פּובליציסטיק, נײַעס
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אוזבעקישע פּליטים בײַ דער גרענעץ, קומען צוריק קיין קירגיזסטאַן פֿון אוזבעקיסטאַן, דעם 17טן יוני 2010

אַ נײַעם קלאַפּ האָבן באַקומען די לײַט, וועלכע בענקען נאָך קאָמוניזם און דער סאָוועטישער סיסטעם. די טראַגישע געשעענישן אין קירגיזסטאַן האָבן ווידער אַ מאָל בולט געוויזן דעם אמתן פּרײַז פֿון דער סאָציאַליסטישער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט, אַ ווינקלשטיין פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע. אין זײַן צעפֿאַלונג האָט די סאָוועטישע סיסטעם אַנטפּלעקט איר ריכטיקן פּרצוף פֿון אַ קאָלאָניאַלער מלוכה, אַ יורש פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ניט צופֿעליק פֿאַרגלײַכט מען איצט די רוסיש-קירגיזישע באַציִונגען מיט די פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַציִונגען צווישן פֿראַנקרײַך און אירע קאָלאָניעס, בפֿרט צווישן פֿראַנקרײַך און רואַנדאַ בעת די בלוטיקע שחיטות דאָרטן.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויף דעם אָרט איז געשטאַנען די אַלטע שיל

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מיך מײַן ייִדיש-אַקאַדעמישע דאָליע געבראַכט קיין בײַערן, וווּ מיר איז — ניט געקוקט אויף מײַנע גאַנץ אָפֿטע רײַזעס קיין דײַטשלאַנד — פֿריִער ניט אויסגעקומען צו זײַן. איך קלײַב זיך ניט מאריך זײַן וועגן דער גאַנצער נסיעה, אָבער וועגן איין געאָגראַפֿיש אָרט — רעגענסבורג — וועל איך עטלעכע הונדערט ווערטער פֿון דעסטוועגן אָנשרײַבן, ווײַל אי די שטאָט אי די קולטור-געשעענישן אין איר (ווי אויך אַרום איר) האָבן אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש.

דעם 8טן מײַ 2009 האָט "פֿאָרווערטס" געדרוקט מײַן אַרטיקל "מער ווי איין טאָג אין רעגענסבורג", אין וועלכן איך האָב אַ ביסל דערציילט וועגן אַן אויסשטעלונג, געמאַכט אַרום יוסף אָפּאַטאָשוס היסטאָרישער נאָוועלע "איין טאָג אין רעגענסבורג".

משפּחה, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: מרים ש. האָפֿמאַן מיט דוּווטשען (דוד) ראָטנבערג — דער פֿאָטער פֿון גאָלדעלען און רחלען

עפּעס לעצטנס קומען מיר אַנטקעגן די שווערסטע מאָמענטן, בעת איך האַלט אָן מײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט ביידע שוועסטער. זיי זײַנען קינדער פֿון עלטערן, געראַטעוועטע פֿון אוישוויץ. איינע איז געבוירן אין אַ "די־פּי"־־לאַגער און די צווייטע שוין דאָ אין לאַנד. זייערע עלטערן האָבן זיך געחבֿרט מיט מײַנע עלטערן, און ווען די צוויי שוועסטער זײַנען אַ ביסעלע אונטערגעוואַקסן, בין איך שוין אַלט געווען פֿערצן־פֿופֿצן יאָר. אַ מיידל אין מײַנע יאָרן האָט שוין געקענט צופֿאַרדינען, בין איך געוואָרן אַ "בייבי־סיטערקע," (קינד־היטערין), בײַ דער משפּחה.

‫פֿון רעדאַקציע

ס'האָט אונדז גאָרנישט פֿאַרחידושט דער גוואַלד־פּראָטעסט, וואָס איז אויסגעבראָכן באַלד נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע ים־כּוחות האָבן פֿאַרהאַלטן די אַזוי גערופֿענע "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע". די פּרעסע איבער דער וועלט האָט שוין אַרויסגעקוקט אויף דער סענסאַציע און נאָר געוואַרט אויפֿן סיגנאַל, כּדי זי צעפּויקן מיט אַלע מיטלען.

‫פֿון רעדאַקציע

ווי מע רעדט שוין אַ גאַנצע וואָך, זײַנען פֿון ציפּערן אָפּגעשוווּמען 9 שיפֿן מיט 750 פּאַסאַזשירן און הומאַניטאַרער הילף פֿאַר די אײַנוווינער פֿון עזה. דאָס דאָזיקע שליחות, וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" איז איניציִיִרט געוואָרן דורך דער איסלאַמישער אָרגאַניזאַציע IHH, ווי אויך אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס זייער הויפּט־ציל איז דורכצורײַסן די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון עזה. די באַטייליקטע מאַכן אַליין נישט קיין סוד, אַז זייער שליחות טראָגט בפֿירוש אַ פּאָליטישן, אַנטי־ישׂראלדיקן כאַראַקטער, איידער באמת אַ הומאַניטאַרן ציל.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בועז ביסמוט (רעכטס) מיטן ראָש־הקהל אין תּימן

פֿאַראַן אין ישׂראל אַ מוטיקער און געוואַגטער זשורנאַליסט, זײַן נאָמען איז — בועז ביסמוט — און זײַן געוואַגטקייט באַשטייט אין דעם וואָס ער שרעקט זיך נישט צו באַזוכן די אַראַבישע לענדער און קומען אין באַריר מיט ייִדן.

