- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען זײַנען שוין פֿון לאַנג געוואָרן בײַ אונדז אַ רוטין, און אַזוי געשעט עס אויך מיט דעם אַלעם, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן און טוט זיך ווײַטער אָפּ אין אונדזערע טעג. דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע לעבן אין ישׂראל און אין מיטעלן מיזרח איז אין די ערשטע פֿינף וואָכן פֿון דעם נײַעם יאָר — נישט באַווײַזנדיק נאָך זיך אָפּצוקילן פֿון דער גרויסער שׂריפֿה אויפֿן כּרמל — געשטאַנען אונטערן צייכן פֿון פֿיר משמעותדיקע ברענפּונקטן. יעדער איינער פֿון זיי האָט געקענט — און איז שיִער נישט געוואָרן — אַ היסטאָרישער ווענד־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון דעם לאַנד. עס איז נאָר אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע ברען־פּונקטן אָדער ווענד־פּונקטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און ווי אַזוי זיי ווערן קאָמענטירט. ווי אַ סך אַמעריקאַנער רבנים הײַנטיקע צײַטן, פֿאָרט מאַרווין טאָקייער צו סינאַגאָגעס איבערן לאַנד (און אָפֿט מאָל אַפֿילו איבער דער וועלט), וווּ ער גיט לעקציעס וועגן טעמעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט. זײַן טעמע איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע. ווי דער געוועזענער רבֿ פֿון יאַפּאַן (אין די 1960ער און 70ער יאָרן), און דער משגיח פֿון אַלע לענדער אין דרום־אַזיע און דעם ווײַטן מיזרח, ווי אויך אַ מחבר פֿון 20 ביכער אין יאַפּאַניש, איז הרבֿ טאָקייער דערשטוינט, וואָס די אַמעריקאַנער ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין יענעם ראַיאָן. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" לעצטנס, האָט הרבֿ טאָקייער דערציילט ווי אַזוי ער איז אָנגעקומען צו אַזאַ ראָלע. אין 1960, ווי אַ סטודענט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאָר האָט ער זיך געראַנגלט מיט אַ צאָל קשיות וועגן ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע; האָט עמעצער אים פֿאָרגעלייגט שרײַבן אַ בריוו דעם ליובאַוויטשער רבין, איך האָב שוין אַ סך מאָל געטראַכט: ווען איך וואָלט געווען אַ רעזשיסאָר אָדער אַ סצענאַריסט און געהאַט אַ מעגלעכקייט צו מאַכן פֿילמען אויף ייִדיש, פֿון וואָס פֿאַר אַ מין פֿילם וואָלט איך אָנגעהויבן מײַן קינעמאַטאָגראַפֿישע טעטיקייט? אפֿשר עפּעס נאָך די מאָטיוון פֿונעם "סטאַר־טרעק"? איינער פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן אינעם ערשטן אָריגינעלן סעריאַל, לעאָנאַרד נימוי, איז דאָך אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער געהערט צו דעם פֿאָלק פֿונעם פּלאַנעט וווּלקאַן, וווּ די אײַנוווינער זעען אויס אין אַ סך אַספּעקטן ווי די ליטוואַקעס — טיפּישע קאַלט־שׂכלדיקע "צלם־קעפּ", גרויסע ליבהאָבער פֿון לאָגישע פּילפּולים — און דערצו באַגריסן זיי איינער דעם צווייטן מיט צונויפֿגעלייגטע פֿינגער, אַזוי ווי כּהנים בײַם דוכנען. צו צרות, זאָגט דאָס ווערטל, געוווינט מען זיך אויך צו; שוין אָפּגערעדט, פֿון שלעכטע בשׂורות. זעט אויס, אַז צו די "אַראַבישע רעוואָלוציעס" אין מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, האָט מען זיך שוין צוביסלעך צוגעוווינט, שוין איבערגעשלאָפֿן מיט זיי נישט איין נאַכט. און כאָטש די קאָנסעקווענצן פֿון דעם אַלעמען זײַנען גאָר פֿאַרנעפּלט, איז פֿאָרט שוין דער ערשטער שאָק אַדורך. וואָס זשע טוט מען ווײַטער? דאָס בעסטע איז זיך אומצוקערן צום אײַנגעשטעלטן סדר־היום. דהײַנו: וואָס אַרום