פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיט סטודענטן אין ייִוואָ
מיט סטודענטן אין ייִוואָ

(המשך פֿון דער לעצטער וואָך)

דער עלעמענט סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנט אין קאָלומביע, איז אַן אויסנאַמיקער. זיי זײַנען ערנסט, פֿילן זיך געקניפּט און געבונדן מיט דער משפּחה, מיטן ייִדישן פֿאָלק און מיט ישׂראל. די איינציקע זאַך וואָס ס׳פֿעלט זיי איז די קולטור־געשיכטע פֿון זייער פֿאָלק. די ריזיקע אויפֿטוען, די העלדישקייטן, די שעפֿערישקייט, און וואָס שטייט אונטער דער לאָזונג "עם־הספֿר". דעריבער שלינגען זיי יעדן אַספּעקט פֿון אונדזערע אויפֿטוען אין גלות, סײַ אינעם ערשטן גלות־בבֿל, וווּ זיי האָבן זיך ממש פֿאָרמירט ווי אַ פֿאָלק, געשאַפֿן די גמרא, פֿאַראייניקט אַ פֿרעמדשפּראַך ווי אַראַמעיִש מיט העברעיִש, און אויפֿגעשטעלט אַ רײַך ייִדיש לעבן ווי אינעם אַמעריקעס גלות־אַמעריקע, גלות־אייראָפּע אין אונדזער צעשפּרייטקייט איבער לענדער און קאָנטינענטן, באַוויזן על־פּי נס אונדז צונויפֿשמעלצן ווי אַ פֿאָלק. דאָס אַלץ ווערט געלערנט אין קלאַס, צווישן גראַמאַטיק, מוזיק, מעשׂיות פֿון אַלטן קוואַל, ליטעראַטור, חורבן און מדינת־ישׂראל. און איצט לייענט ווײַטער:


סנדי־סאַנדראַ אַלטמאַן

מיט אַ סך יאָרן צוריק איז ייִדיש געווען אָנגענומען ווי די אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך בײַ די אַשכּנזים, די ייִדן וועלכע האָבן געלעבט אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע. ייִדיש באַנוצט זיך מיט העברעיִשע אותיות. אָבער זי פֿאַרמאָגט אַן אייגענע סטרוקטור. ייִדיש איז וויכטיק פֿאַר מיר. ביידע מײַנע באָבעס און זיידעס זײַנען געראַטעוועט פֿונעם חורבן. מײַן מאַמעס משפּחה שטאַמט פֿון דײַטשלאַנד און זיי האָבן גערעדט דײַטש. מײַן טאַטנס מוטער איז אַרויסגעקומען פֿון עסטרײַך און זײַן טאַטע איז געקומען פֿון פּוילן. ביידע האָבן גערעדט ייִדיש. ווען די באָבעס און זיידעס האָבן געלעבט, האָבן זיי צווישן זיך גערעדט אָדער ייִדיש, אָדער דײַטש. איך האָב אַ געפֿיל אַז ייִדיש איז ווי אַ שליסל צו מײַן פֿאַרגאַנגענהייט. גאָר נישט לאַנג האָט מען געהאַלטן אַז ייִדיש איז נישט מער ווי אַ געטאָ־שפּראַך און דער וואָס האָט אויף איר גערעדט האָט מען אויף אַזאַ איינעם אַראָפּגעקוקט, דער עיקר די דײַטשישע ייִדן וועלכע האָבן מיט אַלע כּוחות געוואָלט זיך פֿאַראייניקן מיט דער דײַטשער איידעלער געזעלשאַפֿט. מיט הונדערט יאָר צוריק האָבן זיך ייִדן איבער דער וועלט געקענט פֿאַרשטיין אויף ייִדיש. לעצטנס גייט ייִדיש אַדורך אַ ווידערגעבורט. יונגע מענטשן ווי איך באַציִען זיך מיט אַ באַנײַטן אינטערעס פֿאַר ייִדיש. ייִדיש איז זייער אַ קאָלירפֿולע שפּראַך וואָס פֿאַרמאָגט ווערטער וואָס קענען אַקוראַט שילדערן אַ מענטשלעכן צושטאַנד. עס שילדערט אַזוי בילדעריש פֿאַרשיידענע כאַראַקטער־שטריכן און עמאָציעס. עס איז אַ שפּראַך וואָס פֿאַרמאָגט הומאָר און אַ סך פֿון אירע אויסדרוקן ברענגען אַרויס געלעכטער. הײַנט צו טאָג איז עס מער נישט קיין שאַנדע פֿאַר ייִדן צו רעדן ייִדיש. עס איז מײַן כּבֿוד צו לערנען זיך ייִדיש.


