- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 14טן מאַרץ איז אין רוסלאַנד געווען אַ טאָג פֿון וואַלן. אַזוי איז איצט פֿאַרפֿירט דאָרטן — צוויי מאָל אַ יאָר אָרגאַניזירט מען וואַלן אויף אַ קאָאָרדינירטן אופֿן. מע קלײַבט אויס דעפּוטאַטן און מייאָרס אין די ערטער, וווּ ס׳איז געקומען די צײַט עס צו טאָן. די איצטיקע וואַלן זײַנען געווען פּראָווינציעלע. און דאָך האָבן זיי קלאָר געוויזן, ווי עס אַרבעט די פּאָליטישע סטרוקטור, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין דעם לעצטן יאָרצענדליק, וואָס איז אין רוסלאַנד אַסאָציִיִרט מיטן "נאַציאָנאַלן פֿירער", וולאַדימיר פּוטין, און זײַן קאָמאַנדע. מסתּמא עקזיסטירט גײַציקייט, גיריקייט און זשעדנעקייט זינט די ששת־ימי־בראשית; דאָס הייסט, וויפֿל דער מענטש פֿאַרמאָגט איז אים קיין מאָל נישט גענוג. נישט וואָס ער פֿאַרמאָגט דרײַ מאָגנס ווי אַ קו, וואָס מעלה־גירהוועט (chew cud). ווען דער אַפּעטיט באַפֿאַלט אים מיינט ער, אַז ער קען עסן פֿאַר דרײַ. איך אַליין הייב נישט אָן צו פֿאַרשטיין דעם פּסיכישן צושטאַנד פֿון אַזאַ מענטשן, ווײַל איך לעב צווישן עמך וואָס איז שׂמח בחלקו. ווי מע זאָל נישט דרייען, גלייבט זיך פֿאָרט נישט, אַז דער "פּאַטש אין פּנים", ווי עס ווערט פֿאַרטײַטשט דער פֿאַקט, אַז דווקא בעת דעם וויזיט פֿונעם אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, האָט דער ישׂראלדיקער אינערלעכער מיניסטער געמאָלדן וועגן אָנהייבן בויען 1,600 וווינונגען אין ירושלימער געגנט רמת־שלמה, — איז אַן אומגעלומפּערטער ביוראָקראַטישער "פּאַנטשער", ווי מע זאָגט אין ישׂראל. אין יאָר 1971, האָט דער שווייצאַרישער עקאָנאָמיסט קלאַוס שוואַב צונויפֿגערופֿן 450 באַקאַנטע דירעקטאָרן פֿון פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס, כּדי אַרומצורעדן די סטראַטעגישע פּראָבלעמען פֿונעם אייראָפּעיִשן מיסחר און אָפּשאַצן זײַן פּערספּעקטיוו אין דער וועלט־עקאָנאָמיע. קיינער האָט דאַן נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז גאָר אין גיכן וועלן אין דאַוואָס זיך אָנהייבן צונויפֿפֿאָרן פּרעזידענטן און פּרעמיער־מיניסטאָרן, נאָבעל־געווינער; די רײַכסטע און אײַנפֿלוסרײַכסטע מענטשן פֿון אַלע וועלט־עקן. ווי באַקאַנט, גייט מען הייאָר פֿײַערן דעם 65סטן יוביליי נאָכן נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אין שײַכות מיט דער וויכטיקער דאַטע האָט מען אין דעם אַנשטאַלט פֿון דער מאָסקווער מוניציפּאַליטעט באַהאַנדלט, וווּ און וויפֿל אַרויסצושטעלן פּאָרטרעטן פֿון סטאַלינען. פֿרעגט זיך, וואָס פֿאַר אַ לײַטיש פּנים נאָך דעם קען מען האָבן אין דער דעמאָקראַטישער וועלט? נישט לענגער ווי פֿאַראַיאָרן האָט די אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע אָנגענומען אַ דעקלאַראַציע, וווּ עס ווערט געשטעלט אַ גלײַכצייכן צווישן דעם סטאַליניסטישן קאָמוניזם און היטלעריסטישן נאַציזם. אויף אונדזערע טעגלעכע שפּאַצירן איבער די גאַסן פֿון ריווערדייל, האָט מיר מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט אַן אויסטערלישע געשיכטע. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען זי און איר מאַן האָבן אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קראָקע, האָבן זיי באַגעגנט צוויי ייִדן אין שיל. ביידע ייִדן זײַנען געווען געראַטעוועטע פֿון סטאַלינס גיהנום און געבליבן וווינען אין פּוילן נאָך דער מלחמה. האָבן זיי פֿאַרבעטן סײַ מײַן פֿרײַנדינע און סײַ איר מאַן, דוד, זיי זאָלן מיט זיי מיטגיין צום ראַבינער אויף שבת. דאָרט פּראַוועט מען אַן עונג־שבת לויט דער לעצטער מאָדע. האָבן זיי באַוויליקט. "די אַראַבישע ליגע" האָט אָנגענומען אַ באַשלוס: אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון מאַכמוד אַבאַס, מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון אַמעריקע, און אין פֿיר חדשים קומען צו אַ הסכּם. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געענטפֿערט: "אָ׳קיי!" — זיך אין דעם באַשלוס אָנגעכאַפּט, און באַלד געשיקט קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, אַ שטויס צו טאָן דעם שלום־צוג און רירן אים פֿון אָרט. מיט אַ וואָך צוריק איז דער הויפּט־"סטאַר" פֿון דער פּאָליטישער טעאַטער־וואָך אין ישׂראל געווען אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו". הײַנטיקע וואָך איז דער הויפּט־"סטאַר" געווען דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, וועלכער איז געקומען פֿאַרריכטן דאָס וואָס ליבערמאַן האָט, דירעקט אָדער אומדירעקט, קאַליע געמאַכט. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005. (דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.) דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מיט צוויי ריזיקע כוואַליעס פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. די רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער עמיגראַציע קיין אַמעריקע זײַנען שוין גוט באַקאַנט, ווײַל דווקא יענע כוואַליע האָט געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה אויפֿן אויספֿורעמען דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור. אָבער די לעצטע כוואַליע, דער עיקר, קיין ישׂראל, האָט נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקע היסטאָרישע אָפּשאַצונג. ס׳קומען שוין ווידער פֿאָר צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל־כּוחות אַרום דער "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און אויפֿן הר־הבית אין ירושלים, און ס׳זײַנען שוין ווידער פֿאַראַן צענדליקער אַרעסטירטע און פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט זיך אײַנשטעלן, סוף־כּל־סוף, אַ געוויסער שטילשטאַנד אויף די דאָזיקע פֿראָנטן און עס וועט קומען די ישועה צו דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם, וואָס הערשט צווישן די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים שוין העכער 60 יאָר. מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם, אַז "נאָך 30 יאָר פֿון לערנען די ייִדישע שפּראַך אין אוניווערסיטעט פֿון מערילאַנד גייט מען איצט אָפּשטעלן די ייִדיש־קורסן. במשך פֿון דער צײַט זײַנען די דאָזיקע קלאַסן געווען די איינציקע אוניווערסיטעט־קלאַסן פֿון ייִדיש אינעם גאַנצן שטאַט מערילאַנד". לעצטנס האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז אויך דער בראַנדײַס אוניווערסיטעט, כּדי אויסצוגלײַכן זײַן פֿינאַנציעלן מצבֿ, האָט בדעה, צווישן די קירצונגען פֿון אַנדערע פּראָגראַמען, זיך צולייגן אויך צו די ייִדיש־קלאַסן. |