וואָך פֿײַערן אויך אַ נײַ-יאָר, אָבער צוליב אַ גאַנץ אַנדער סיבה פֿון אַ גאַנץ אַנדער כאַראַקטער. אונדזער נײַער ייִדישער לוח, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט א׳ תּישרי, תּשע״א (דעם 9טן סעפּטעמבער 2010) ווײַזט אָן, אַז דאָנערשטיק, דעם 15טן טאָג אין שבֿט (דעם 20סטן יאַנואַר) איז אַ יום־טובֿ, וואָס מיר רופֿן ט״ו בשבֿט, וועלן מיר אָפּמערקן מיט ספּעציעלע פֿײַערונגען, דעם "ראָש־השנה לאילנות", דאָס נײַ-יאָר פֿון די ביימער. עס האָט ניט קיין רעליגיעזן באַטײַט און טראָגט ניט קיין רעליגיעזן כאַראַקטער. (סוף פֿון דער לעצטער וואָך) די קאָלומביע־סטודענטן וואָס שטודירן ייִדיש, זײַנען הײַנט ס׳רובֿ אַ פּראָדוקט פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען. ס׳איז גאָר אַן אַנדער סגאַל מענטש און ייִד. זיי זוכן אַ וועג צו זיך, צו דער משפּחה, צו דער אַמאָליקער שעפֿערישקייט פֿון אונדזער פֿאָלק. זיי ווילן פֿאָלקס־מעשׂיות אויף ייִדיש, פּאָעזיע און מוזיק אויף ייִדיש, ליטעראַטור און אונדזער קולטור־געשיכטע אויף ייִדיש. דאָס איז אַ כוואַליע סטודענטן מיט נײַגעריקע אויגן, און ווען איך דערזע דעם פֿינקל אין זיי, דעם שמייכל אויפֿן פּנים, די פֿרייד פֿון אַנטדעקן זייערס, בין איך פֿון די גליכלעכע. פֿאַרגעסט נישט אַז די אַרבעטן האָבן זיי געשריבן די סאַמע ערשטע וואָך פֿון סעפּטעמבער. זעץ איך זיי איבער. און איצט לייענט ווײַטער: אַ גרופּע ייִדן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין עקוואַדאָר און זיך שפּעטער צעפֿאָרן איבער דער וועלט, האָט מיט דרײַ וואָכן צוריק זיך אומגעקערט אויף אַן עמאָציאָנעלן ווידערטרעף אין זייער היימלאַנד. ס׳רובֿ פֿון די 48 ייִדן, וועלכע זענען אָנגעקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דרום־אַפֿריקע און ישׂראל, זענען דערצויגן געוואָרן אין דער גרעסטער שטאָט אין עקוואַדאָר, ווײַאַקיל (Guayaquil), און טאַקע דאָרט האָט מען פֿאַרבראַכט די ערשטע זעקס טעג פֿונעם ווידערטרעף. דעם לעצטן טייל פֿונעם טור האָט מען באַזוכט די ייִדישע ערטער אין דער קרוינשטאָט, קיטאָ (Quito), וווּ עס וווינט הײַנט ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. בערך 70 ייִדן וווינען אין ווײַאַקיל, און 500 אין קיטאָ. אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז אָבער געווען גאָר אַנדערש; דעמאָלט האָבן אין עקוואַדאָר געוווינט נאָענט צו 4,000 ייִדן. מיר דאַכט זיך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן אין דעם לעקסיקאָן, אין דער שפּראַך גופֿא, קיין אויסדרוק, קיין וואָרט, וואָס זײַן מעמד און באַטײַט זאָל זײַן נידעריקער פֿון דעם וואָרט "שאַנד". אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", וואָס איז צוליב זײַן תּכליתלאָזן געברויך געוואָרן אַן אָפּגעריבענע ווערטלאָזע מטבע, אַ קרבן פֿון דער סעמאַנטישער אינפֿלאַציע — אַזוי האָט אויך די "שאַנד" פֿאַרלוירן אין די לעצטע יאָרן איר "סטאַטוס", וועלכן זי האָט זיך געהאַט דערוואָרבן אויף דעם נידעריקסטן שטאַפּל אין דער היעראַרכיע פֿון דער "בכּבֿודיקער" הויכער געזעלשאַפֿט פֿון "די פֿאַרברעכערס אין ווײַסן קאָלנער". דער דאָזיקער פּראָצעס גייט אָן זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן — און האָט נישט אויפֿגעהערט — דער אויפֿמאַרש פֿון דער ישׂראלדיקער "וויערכושקע", די קרוין פֿון דער מלוכישער אָנפֿירונג, צום געריכט, צו דער באַשולדיקונגס־באַנק. אין קעגנזאַץ אָבער צו די אַנדערע באַגריפֿן, וואָס זײַנען געוואָרן דעוואַלויִרט און האָבן פֿאַרלוירן זייער ווערט, האָט די שאַנד אויך פֿאַרלוירן די בושה... און דאָס — זינט צו דער רשימה פֿון די עבֿירות, פֿאַר וועלכע דער מענטש איז געוואָרן געמישפּט, זײַנען צוגעקומען די פֿאַרברעכנס אויפֿן שטח פֿון סעקס, ביז צום שענדלעכסטן פֿון זיי — דאָס אויפֿצווינגען סעקס מיט פֿיזישן כּוח און מיטן כּוח