- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די רעזשיסאָרן פֿון די לעבעדיקע דראַמעס וועלכע בויען די געשיכטע, פֿירן זיך אויף אַזוי ווי די דראַמאַטורגן אין האָליוווּד, אין דער טעלעוויזיע און הינטער די קוליסן פֿון די טעאַטערס. יעדער איינער וויל יעדן אַנדערן איבעריאָגן, איבערשטײַגן אין דעם דערפֿאָלג און אין דער פּאָפּולאַריטעט, אָדער, ווי מען רופֿט עס הײַנט: אין דעם "רייטינג". אָט זײַנען אָקערשט אויסגעבראָכן איינער נאָכן אַנדערן צוויי דראַמאַטישע סקאַנדאַלן. האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן זיך אָנצוּוואַרעמען אָדער אָפּצוקילן — און עס איז אָנגעפֿלויגן אַן אַלוועלטלעכער, אַ שטורמישער דיגיטאַלישער, צי עלעקטראָנישער, אַ מאָל האָט מען קיין ייִדן ניט געדאַרפֿט דערקלערן דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט "קאָזאַק", וואָס האָט, בדרך-כּלל, קיין גוטע אַסאָציאַציעס ניט אַרויסגערופֿן, ווײַל קאָזאַקן האָבן סימבאָליזירט די רציחות פֿון דעם צאַרישן רעזשים, בפֿרט קעגן ייִדן. איצט מוז איך זייער אָפֿט איבערחזרן דערקלערונגען וועגן קאָזאַקן, ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער סטודענטן האָבן וועגן דעם קיין אַנונג ניט. כ׳בין זיכער, אַז דער "פֿאָרווערטס"-עולם איז אַנדערש, אָבער — אויף מאַלע וואָס — דערמאָן איך, אַז קאָזאַקן זײַנען געווען פֿרײַע, ניט פֿאַרשקלאַפֿטע רוסן צי אוקראַיִנער (צי אַ געמיש פֿון ביידע), וועלכע האָבן געוווינט אין גרענעץ-געגנטן און געהאַט אַ מין קאָנטראַקט מיט רוסישע מלכים. בײַ לײַטן איז לעצטנס אָנגענומען געוואָרן, אַז גאָר אַ סך לשונות האַלטן אין איין אויסשטאַרבן, ממש במהרה־בימינו, טאַקע פֿאַר אונדזערע אויגן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָבן טייל געניטע אָבסערוואַטאָרן באַמערקט ווי נײַע לשונות ווערן גאָר געבוירן! אַ באַווײַז האָט איר: די אַגענטור וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָר אײַן און יאָר אויס מיט ציילן די לשונות פֿון דער גאָרער וועלט און די צאָלן פֿון זייערע רעדנערס, דהײַנו: די The Summer Institute of Linguistics, האָט במשך דעם איצטיקן יאָרצענדלינג אָפֿט געפֿונען, אַז די צאָל לשונות אויפֿן וועלטקוגל פֿאַרגרעסערט זיך און ווערט גאָר ניט קלענער! ווי קען דאָס גאָר אַפֿילו געמאָלט זײַן אין אַ תּקופֿה ווען די שפּראַכיקע שוואַרצזעערס פֿון דער מאָדערנער וועלט האַלטן נאָר אין איין "קראַקען" זייער אונטערגאַנג־ליד? צווישן די צען געבאָט, וואָס משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט זײַן פֿאָלק פֿון באַרג סיני, געפֿינען מיר אויך דעם "לא תּעשׂה לך פּסל" — מאַך זיך נישט קיין געצל. מיר ווייסן שוין אָבער גוט, אַז ס'איז נישטאָ אַזאַ "לא" מע זאָל פֿון אים זיך נישט קאָנען מאַכן "כּלא ידע". נישט איין מאָל האָט די מענטשלעכע וועלט זיך געמאַכט נישט וויסנדיק און געשאַפֿן פֿאַר זיך קלענערע און גרעסערע געצלעך. בדרך־כּלל, טרעפֿט זיך עס, אין די אַזוי גערופֿענע סמוטנע, אומזיכערע צײַטן, ווען די פֿעלקער זוכן אַן אויסוועג אינעם שטעלן איבער זיך אַ געצל; אָדער ווען אַ פּשוטער בשׂר ודם שטעלט זיך אַליין אַרויס פֿאַר אַ געצל און דער המון כאַפּט עס אונטער, ווײַל קיין אַנדער ברירה זעט ער נישט. אין ביידע פֿאַלן ווערט אַזאַ פֿאָלק געשטראָפֿט! אין אוריאל ווײַנרײַכס האַנטביכל פֿאַר טוריסטן, Say it in Yiddish (זאָגט עס אויף ייִדיש), גיט ער איבער פֿאַרשידענע טערמינען און פֿראַגעס, וואָס אַ קונה קאָן פֿרעגן ווען ער באַשטעלט אַ צימער אין אַ האָטעל, ווי, למשל, "וויפֿל קאָסט אַ צימער מיט צוויי בעטן?" אָדער "צי סערווירט מען דאָ פֿרישטיק?" אָבער צוליב דעם וואָס ס׳איז הײַנט נישט פֿאַראַן קיין ייִדיש־רעדנדיקע מלוכה, זעט דאָס ביכל אויס מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע פֿאַר ייִדישיסטן, איידער אַ פּראַקטישער וועגווײַזער. אומאַן, דאָס קליינע שטעטל אין אוקראַיִנע, דאָס אָרט וווּ עס האָט אויסגעלעבט זײַנע יאָרן, און וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער, איינער פֿון די באַרימטע חסידישע רביים אין דער גאָרער ייִדישער וועלט. ער