אַלעקסאַנדראַ־ברכה שראַוב

איך לערן זיך ענגלישע ליטעראַטור אין באַרנאַרד־קאַלעדזש (אַ טייל פֿון קאָלומביע). ווען איך בין אַלט געווען פֿינף יאָר, האָבן מיר זיך איבעגעצויגן קיין לאַ־הויאַ, קאַליפֿאָרניע. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע אין לאַ־הויאַ, בין איך אַוועק קיין ישׂראל, סײַ לערנען זיך און סײַ וואָלונטירן אין אַן אָרגאַניזאַציע וואָס גיט זיך אָפּ מיט העלפֿן קרבנות פֿון טעראָר. ווען איך בין צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק און גענומען שטודירן אין באַרנאַרד־קאַלעדזש, האָבן זיך מײַנע עלטערן אויך באַזעצט אין ניו־יאָרק. איך וויל אויפֿקלערן אַז מײַן נאָמען אַלעקסאַנדראַ שטאַמט אָפּ פֿונעם קעניג אַלעקסאַנדער מוקדון, און אַזוי ווי ער איז געווען גוט צו ייִדן, האָבן ייִדן גענומען רופֿן זייערע קינדער אויף זײַן נאָמען. גריכיש, שפּאַלט זיך אַלעקסאַנדראַ אויף צווייען. אַלעקסיי מיינט באַשיצער און אַנדראָס מיינט מאַן, וואָס צוזאַמען שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר — דער באַשיצער פֿון מענטשן. מײַן צווייטער נאָמען ברכה איז געווען אַ באַשיצערין פֿון מײַן משפּחה מיט אַ פּאָר דורות צוריק. בין איך שטאָלץ מיט מײַנע ביידע נעמען.


מאירה־שיינע לעוויטאַן

ווי נאָר איך בין אַרײַנגעטראָטן אינעם עלעמענטאַרן ייִדיש קלאַס, אַזוי האָב איך דערזען באַקאַנטע פּנימער. אַ סך פֿון די סטודענטן דערקען איך פֿון מײַן העברעיִשער גימנאַזיע, אַנדערע פֿון הלל אויפֿן קאַמפּוס. ווי נאָר איך האָב דערזען מײַנע באַקאַנטע און פֿרײַנד, האָב איך זיך דערפֿילט ווי אין דער היים, און זייער פֿאַראינטערעסירט צו לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך. ס׳איז פֿאַראַן אַ מין קרובֿישאַפֿט צווישן ייִדן און ייִדיש דערנענטערט אונדז אַלע. דורות לאַנג האָבן ייִדן גערעדט ייִדיש נישט געקוקט אויף די שפּראַכן אַרום זיי. מײַן באָבע קומט פֿון דײַטשלאַנד און צו פֿינף איז זי מיט איר משפּחה אָנגעקומען קיין אַמעריקע. אירע עלטערן האָבן גערעדט דײַטש און ייִדיש. דורך דער צײַט איז איר דײַטש פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און ייִדיש איז פֿאַרבליבן. איך וויל ממשיך זײַן די טראַדיציע און העלפֿן פּרעזערווירן די שפּראַך פֿאַר די קומענדיקע דורות.