פֿון הויכן מלוכישן סטאַטוס, דאָס פֿאַרגוואַלדיקן אומבאַשיצטע פֿרויען, אויסנוצנדיק זייער אָפּהענגיקייט צום פֿאַרגוואַלדיקער, אדג"ל. אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, מירטשעם, אָפּמערקן 115 יאָר זינט ס'איז געשאַפֿן געוואָרן אונדזער צײַטונג. זי האָט זיך באַוויזן ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אינטריגעס אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרשיידנשפּראַכיקע סבֿיבֿה, אין וועלכער מע האָט נאָך געדאַרפֿט אויסזוכן אַ מענטשן מיט אַ ווייניק-געהרגעטן ענגליש. דײַטש איז אין יענע יאָרן געווען די הויפּט-שפּראַך פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטיי, אין וועלכער עס האָט דאָמינירט דאַניעל דעלעאָן, אַ פּאַרשוין פֿון אַ סך שפּראַכן און קולטורן. אַב. קאַהאַן און נאָך אַ צאָל ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן קרום געקוקט אויף דעלעאָנען. איצט איז שווער צו זאָגן, וועלכע סיבות — פּערזענלעכע צי אידעאָלאָגישע — זײַנען געווען שטאַרקער, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, אָן דעלעאָנען. מע האָט זיך צעבוצקעווען און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צײַטונג, מיטן דײַטשישן נאָמען "פֿאָרווערטס", וועלכע איז שפּעטער, אין יאָר 1901, געוואָרן אַ פֿאָרום פֿאַר דער נײַ-געשאַפֿענער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. (המשך פֿון דער לעצטער וואָך) דער עלעמענט סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנט אין קאָלומביע, איז אַן אויסנאַמיקער. זיי זײַנען ערנסט, פֿילן זיך געקניפּט און געבונדן מיט דער משפּחה, מיטן ייִדישן פֿאָלק און מיט ישׂראל. די איינציקע זאַך וואָס ס׳פֿעלט זיי איז די קולטור־געשיכטע פֿון זייער פֿאָלק. די ריזיקע אויפֿטוען, די העלדישקייטן, די שעפֿערישקייט, און וואָס שטייט אונטער דער לאָזונג "עם־הספֿר". דעריבער שלינגען זיי יעדן אַספּעקט פֿון אונדזערע אויפֿטוען אין גלות, סײַ אינעם ערשטן גלות־בבֿל, וווּ זיי האָבן זיך ממש פֿאָרמירט ווי אַ פֿאָלק, געשאַפֿן די גמרא, פֿאַראייניקט אַ פֿרעמדשפּראַך ווי אַראַמעיִש מיט העברעיִש, און אויפֿגעשטעלט אַ רײַך ייִדיש לעבן ווי אינעם אַמעריקעס גלות־אַמעריקע, גלות־אייראָפּע אין אונדזער צעשפּרייטקייט איבער לענדער און קאָנטינענטן, באַוויזן על־פּי נס אונדז צונויפֿשמעלצן ווי אַ פֿאָלק. דאָס אַלץ ווערט געלערנט אין קלאַס, צווישן גראַמאַטיק, מוזיק, מעשׂיות פֿון אַלטן קוואַל, ליטעראַטור, חורבן און מדינת־ישׂראל. און איצט לייענט ווײַטער: אַוועק זײַנען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט די ערשטע צען יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. עס גייען אָבער אונדז ווײַטער נאָך די פֿאַלשע קלאַנגען, וואָס האָבן די דאָזיקע יאָרן באַגלייט, אַרויסגעלאָזט נאָך ערבֿ דעם נײַעם מילעניום. איר געדענקט אַוודאי דעם אָנגעבלאָזענעם בלאָטער פֿון אַ קאָמפּיוטער־קראַך, וועלכער קאָן, חלילה, אומברענגען די גאַנצע באַנק־סיסטעם, ווירטשאַפֿט, וויסנשאַפֿט און וואָס נאָר נישט... דעמאָלט האָט מען אים אָנגעהויבן אָנבלאָזן, געקראַכט האָט ער אָבער מיט צוויי יאָר צוריק; און גאָר נישט צוליב קאָמפּיוטערײַ, נאָר צוליב מענטשלעכער געלטגיריקייט. עס פֿירט זיך אין קאָמערציעלע געשעפֿטן, אין רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, אַז "מע נעמט" אַן אינווענטאַר־ציילונג, אַ סך־הכּל, פֿון די אַנטוויקלונגען און געשעענישן פֿון זייערע אינטערעסן אין דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר. אויך אין פּריוואַטן לעבן מאַכן מענטשן אַ סך־הכּל, און מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון פֿון דעם וואָס עס איז געשען מיט זיי אין דעם אַלטן יאָר און וווּ זיי האַלטן מיט זיך אין די טעג, ווען מיר שטייען פֿאַר דעם אָנקומענדיקן נײַעם יאָר. אומעטום, איבער