און אַרום זאָל נישט געשען, בלײַבט ווײַטער אין צענטער פֿון דער "מיטל־מיזרחדיקער פּראָבלעם" — ישׂראל. די "הייליקע קו", די ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מוזן אויפֿגעשטעלט ווערן, נישט געקוקט אַפֿילו אויף דעם, וואָס אַ היפּשע צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די ווירקלעכקייט האָט זיך געביטן, און מע מוז אויך בײַטן דעם גאַנצן צוגאַנג צו דער פּראָבלעם. די עקשנים האַלטן אַנדערש; אויפֿגעכאַפּט האָט זיך פֿונעם טיפֿן דרעמל דער אַזוי גערופֿענער "מיטל־מיזרחדיקער קוואַרטעט". און אָט הערט מען שוין פֿון דעם "יו־ען"־שליח, ראָבערט סערי, אַז עס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן באַזונדערע טרעפֿונגען פֿון דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער־פֿאָרשטייערשאַפֿט אין בריסל, כּדי אויסצוקלאָרן די פּאָזיציעס פֿון ביידע צדדים. די ידיעות וואָס קומען די לעצטע וואָכן אַרויס פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע שאָקירן און שרעקן די מערבֿ־וועלט. זיי לאָזן די פּאָליטיקער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע אין פֿאַרלעגנהייט, און עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז פֿאַר זיי איז עס ממש אַ וווּלקאַן־אויסבראָך. אמת, די מעשׂים פֿונעם המון קומען בדרך־כּלל פֿאָר ספּאָנטאַן, אומדערוואַרט און דערמאָנען טאַקע אַ וווּלקאַן, וואָס וועקט זיך פּלוצעם אויף. און דאָך, ווי שווער עס זאָל נישט זײַן פֿאָרויסצוזען די אויפֿפֿירונג פֿונעם המון, קומען אין דער געזעלשאַפֿט כּסדר פֿאָר זאַכן, וואָס ווײַזן אָן, אַז נישט הײַנט, מאָרגן קאָן פֿאָרקומען אַזאַ אויפֿברויז, טאַקע ווי עס קומט פֿאָר בעת אַ וווּלקאַן־אויסבראָך. דינסטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג", האָט מען הײַיאָר אויך אָפּגעמערקט דעם היסטאָרישן אײַכמאַן־פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט 50 יאָר צוריק אין ירושלים. די עלטערע אײַנוווינער פֿון ירושלים גופֿא, ווי אויך פֿון גאַנצן לאַנד, וועלכע זענען דאַן פּערזענלעך אָנוועזנד געווען אין דעם געריכט־זאַל בעת דעם מישפּט, געדענקען נאָך זייער גוט יענע טעג, ווען זיי איז געלונגען אַרײַנצוקומען אין דעם ניט גאָר גרויסן זאַל, כּדי צו הערן די האַרצרײַסנדיקע שילדערונגען פֿון די עדות: פֿון דעם אומפֿאַרגעסלעכן דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, פֿון אַבא קאָוונער ז״ל, און פֿון די צענדליקער אַנדערע לעבן־געבליבענע, על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון טויט, צו הערן דעם באַשולדיקונגס־אַקט פֿון דעם פּראָקוראָר גדעון האַוזנער, ווען ער האָט אויסגערופֿן, אַז ער "רעדט אין נאָמען פֿון די 6,000,000 אומגעבראַכטע, דערמאָרדעטע קדושים; פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט". דאָס חזרט זיך איבער יעדעס יאָר: רײַכע לײַט, באַקאַנטע פּאָליטיקער און פֿירנדיקע אינטעלעקטואַלן קלײַבן זיך צונויף אין דעם בילד-שיינעם שווייצער שטעטל דאַוואָס. צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער עליטאַרער דאַוואָסער מחנה איז ניט גרינג. קודם-כּל, מוז מען קריגן אַ פֿאַרבעטונג צי אַ רעקאָמענדאַציע. דערצו קאָסט עס גרויסע געלטער — מע דאַרף זיך צעבײַטלען ניט ווייניקער ווי אויף אַ הונדערט טויזנט דאָלאַר. סײַדן, עס צאָלט פֿאַר דעם אַלץ די מלוכה אָדער די פֿירמע, וואָס שיקט אַהין. די אידעע פֿון אַזאַ יערלעכער צונויפֿקומעניש איז אײַנגעפֿאַלן דעם פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע קלאַוס שוואַב — אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד, וווינט ער שוין לאַנג אין דער שווייץ. די טעג איז מיר אָנגעקומען אַ בליצפּאָסט, וווּ איך האָב געמוזט זיך פֿאַרבײַסן די ליפּן. דאָס בליצפּאָסטל קומט פֿון איינער וואָס הייסט דאָראַ בראַמסאָן, וווּ זי שרײַבט: איך שרײַב צו לאָזן אײַך וויסן וועגן אַן אויסער ווי געוויינטלעכער געלעגנהייט פֿאַר סטודענטן וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט צו שטודירן מעבֿר־לים. אונדזער פּראָגראַם הייסט 'אוישוויץ־ייִדישער צענטער,’ צוגעפּאַסט פֿאַר סטודענטן וואָס ווילן זיך לערנען אין די מרחקים. אַ מאָל, ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָליטיש-אַפֿיליִיִרטע, סאָציאַליסטישע צײַטונג, איז שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע וועגן דעם מין סאָציאַליזם, וואָס זי איז געווען גרייט אונטערצוהאַלטן. תּחילת, האָט מען געפּסלט אַלץ, וואָס האָט אַפֿילו נאָר אַ ביסל געשמעקט מיט ציוניזם צי אַן אַנדער סאָרט נאַציאָנאַליזם. רק אינטערנאַציאָנאַליזם — אַזאַ איז געווען די "גענעראַל-ליניע" פֿון דער צײַטונג. אמת, אין די הענט פֿון דעם פּראַגמאַטיקער אַב. קאַהאַן איז עס אָפֿט מאָל געווען אַן אינטערנאַציאָנאַליזם מיט אַן אויג אויף דער שטימונג, וועלכע האָט געהערשט צווישן די לייענער. און טאָמער די לייענער האָבן אויף עפּעס אַן ענין געקוקט דווקא מיט ייִדישע אויגן, האָט דער "פֿאָרווערטס" קאָרעגירט זײַן קורס, אַרויסרופֿנדיק דערמיט אַ שטורעם צווישן דאָגמאַטישע סאָציאַליסטן. דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל. אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג. די, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט מיט אַ פֿעסטער מלאָכה, ווערן אָנגערופֿן אויף ייִדיש "לופֿטמענטשן". הגם דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַן איראָנישן טעם, באַשרײַבט עס עטלעכע מינים שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, גוטע און שלעכטע. אינעם יאָר 1901, האָט דער באַקאַנטער קאָנטראָווערסאַלער ציוניסטישער דענקער מאַקס נאָרדוי אָנגעשריבן אַ בריוו אויף דײַטש, וווּ עס ווערט קריטיקירט דער לעבנסשטייגער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האָט געטענהט, אַז דאָס לעבן אין גלות האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ "לופֿטפֿאָלק" פֿון "לופֿטמענטשן". נאָרדויס ווערק, בפֿרט זײַן בוך "דעגענעראַציע", זענען אָנגעזאַפּט מיט אַ טיפֿער שׂינאה צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וועלכע ער האָט באַטראַכט ווי אַ "דעגענעראַטישע". אַ צאָל פֿאָרשער פֿון ייִדישער עטימאָלאָגיע האַלטן, אַז נישט געקוקט אויף נאָרדויס געדאַנקען, וועלכע האָבן מערקווירדיק משפּיע געווען אויף דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די נאַציס, האָט ער געשאַפֿן דאָס וואָרט "לופֿטמענטש". הײַיאָר וועט מען זיך, בלי-ספֿק, ניט איין מאָל אומקערן צו אַדאָלף אײַכמאַנס געריכט, ווײַל דעם 11טן אַפּריל וועט ווערן פֿופֿציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין ירושלים האָט מען אָנגעהויבן מישפּטן דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכער. דער פּראָצעס איז, בכלל, געוואָרן אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ס'איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן, למשל, אַז דער אײַכמאַן-פּראָצעס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט, בפֿרט פֿון דעם אָרט וואָס דער חורבן האָט אין אים פֿאַרנומען. |