- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די צווישן־באַציִונגען פֿון ישׂראל און טערקײַ ווערן מיט יעדן טאָג אַלץ מער אָנגעצויגן. בפֿרט נאָכן פּראָוואָקאַציע־אינצידענט אויף דער טערקישער שיף "מאַרמאַראַ". ערשט די וואָך, ממש פֿאַר זײַן אַרויספֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צו דער טרעפֿונג מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָט פּרעמיער נתניהו אין אַ דעקלאַראַטיווער פֿאָרעם געזאָגט, אַז ישׂראל באַדויערט וועגן די נײַן אומגעקומענע טערקישע בירגער אויף דער דאָזיקער שיף, אָבער זי וועט זיך נישט אַנטשולדיקן, מחמת די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן אָנגעהויבן שיסן, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייערע לעבנס פֿון די צעיושעוועטע באַנדיטן, וועלכע האָבן זיך אויף זיי אַרויפֿגעוואָרפֿן מיט אײַזערנע שטעקנס. די לעצטע גרויסע כוואַליע פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געגאַנגען אין דרײַ ריכטונגען. דאָס רובֿ עמיגראַנטן האָבן עולה געווען קיין ישׂראל; די צוויי אַנדערע שטראָמונגען זײַנען געגאַנגען קיין אַמעריקע און דײַטשלאַנד. יעדע גרופּע האָט מיט דער צײַט געשאַפֿן אַן אייגענע קולטור׃ פּרעסע, טעאַטער, ליטעראַטור, אַפֿילו קינאָ. אין די 1990ער יאָרן איז די הויפּט־שפּראַך פֿון אַלע אימיגראַנטן געווען רוסיש. אָבער אינעם נײַעם יאָרהונדערט איז אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור, וואָס פֿילט זיך באַקוועמער אין דער נײַער שפּראַך פֿונעם לאַנד וווּ מען וווינט. אין די לעצטע חדשים זײַנען אין צפֿון מאָלדאָווע אויפֿגעדעקט געוואָרן צוויי דענקמעלער, לזכּרון די אומגעבראַכטע דאָרטיקע ייִדן בעתן חורבן. דער ערשטער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם דאָרף פּעפּען, וווּ אין איין יולי־נאַכט, 1941 האָבן די רומענישע פֿאַשיסטן אויסגעהרגעט 326 ייִדן סײַ פֿון פּעפּען און סײַ די בעזשענצעס, וואָס האָבן זיך אינעם דאָרף אויסבאַהאַלטן. אַלע ייִדן האָט מען צונויפֿגעזאַמלט אינעם הויז פֿונעם דאָרפֿישן ראַט, כּלומרש צו קאָנטראָלירן זייערע דאָקומענטן. צוויי מעת־לעת האָט מען זיי דאָרט געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט; נישט געגעבן ניט עסן און ניט טרינקען. אַ קאָלעגע פֿון דײַטשלאַנד האָט מיר געזאָגט: "די צאָל ביכער וועגן ייִדן אין מיזרח-דײַטשלאַנד וועט אָט-אָט דערגרייכן די צאָל ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן געוווינט." אַז מע קוקט אַרײַן אין דער סטאַטיסטיק, זעט מען וואָס ער האָט געמיינט. אין 1989 האָט די ייִדישע קהילה אין דער דײַטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק (דדר) געהאַט בסך-הכּל 380 מיטגלידער, בערך 250 פֿון זיי זײַנען געווען בערלינער תּושבֿים. לעצטנס האָב איך אין מינכן, אין דעם ייִדישן ביכער-געשעפֿט וואָס איז לעבן דער היגער שיל, געקויפֿט אַ פֿרישע אויסגאַבע אויף דער טעמע — "די דדר און די ייִדן: אַ קריטישע פֿאָרשונג". איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד. כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין דערציילט די מעשׂה. אויב יאָ, זײַט מיר מוחל. דאָס פּאַסירעניש איז פֿאָרגעקומען אין מיאַמי־אוניווערסיטעט, ווען איך בין געגאַנגען אין קאַלעדזש, און ס׳האָט מיר גענומען אָנדערטהאַלבן יאָר צו באַקומען מײַן באַקאַלאָריאַט. איך האָב זיך גאָרנישט געקאָנט אָפּוווּנדערן ווי אַזוי איך האָב עס באַוויזן. ווײַל ביז איך האָב חתונה געהאַט און געבוירן קינדער, האָב איך בלויז געהאַט אונטער זיך דעם "ייִדישן לערער־סעמינאַר", וווּ איך בין געגאַנגען גאַנצע דרײַ יאָר און באַקומען אַ לערער־דיפּלאָם — דעם ייִדישן באַקאַלאָריאַט. סוף 1960ער יאָרן בין איך אַוועק אין אַ פּרעכטיקן אוניווערסיטעט, וואָס הייסט ביזן הײַנטיקן טאָג די "ניו־סקול פֿאָר סאָשל־ריסוירטש". דעם 