פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז מיר אָנגעקומען אַ בליצפּאָסט, וווּ איך האָב געמוזט זיך פֿאַרבײַסן די ליפּן. דאָס בליצפּאָסטל קומט פֿון איינער וואָס הייסט דאָראַ בראַמסאָן, וווּ זי שרײַבט:

איך שרײַב צו לאָזן אײַך וויסן וועגן אַן אויסער ווי געוויינטלעכער געלעגנהייט פֿאַר סטודענטן וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט צו שטודירן מעבֿר־לים. אונדזער פּראָגראַם הייסט 'אוישוויץ־ייִדישער צענטער,’ צוגעפּאַסט פֿאַר סטודענטן וואָס ווילן זיך לערנען אין די מרחקים.

ס׳איז אַ פֿיר־ ביז פֿינף־טאָגיקע פּראָגראַם וואָס וועט פֿאָרקומען אין פּוילן, וווּ עס ווערט פֿאָרגעלייגט אַן אַקאַדעמישע סבֿיבֿה, דורך וועלכער סטודענטן וועלן זיך קענען אָנשליסן אין אינטענסיווע שטודיעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט געשיכטע און ייִדיש־לעבן אין פּוילן. די אָנטייל־נעמער וועלן אָפּשטאַטן וויזיטן אין קראָקע און אוישוויץ, שטודירן מיט געלערנטע, זיך אָנשליסן אין אַ פֿאַרטיפֿונגס־טורניי פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, ווערן גבֿית־עדות און זיך באַטייליקן אין ווערטפֿולע דיסקוסיעס.

די סטודענטן וועלן זיך לערנען וועגן דער געשיכטע פֿונעם 'האָלאָקאָסט’ (חורבן, הייסט עס), און וועגן אוישוויץ, אויף אַן אופֿן וואָס זיי וועלן נישט זײַן בכּוח צו שטודירן, ווען זיי זײַנען גלאַט טוריסטן, און זיי וועלן קענען אײַנגלידערן (אינקאָרפּאָרירן) די לעקציעס וואָס זיי וועלן זיך דאָ אָפּלערנען אין זייער אַקאַדעמיש, פּערזענלעך, און פּראָפֿעסיאָנעל לעבן אויף אַ ווערטפֿולן אופֿן. די אַפּליקאַנטן מוזן אָפּגעבן אַן אַקאַדעמישן באַריכט. צו באַשטעלן פּלעצער, מוז מען זיך ווענדן גאָר פֿרי, צוליב דעם וואָס זיי מוזן באַשטעלן רײַזע־פּלעצער. און אַזוי ווײַטער. די אוישוויץ־אינטענסיווע קורסן וועלן זיך אָנהייבן אין חודש מאַרץ.

איצט שטעלט אײַך פֿאָר. ווען איך האָב דאָס איבערגעלייענט, איז מיר געוואָרן פֿינצטער אין די אויגן. נישט גענוג וואָס פּוילן האָט אויפֿגעשטעלט דעם "ייִדישן האָלאָקאָסט־מוזיי" אין וואַרשע פֿאַר טוריסטן, ווײַל קיין "ייִדעלעך מיט זייערע פֿידעלעך" זײַנען דאָך שוין דאָרט נישטאָ, מאַניעט מען אַרײַן די אַמעריקאַנער יאָלדן, טוריסטיק, און אויב שוין יאָ אַזוי, אויב די טוריסטיק גיט רווח, איז פֿאַרוואָס נישט אויסנוצן אַזאַ נאָמען ווי "אוישוויץ", וואָס איז אַלעמען גוט באַקאַנט? די קדושים וואָס זײַנען דאָרט פֿאַרברענט געוואָרן קערן זיך מסתּמא איבער אין זייער אַש, וואָס מען מאַכט פּרנסה פֿון דער שרעקלעכער קאַטאַסטראָפֿע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ דער שיסל מוז מסתּמא זיצן אַ פּויליש־ייִדישע בחורטע, וואָס פֿאַרמאָגט נישט קיין ייִדיש האַרץ. ווײַל ווען זי וואָלט פֿאַרמאָגט כאָטש אַ "פּינטעלע ייִד", וואָלט זי דאָך דערפֿילט דעם שוידער, דעם שטאָך אין האַרצן בײַם אויסנוצן לטובֿת אייגענער חיונה אַזאַ אָרט, וווּ מ׳האָט פֿאַרברענט אונדזער אומה־ודת.