דער גאָרער וועלט, האָט מען מיט צוויי נעכט צוריק געפּראַוועט הוליאַנקעס, געטרונקען און געגעסן, געטאַנצט און "געבאַלעוועט", זיך געלאָזט וווילגיין מיט פֿרייד, עקזאַלטאַציע און "הו־האַ", ווען מען האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דעם פֿאַרגייענדיקן אַלטן קאַלענדאַר־יאָר, און באַגעגנט דעם נײַעם אָנקומענדיקן יאָר 2011. האָט איר געוווּסט, אַז דער אַקטיאָר עדוואַרד דזשי. ראָבינזאָן איז געבוירן געוואָרן אין בוקאַרעשט מיטן נאָמען עמנואל גאָלדענבערג? אַז דער קינסטלער און קאַריקאַטוריסט שואל שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראַמניקו סאַראַט, רומעניע, און איז ערשט געקומען קיין אַמעריקע אין 1942, ווען ער איז געווען 28 יאָר אַלט? אַז דער דזשעז־פֿלייטיסט, הערבי מאַן, איז דער זון פֿון רומענישע ייִדן? אין זײַן נײַ בוך האָט דער ביבליאָטעקער און פֿאָרשער וולאַדימיר ווערטסמאַן, געשטרעבט צו באַקענען דעם ברייטערן אַמעריקאַנער עולם מיט די דערגרייכונגען פֿון די רומענישע ייִדן אין אַמעריקע און קאַנאַדע. לויט זײַן רעכענונג, האָט מען געקענט אין יאָר 2010 פּראַווען 160 יאָר זינט רומענישע ייִדן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, און 140 יאָר פֿון ייִדישע רומעניש־אַמעריקאַנער דיפּלאָמטישע פֿאַרבינדונגען. דער ערשטער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע, דער ייִד בנימין פּיישאָטאָ, האָט געדינט דאָ פֿון 1870 ביז 1875. דער איצטיקער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע איז אויך אַ ייִד — מאַרק גיטענשטיין. דאָס נײַע יאָר 2011 עפֿנט זיך פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל אָן אילוזיעס און אָן דערוואַרטונגען. די צווייטע רעגירונג פֿון נתניהו — די 32סטע רעגירונג פֿון דער מדינה — איז ארײַנגעטראָטן אינעם דריטן יאָר פֿון איר הערשאַפֿט נאָך אַ יאָר פֿון אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער בטלנות: כאָטש נתניהו האָט זיך מתחייבֿ געווען, אַז די ערשטע פּריִאָריטעט אויפֿן סדר־היום פֿון זײַן נײַער קאַדענץ וועט זײַן דאָס דערגרייכן אַ סטאַבילן שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח, איז אָבער זײַן גאַנצער אָנשטרענג געווענדט אין דער ריכטונג פֿון צוימען און האַמעווען דעם גאַנג צו אַ שלום, שטרויכלענדיק די בעסטע געלעגנהייט, וואָס האָט זיך ווען־עס־איז געעפֿנט פֿאַר דער מדינה. דעם געוועזענעם הויך־געשטעלטן סאָוועטישן און שפּעטער רוסלענדישן פֿונקציאָנער יעווגעני פּרימאַקאָוו, אַ באַקאַנטער אַראַביסט, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון יאַסיר אַראַפֿאַט, סאַדאַם כוסיין און דעם פּאָליטישן פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל, איז שווער צוצושרײַבן צו די פֿרײַנד פֿון ישׂראל. פֿונדעסטוועגן, איז פֿאָרט כּדאַי אויסצוהערן זײַן פּראָפֿעסיאָנעלע מיינונג וועגן דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין מיטעלן מיזרח צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע. אַז פּרימאַקאָוו איז אַ גרויסער מומחה אין די פֿראַגעס איז קיין צווייפֿל נישט. יעדער ייִד, וועלכער איז באַקאַנט מיט די נעמען פֿון גרויסע רבנים און רביים, האָט זיכער געהערט פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, דעם בריסקער רבֿ, דעם מעזשריטשער מגיד און דעם ווילנער גאָון, הגם נישט יעדער ווייסט, וווּ די דאָזיקע שטעטלעך געפֿינען זיך פּינקטלעך. בײַ אייניקע פֿעלקער — למשל, בײַ די אירלענדער — זענען פֿאַראַן לידער וועגן כּמעט אַלע זייערע שטעטלעך. די אייניקלעך פֿון די אירלענדישע אימיגראַנטן, וואָס וווינען שוין צוויי־דרײַ דורות אין אַמעריקע, זינגען נאָך אַלץ אַזעלכע לידער ווי "ספּענסיל־היל" אָדער "די פֿעלדער פֿון אַטענרײַ", הגם בלויז אַ טייל פֿון זיי קאָנען אָנווײַזן די דאָזיקע ערטער אויף דער מאַפּע פֿון אירלאַנד. |