ווי אַזוי טוט ער עס? ער האָט מסתּמא צוויי פּאַספּאָרטן: איינעם אַ ישׂראלדיקן וואָס ער האָט מסתּמא אויף אַ זיכער אָרט מען זאָל אים נישט זען, און דעם צווייטן — פֿון אַן אייראָפּעיִשער מדינה. מיט דעם לעצטן האָט ער שוין באַזוכט אַ גאַנצע ריי אַראַבישע לענדער און געשריבן וועגן די ייִדן. איצט איז געקומען די ריי אויף תּימן, וווּ עס זענען נאָך געבליבן 130 פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, וועלכע האָבן בשעתּו נישט געוואָלט עולה זײַן, און איצט — ווען דער מצבֿ איז דאָרט געוואָרן אומדערטרעגלעך ווײַל מען הרגעט ייִדן — בעטן זיי מען זאָל זיי העלפֿן.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז באַוווּסט, אַז אין די ערשטע פֿינף יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע האָט אַב. קאַהאַן פֿאַרבראַכט ווייניק צײַט אין דער צײַטונג. ער איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם טרוקענעם נוסח פֿון זשורנאַליזם, וואָס האָט קוים-קוים-געהאַלטן דעם "פֿאָרווערטס" אויף דער אייבערפֿלאַך. קאַהאַן האָט געגלייבט, אַז אַ צײַטונג עקזיסטירט ניט צוליב איבערחזרן טאָג-אײַן טאָג-אויס די אידעען פֿון קאַרל מאַרקס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קאַהאַן האָט פֿאַרשטאַנען סאָציאַליזם ווי אַ וועג צו אַ בעסערן לעבן, אַ בעסערן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו חיים גראַדעס אַלמנה — אינאַ גראַדע. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז נישט קיין סיבה צו שטעלן זיך קלאָגן און אויך נישט אַרײַנפֿאַלן אין אַ הינערפּלעט פֿון אַנטציקונג. איציק גאָטעסמאַן האָט אין זײַן פֿאָריקן אַרטיקל אָנגעגעבן אַ סך פּרטים פֿון אינאַס כאַראַקטער, איר מאָדנע באַציִונג מיט דער ייִדישער וועלט, אירע אַמביציעס און צערודערטן צושטאַנד. און אַזוי ווי חיים גראַדע איז געווען אונדזער שכן אין דער בראָנקס, איז ער מיר געווען באַקאַנט און אַלץ וואָס איך האָב געזען און געהערט פֿון אים האָט זיך נישט גאָר געלייגט אויפֿן שׂכל, נאָר זײַן גרויסקייט האָט געשטעקט אין יעדן זאַץ זײַנעם. מיט איין וואָרט, ער איז געווען אַ קלוגער ייִד.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
יעדע וואָך קומען אין "דאַטאַ" בערך 50 מענטשן פֿון אַלע שיטות צו לערנען תּורה

מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: מיטוואָך נאָכמיטאָג. פֿיר רבנים מיט בערד זיצן שעהען לאַנג אַרום אַ טיש, שאָקלען זיך בײַ דער גמרא און אַנדערע ספֿרים, און פּרוּוון אויספּלאָנטערן, צי אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ טויער־טורעם בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן ווילע, דאַרף דאָרט אויפֿהענגען אַ מזוזה.

איז דאָס אַ בית־מדרש אין באָראָ־פּאַרק? לייקוווּד? ניין, ס׳איז דווקא אַ כּולל אין דאַלאַס, טעקסאַס...

דער חידוש איז אָבער נישט בלויז וואָס אינעם אַמאָליקן האַרץ פֿון קאַובוי־לאַנד לערנט הײַנט אַ גרופּע תּלמידי־חכמים גמרא, נאָר ווי אַזוי די רבנים האָבן ממש איבערגעמאַכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה.

‫פֿון רעדאַקציע

דעם 17טן מײַ האָט טעהעראַן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז איראַן וועט איבערשיקן קיין טערקײַ 1,200 קילאָגראַם נידעריק־באַרײַכערטן אוראַניום ווי אַ גאַראַנט, אַז רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך וועלן איבעראַרבעטן די זעלבע קוואַליטעט אוראַניום אין הייצוואַרג און עס איבערגעבן צו טערקײַ. די דאָזיקע הייצוואַרג וועט באַקומען איראַן, און די מערבֿ־לענדער — די 1,200 קילאָגראַם אוראַניום. אין פֿאַל, אַז דער אויסטויש וועט דורכפֿאַלן, באַקומט באַלד איראַן פֿון טערקײַ איר אוראַניום צוריק.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפּ פֿון זיך די אַחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געוויינטלעכן" שיכּרות, פֿון וועלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תּנאַי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם יוצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות.

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מ׳טרובעט איבער דער וועלט — ס׳רוכעוועט זיך צווישן די גלחים אַ פּערוועזער סקאַנדאַל. זיי האָבן געזינדיקט און ווילן זיך נישט מתוודה זײַן. זיי האָבן זיך איזדיעקעוועט איבער אומשולדיקע קינדער און זיך פֿאַרנומען מיט פּעדאָפֿיליע דורות־לאַנג. נישט נאָר דאָס. איין גלח האָט פֿאַרפֿירט 200 טויבע קינדער, און נישט בלויז דאָ אין אַמעריקע, נאָר כּמעט גלאָבאַל — אייראָפּע, אירלאַנד, לאַטיין־אַמעריקע און איצט מעקסיקע. די קאַטוילישע קירך האָט ממש באַנקראָטירט.