טראַכטנדיק וועגן אונדזער אומגליק, וווּ דאָס ייִדישע אַש איז צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע ווינקלען פֿון פּוילן, האָב איך זיך דערטראַכט צו אַ קאָשמאַר. אויב מ׳באַנוצט זיך שוין מיט אוישוויץ, טאָ פֿאַרוואָס נישט מיט טרעבלינקע, מײַדאַנעק, סאָביבאָר. מיר האָבן געהאַט גענוג טויטקאַמערן, מיט וועלכע די דײַטשן האָבן זיך באַנוצט אויסצוראָטן אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.

וואָס אַן אמת, ווען די חבֿרה וועט ענדיקן מיט אוישוויץ, וועל איך דערהאַלטן בליצפּאָסטלעך פֿון זומער־קורסן אין טרעבלינקע, מײַדאַנעק, סאָביבאָר, בוכענוואַלד, דאַכאַו, טערעזיענשטאַט. צווישן אַנדערן, מיר האָבן זיי איבערגעלאָזט פּרנסה אויף יאָרן פֿאָרויס. דאָרט וווּ עס פֿעלן אויס לעבעדיקע ייִדן, ווי למשל, אין פּוילן, שינדט מען די הויט פֿון די טויטע. און אַז זיי וועלן פֿאַרטיק ווערן מיט די אַלע קרעמאַטאָריעס, וועלן זיי קענען זיך דערטראַכטן צו אַ ייִדיש־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿונעם "חורבן־בית־המיקדש", געפּראַוועט אין פּוילן. און אפֿשר גאָר אַ כמעלניצקי־ייִדיש־פּראָגראַם. און פֿאַרוואָס דאָס נישט? און וואָס איז מכּוח די פּאָגראָמען, וואָס זײַנען זיי שיפּע־זיבעלעך? פֿאַראַן גענוג סחורה אין דער ייִדישער געשיכטע אויף צו מאַכן אַ געזונט לעבן.

כ׳וויל אײַך פֿרעגן אַ פֿראַגעלע. בײַ די אומות־העולם וואָלט זיך עמעצער דערוועגט צו באַנוצן זיך מיט אַזאַ אָרט ווי "נאָרמאַנדי", וווּ עס זײַנען געפֿאַלן אין שלאַכט קעגן די דײַטשן טויזנטער אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, צווישן זיי אויך ייִדן? שטעלט אײַך פֿאָר, ווען עס קומט אָן פֿון פֿראַנקרײַך צו אַן אַמעריקאַנער בירגער אַזאַ מין בשׂורהלע, אַז די פֿראַנצויזן איז אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן קורסן וואָס וועלן זיך רופֿן: "'נאָרמאַנדי־פֿראַנצויזישע זומער־פּראָגראַם.’ שליסט זיך אָן אין אַן אַקאַדעמיש־סקאָלאַסטישער סבֿיבֿה און האָט הנאה פֿון דער אַרומיקער געגנט."

אָדער גאָר אַזאַ מין אָנזאָג, ווי: "קומט און נעמט אָנטייל אין 'געטיסבורג־זומער־פּראָגראַם פֿון שפּראַך, בירגערקריג און געפֿאַלענע.’" דאָס איז אַן אַבסורד.אָבער בײַ אונדז שעמט מען זיך נישט. מ׳נוצט אויס די קרעמאַטאָריעס, די טויטלאַגערן, די קרבנות און אין זייער זכות זוכט מען אויס פֿון אונטער דר׳ערד פּרנסות.