חוה ראָטמאַן

איך ספּעציאַליזיר זיך אין ענגליש און פֿילם־שטודיעס, און אויך אין פּסיכאָלאָגיע. איך בין געבוירן געוואָרן אין לאָנג־אײַלענד אין יאָר 1989, און אויסגעוואַקסן אין שטעטעלע גרייט־נעק. גרייט־נעק איז טאַקע אַ שיין שטעטעלע און אַ ייִדישע קהילה, אָבער איך מיין אַז עס איז נישט מער ווי אַ טאָפּ וואָס קאָכט זיך. ווען איך האָב שוין געהאַלטן בײַם ענדיקן די גימנאַזיע, האָב איך זיך נישט געקענט דערוואַרטן צו אַנטלויפֿן פֿון דאָרט. איך קום פֿון אַ מוזיקאַלישער משפּחה. מײַן שוועסטער שפּילט אויף דער פֿלייט, זי קען אַפֿילו גוט בלאָזן דעם שופֿר. מײַן עלטערער ברודער שפּילט אויף דער אָבאָע און מײַן אַנדערער ברודער שפּילט אויף אַ טרומייט. מײַן טאַטע און איך שפּילן אויף דער פּיאַנע, און אַז ס׳גלוסט זיך מיר, הייב איך אויף דעם קלאַרינעט. אַלע זײַנען גליקלעך וואָס איך לערן זיך ייִדיש. און כאָטש קיינער אין מײַן משפּחה רעדט נישט קיין ייִדיש אָדער העברעיִש, אָבער מײַן טאַטנס עלטערן האָבן גערעדט ייִדיש. מײַן זיידע פֿון טאַטנס צד איז געקומען פֿון קעשענעוו און האָט אויך געקענט שרײַבן ייִדיש. איך בין זיכער אַז ס׳איז זייער וויכטיק צו פּרעזערווירן די קולטור־געשיכטע פֿון אַן אייגן פֿאָלק.


אַריאל שאַאַפּ

ייִדיש איז געווען און איז נאָך אַלץ פֿאַרבליבן די שפּראַך אויף וועלכער ייִדן רעדן איבער דער וועלט. ייִדיש פֿאַרמאָגט אַ קוואַליטעט וואָס איז באַקאַנט מיט איר איבערלעבן און ניצול ווערן, און כאָטש ייִדן האָבן געלעבט אין אַ סך לענדער איבער דער וועלט, איז מיט זיי אויך מיטגעגאַנגען זייער שפּראַך. די געראַטעוועטע פֿונעם חורבן האָבן ווײַטער גערעדט ייִדיש ווײַל די שפּראַך האָט איבערגעלעבט מיט זיי צוזאַמען. ייִדיש האָט נישט פֿאַרלאַנגט אַ היימלאַנד, ווײַל עס האָט געלעבט אין אייגענעם פֿאָלק, און איך זע שיינקייט אין דער שפּראַך. עס איז אַ שפּראַך וואָס פֿאַראייניקט. די סיבה צוליב וואָס איך לערן זיך ייִדיש, איז ווײַל איך וויל פֿילן די פֿאַראייניקונג. איך וויל פֿאַרשטיין די ייִדישע קולטור דורך איר שפּראַך און דעם תּוך פֿון זײַן אַ ייִד.