איז געווען אַן אוראייניקל פֿון דעם בעל־שם־טובֿ אַליין און האָט זיך געהאַלטן ווי דער איינציקער, ריכטיקער אויסטײַטשער פֿון זײַן זיידנס ירושה. ווי באַוווּסט, האָט ער צוליב דעם זיך געשאַפֿן אַ סך שׂונאים און קריטיקער מצד די אַנדערע חסידישע רביים פֿון זײַן צײַט. אין יאָר 1798 האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל און נאָך זײַן צוריקקומען פֿון דאָרטן האָט ער זיך באַזעצט אין בראַצלאַוו. דעם 20סטן נאָוועמבער איז געוואָרן 65 יאָר זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער נירנבערגער פּראָצעס איבער די צענטראַלע פֿיגורן אין היטלערס נאַציסטישער מלוכה. הײַיאָר איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן דורך דער עפֿענונג פֿון אַ מוזיי אין דער זעלבער געבײַדע, וווּ אין משך פֿון עלף חדשים זײַנען דורכגעגאַנגען זיצונגען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט. צו עפֿענען דעם מוזיי זײַנען קיין נירנבערג געקומען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון דײַטשלאַנד און רוסלאַנד, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס-בריטאַניע און פֿראַנקרײַך. דער דײַטשישער מיניסטער, גידאָ וועסטערוועלט, האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן דער אַנומלטיקער "נאַטאָ"-באַגעגעניש אין ליסאַבאָן ווי אַ באַווײַז, אַז די אַמאָליקע שׂונאים זײַנען געוואָרן שותּפֿים און פֿרײַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. ווי אַ גרויסער ייִדישער שרײַבער, אָנערקענט אין אַלע סבֿיבֿות פֿון ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט און אין דער וועלט בכלל, איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן זייער באַשיידן, באַזונדערס אין די אַזוי גערופֿענע "דזשויִש"־אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע, וווּ (לאָמיר גלייבן) אַלע האָבן געהערט דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער, און געוויס עפּעס געלייענט פֿון זײַנע ווערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג. קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.
ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט מאַכט הײַנט דורך אַ ממשותדיקע ענדערונג. די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די ייִדישע קהילה זינט די 1940ער יאָרן, לײַדן איצט פֿון אַ פֿאַלנדיקער מיטגלידערשאַפֿט און שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע ווי אַמאָל, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור. כּדי אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער יוגנט, און במילא באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האָט די "אַבֿי־חי פֿונדאַציע" לעצטנס אינטערוויוירט מער ווי 250 פֿרויען און מענער צווישן 22 און 40 יאָר, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט ייִדישע פּראָיעקטן. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס. די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; כאָטש מערסטע ייִדן האָבן קיין באַסקן פֿאַר די אויגן אַפֿילו קיין איין מאָל ניט אָנגעקוקט, איז מיר שוין אויסגעקומען אַזש פֿיר מאָל צו זײַן צווישן זיי. די ערשטע באַגעגעניש: זייער אַ טרויעריקע דאָס ערשטע מאָל איז דאָס פֿאָרגעקומען טאַקע אין פֿילאַדעלפֿיע, "וווּ איך האָב מײַנע קינדערישע יאָרן פֿאַרבראַכט" (ביז איך בין אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, כּדי דאָרטן צו באַקומען דעם דאָקטאָראַט). אין פֿילאַדעלפֿיע האָב איך זיך קינדווײַז געלערנט אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וווּ מיר האָבן איין מאָל אין וואָך זיך פֿאַרנומען מיט "נײַעס פֿון דער וועלט" און דער לערער, גדליה ברעסלער, האָט מיר איבערגעגעבן דעם שפּאַנישן בירגערקריג, ווי מײַן טעמע אויף וועלכער אָפּצוגעבן אַ וואָכיקן באַריכט. פֿאַר מיר איז אָט די טעמע געווען זייער צוגעפּאַסט, ווײַל איך האָב שוין ביז דעמאָלט געהאַט אָנגעהויבן זאַמלען מאַרקעס, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ברייטער וועלט פֿון "פֿעלקער און קלימאַטן". |