און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז די מגפֿה פֿון קרעמאַטאָריעס, פֿון הריגה, פֿונעם מזבח פֿון טויט, האָבן די דײַטשן פֿאַרשפּרייט בשותּפֿות מיט איבערגעגעבענע פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, ליטווינער, רומענער און די "נילאַשעס," אונגאַרישע נאַציס; אַלע האָבן זיי אָנטייל גענומען אין אונדזער אומקום, און געהאָלפֿן אומצוברענגען זעקס מיליאָן פֿון אונדז. זײַנען הײַנט צו טאָג פֿאַרבליבן אין פּוילן אויסגעליידיקטע ייִדן, אַסימילירטע, פּאָלאָניזירטע כּמו־ייִדן, וואָס פֿאַרמאָגן נישט קיין טראָפּן ייִדישע אָנגעהעריקייט מיט כּלל־ישׂראל און עם־ישׂראל. זיי פֿילן נישט אונדזער אומגליק אויף זייערע אייגענע פּלייצעס, אויף זייערע אייגענע געוויסנס. דעריבער נאַרן זיי אַרײַן מוזיקאַנטן און לידער־שטעלער קיין קראָקע, וווּ מ׳פֿאַרקויפֿט אין גאַס געגנבֿעטע פֿון ייִדישע היימען מנורות, שבת־ליכט און אויסגעקרימטע פֿיגורן פֿון פֿרומע ייִדן. און וועמען פֿאַרנאַרן זיי? די עם־הארצים; יענע, וואָס זוכן פּרנסה, און אַמעריקאַנער טוריסטן וואָס זוכן דעם נעכטיקן טאָג.

די פּאָליאַקן ציטערן אין די הויזן, עס זאָלן זיי, חלילה, נישט אָפּזוכן אַ ייִד וואָס וועט מאָנען צוריק זײַן דירה, געשעפֿט, דער מאַמעס בעטגעוואַנט, דער באָבעס פּאָרצעלײַ, און דער קלאַנג גייט, אַז אויב די דײַטשן האָבן אונדז אָפּגעטאָן אַזאַ אומגליק, דאַרף מען דאָך זיי האַסן ווי אַ פּגירה און עקל. מיר האָבן דורך די יאָרן אָנגעוווירן דעם שרעקלעכן האַס. אָבער ווען עס קומט צו פּוילן איז גאָר אַן אַנדער מעשׂה. כאַפּט אַנומלטן אַ שמועס מיט די געראַטעוועטע; זיי טראָגן אַ שׂינאת־מוות ווען עס קומט צו פּוילן. זיי באַטראַכטן די פּאָליאַקן פֿאַר פֿאַררעטער, שמאַלצאָווניקעס (די וואָס האָבן אויסגעגעבן זייערע ייִדישע שכנים), און אויב זיי האָבן יאָ אַמאָל געראַטעוועט אַ ייִד, האָבן זיי גענומען לאַפּוּווקע, האָט מען זיי געמוזט צוזאָגן גאָלדענע גליקן, ווען די מלחמה וועט זיך ענדיקן.

דער עיקר, זײַנען די פּאָליאַקן אַ קאַטויליש פֿאָלק, וווּ די גלחים צינדן אָן זייערע בלוטן מיטן ייִדנהאַס, און דאָס קומט פֿאָר יעדן זונטיק אין קירכע. דער אַנטיסעמיטיזם בליט ביזן הײַנטיקן טאָג אין פּוילן ווי פֿלעכטגראָז, אַפֿילו ווען עס זײַנען שוין דאָרט פֿאַרבליבן געציילטע ייִדן אָפּצוציילן אויף די פֿינגער.

זײַט מיר מוחל פֿאַרן אויסבראָך קעגן דעם אָשווענטשים (אוישוויץ)־שטודיר־פּראָגראַם. די פֿראַגע איז: צו וואָס וועלן זיי זיך דערטראַכטן להבא? דער רוח ווייסט עס.