טליה וואָלפֿסאָן

בײַם לעצטן פּסחדיקן סדר האָב איך באַשלאָסן איך מוז דערגיין וואָס עס הערט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. יעדעס יאָר, ווען עס קומט דער יום־טובֿ פּסח, קומט זיך צוזאַמען די גאַנצע משפּחה, די באָבעס מיט די זיידעס, פֿעטערס און מומעס, קוזינען, ווײַטע קרובֿים, און אַלע אַרום דעם טיש האַלטן בײַם אַנטדעקן אויף דאָס נײַ די געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון שקלאַפֿערײַ און פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿאָלק. בײַ דער משפּחה איז דאָ אַ מינהג, אַז דאָס ייִנגסטע קינד פֿרעגט די פֿיר קשיות, און דער עיקר, פֿאַר וואָס איז די נאַכט פֿון פּסח אַנדערש פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר? פֿון וואָס איך געדענק, פֿלעגט מײַן זיידע, וועלכער שטאַמט אָפּ פֿון ווין, פֿאַרענדיקט דעם סדר מיט פֿרעגן די פֿיר קשיות אויף ייִדיש. און איך בין געווען שטאַרק נײַגעריק צו וויסן, אויף וועלכער שפּראַך פֿרעגט דער זיידע? ס׳איז נישט געווען ענגליש, און נישט העברעיִש. יאָרן זײַנען אַוועק און איך האָב פֿאַרפֿעלט צו פֿרעגן דעם זיידן אויף וועלכער שפּראַך ער האָט דעמאָלט געפֿרעגט די פֿיר קשיות. ערשט פֿאַר אַ יאָרן בײַם סדר האָט מײַן אינטערעס אין ייִדיש גענומען וועקן. בײַ דעם דאָזיקן סדר האָט נישט נאָר מײַן זיידע געפֿרעגט די פֿיר קשיות אויף ייִדיש, נאָר מײַן פֿינפֿיאָריק שוועסטערקינד האָט אויך געפֿרעגט די פֿיר קשיות נישט אויף לשון־קודש, נאָר אויף ייִדיש, דער שפּראַך וואָס נאָר מײַן זיידע און זײַן דור האָבן געקענט. האָב איך זיך אויסגעדרייט צום קליינעם און געפֿרעגט:

"ווען האָט דיך פּאַפּאַ (זיידע) אויסגעלערנט די פֿיר קשיות אויף ייִדיש?"

"פּאַפּאַ האָט עס מיך נישט אויסגעלערנט. איך לערן זיך ייִדיש אין שול דאָס יאָר."

הערנדיק די ווערטער פֿון מײַן פֿינפֿיאָריקן קוזינדל, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז ס׳איז געקומען די העכסטע צײַט איך זאָל זיך פֿאַראינטערעסירן סײַ מיטן זיידנס לעבן אין מיזרח־אייראָפּע, סײַ וועגן דער ייִדישער קולטור אין וועלכער דער זיידע איז אויסגעוואַקסן. וואָס מער ער האָט מיר געענטפֿערט, וואָס מער פֿראַגעס האָב איך אים געשטעלט. לאָמיר האָפֿן אַז עס וועט קומען אַ טאָג און איך וועל קענען פֿרעגן מײַנע פֿראַגעס אויף ייִדיש.


רחל מאַרק

דרײַ פֿון מײַנע באָבע־זיידעס זײַנען אימיגראַנטן. זיי זײַנען געקומען אַהער פֿון פּוילן, רוסלאַנד און אונגאַרן. אַלע האָבן גערעדט ייִדיש און אויסגעוואַקסן אין דער ייִדישער קולטור, און כאָטש זיי האָבן שוין אויפֿגעהערט צו רעדן צווישן זיך ייִדיש, געדענקען זיי אָבער די תּפֿילות און ריטואַלן אויף ייִדיש. מײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד, וועלכער איז זיבן און אַכציק יאָר אַלט, פֿרעגט נאָך אַלץ די פֿיר קשיות אויף ייִדיש. ער איז פֿול מיט פֿרייד ווען ער הערט די ייִדישע פּאַרטיזאַנער־לידער. ייִדיש וועט מיך פֿאַרבינדן מיט מײַן משפּחה, דער עיקר וועל איך זיך באַקענען מיט מײַן ייִדישן אָפּשטאַם און מיט קהילת־ישׂראל. ייִדיש וועט זיך שטאַרק אַרײַנפּאַסן אין מײַן לעבן צוליב דעם וואָס עס האָט אויסגעפֿעלט אין מײַן לעבן.

(המשך קומענדיקע וואָך)