25סטן יוני איז געוואָרן פֿיר יאָר זינט דער ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שליט איז בגוואַלד פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די "כאַמאַסניקעס" און ווערט בײַ זיי אָפּגעהאַלטן און אַרויסגעשטעלט צום האַנדל, ווי ס'האָט זיך אַמאָל געפֿירט אויף די מיזרח־יאַרידן מיט קנעכט און בהמות. דער פּרײַז איז אָבער הײַנט נישט קיין געלט, נאָר "באַרטער" — אַ ישׂראל־סאָלדאַט פֿאַר אָנדערטהאַלבן טויזנט פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן אין די תּפֿיסות פֿון ישׂראל. אויף דער פּאָפּולערער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם אין ניו־יאָרק, "זאבֿ ברענער שאָו" האָט מען פּלוצלינג דערהערט אַ רירנדיקע רעקלאַמע. אין אַ היימיש־חסידישן ייִדיש זאָגט אַ פֿרוי: "איך בין די מאַמע פֿון יואלי ענגלמאַן. יואלי איז אַ מיטגעמאַכטער פֿון ׳מאָלעסטיישאָן׳ [סעקסועלע באַלעסטיקונג], אַלס קינד, פֿון זײַן מנהל אין חדר מיט 15 יאָר צוריק. דער זעלבער מנהל איז הײַנט אַ מלמד פֿון ייִנגלעך אין זעלבן חדר, און די הנהלה טוט אים אומפֿאַרשעמטערהייט באַשיצן. די שוידערלעכע עוולה און געוואַלדיקער חילול־השם קען קומען צו אַ מסקנה נאָר דורכן "טשײַלד וויקטימס אַקט" (Child Victims Act)*, וואָס וועט צווינגען די הנהלה צו באַשיצן אומשולדיקע ייִדישע קינדער, אַנשטאָט דעם שולדיקן מלמד. ס׳איז באמת ניט מעגלעך צו פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע בעת די 40ער יאָרן מיטן רוואַנדישן אין צענטראַל־אַפֿריקע בעת די 1990ער יאָרן. "אינה דומה ראיה לשמיעה", זאָגט די גמרא, אַז אַן אַליין דורכגעמאַכטן חורבן קען מען ניט פֿאַּרגלײַכן מיט אַן אויסגעפֿאָרשטן. אין ביידע פֿאַלן זענען נעבעך אומגעקומען מיליאָנען נפֿשות. נאָר אין איין פֿאַל זענען זיי אונדזערע אייגענע עלטערן, קרובֿים און פֿרײַנד; לערערס און רביים, וואָס מיר האָבן זיי אַליין גוט געקענט, און אינעם אַנדערן פֿאַל, זענען זיי אומבאַקאַנטע מענטשן, אָן אַ פּרצוף און אָן אַ פּנים. פֿרעג איך אײַך: וועלכער חורבן איז געווען אַן ערגערער, זייערער צי אונדזערער? איך האָב אַמאָל, שוין אַוודאי מיט אַ דרײַסיק אָדער פֿערציק יאָר צוריק, אַרײַנגעשטעלט אין מײַנעם אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַל, אין אַ רעמל, דעם סלאָגאַן פֿון דעם פֿרוכטן־מאַרק: "קויף דעם שלום הײַנט, ווײַל מאָרגן וועט ער ווערן טײַער". אין קעגנזאַץ צו די פֿרוכטן אָדער אַנדערע סחורות אויפֿן מאַרק, איז דער שלום פֿון תּמיד אָן געווען אַ טײַערע סחורה, וואָס האָט אויך נישט געליטן, און לײַדט נישט, פֿון קיין אינפֿלאַציע — חוץ דעם אַבסטראַקטן באַגריסונגס־ און געזעגענונגס־ווערטל "שלום", וואָס איז דווקא ביליק און "געניסט" גראָד יאָ פֿון דער אינפֿלאַציע. דעם באַגריף פֿון "בלוטיקן זונטיק" אַסאָציִיִרט מען מיט עטלעכע טרויעריקע געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאַרשיידענע לענדער. אין רוסלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, דער זונטיק דעם 9טן (אָדער דעם 22סטן, לויטן מאָדערנעם קאַלענדאַר) יאַנואַר 1905, ווען די צאַרישע אַרמיי האָט געשאָסן אין אַ פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע. אין בריטישן און אירלענדישן היסטאָרישן זכּרון איז עס גאָר אַן אַנדער טאָג — דער 30סטער יאַנואַר 1972, ווען בריטישע זעלנער פֿון אַ פּאַראַשוטיסטן-רעגימענט האָבן גענומען שיסן אין אירלענדיש-קאַטוילישע דעמאָנסטראַנטן. איציק גאָטעסמאַן האָט שוין דערמאָנט אין זײַן רובריק, אַז אין די לעצטע צען יאָר האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל קאַווקאַזער און אַזערבײַדזשאַנער ייִדן און שוין באַוויזן אויפֿצושטעלן אַ טעאַטער אין זייער מוטערשפּראַך — יודעאָ־יואַהוריש און יודעאָ־טאַט. איינע איז באַזירט אויף פּערסיש און לשון־קודש, די אַנדערע — אויף טערקיש און לשון־קודש. |