לענאַ גאָרעליק |
די לעצטע גרויסע כוואַליע פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געגאַנגען אין דרײַ ריכטונגען. דאָס רובֿ עמיגראַנטן האָבן עולה געווען קיין ישׂראל; די צוויי אַנדערע שטראָמונגען זײַנען געגאַנגען קיין אַמעריקע און דײַטשלאַנד. יעדע גרופּע האָט מיט דער צײַט געשאַפֿן אַן אייגענע קולטור׃ פּרעסע, טעאַטער, ליטעראַטור, אַפֿילו קינאָ. אין די 1990ער יאָרן איז די הויפּט־שפּראַך פֿון אַלע אימיגראַנטן געווען רוסיש. אָבער אינעם נײַעם יאָרהונדערט איז אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור, וואָס פֿילט זיך באַקוועמער אין דער נײַער שפּראַך פֿונעם לאַנד וווּ מען וווינט.
אין אַמעריקע קאָן מען שוין רעדן וועגן אַ גאַנצער ליטעראַרישער גרופּע, מערסטנטייל פֿרויען, וועלכע שרײַבן אַ מין ליטעראַרישע געשיכטע פֿון דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע אויף ענגליש. אין ישׂראל בלײַבט רוסיש נאָך אַלץ די שפּראַך פֿון דער "הויכער קולטור" בײַ די רוסישע עולים, הגם עס זײַנען פֿאַראַן אויך אַ פּאָר אינטערעסאַנטע העברעיִשע מחברים צווישן די, וואָס זײַנען געקומען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דײַטשלאַנד איז, ווי געוויינטלעך, אַ ספּעציעלער פֿאַל. דווקא דאָ וווינען הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע אָריגינעלע רוסיש־ייִדישע שרײַבער, אַזעלכע ווי: לעאָניד גירשאָוויטש, אָלעג יוריעוו, באָריס כאַזאַנאָוו, איתן פֿינקעלשטיין; אָבער זייער שאַפֿונג האָט ווייניק צו טאָן מיט דער דערפֿאַרונג פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן.
די דײַטשישע ליטעראַרישע שירייִם פֿון דער רוסיש־ייִדישער עדה הייסט לענאַ גאָרעליק. זי איז געבוירן געוואָרן אין סאַנקט־פּעטערבורג און איז געקומען קיין דײַטשלאַנד אינעם עלטער פֿון עלף יאָר מיט אירע עלטערן, אין 1992, ווי אַזוי־גערופֿענע "קאָנטינגענט־פּליטים", וואָס אויף דעם דײַטשישן ביוראָקראַטישן זשאַרגאָן הייסט רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן. זי האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט מיט גרויס דערפֿאָלג דרײַ ראָמאַנען, וואָס — אַזוי אָדער אַנדערש — באַהאַנדלען די טעמע פֿון עמיגראַציע.
דער ערשטער ראָמאַן, "מײַנע ווײַסע נעכט", איז אויטאָביאָגראַפֿיש. די יונגע העלדין אַניאַ זוכט איר אָרט צווישן דער דײַטשישער סבֿיבֿה און איר אייגענער משפּחה. אין דעם זין איז לענאַ גאָרעליק ניט אַנדערש פֿון אירע אַמעריקאַנער קאָלעגינס, אַזעלכע, ווי עלען ליטמאַן אָדער אירינאַ ריין; הגם איר מצבֿ האָט, נאַטירלעך, אַ ספּעציפֿישע דײַטשישע אייגנאַרטיקייט.
להיפּוך צו די רוסישע ייִדן אין אַמעריקע, וואָס קאָנען, אויב זיי ווילן, ווערן "עכטע" אַמעריקאַנער, בלײַבן רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן און זייערע קינדער פֿרעמדע, צומאָל אַפֿילו "עקזאָטישע חיות". זיי דאַרפֿן כּסדר דערקלערן, ווער און וואָס זיי זײַנען, און וואָס טוען זיי אין דײַטשלאַנד, אַפֿילו — ווען זיי אַליין פֿילן זיך אין גאַנצן אין דער היים אין דער דײַטשישער שפּראַך און קולטור.
אַזאַ מין אויפֿקלערערישע ראָלע האָט אויף זיך גענומען לענאַ גאָרעליק. זי דערקלערט אין אירע ביכער און אַרטיקלען, אַז כּל־זמן זי האָט געלעבט אין רוסלאַנד, האָט דער באַגריף "ייִד" געהאַט בלויז אַ נעגאַטיוון באַטײַט, אָבער אין דײַטשלאַנד האָט זי געדאַרפֿט זיך בעסער פֿאַנאַדערקלײַבן מיט איר אייגענעם רוסיש־ייִדישן ייִחוס. "צו זײַן ייִדיש אין דײַטשלאַנד איז עקזאָטיש. אָבער צו זײַן סײַ ייִדיש און סײַ רוסיש — דאָס הייסט, צו זײַן אי דער קרבן פֿונעם חורבן אי דער שׂונא פֿון בעת דער קאַלטער מלחמה — איז אַ טאָפּלטע שטראָף" — דערקלערט זי אין אַן אינטערוויו — און גיט גלײַך צו׃ "אָדער אַ טאָפּלטע ברכה".
אייגנטלעך פֿאַרנעמט די ייִדישע טעמע זייער אַ קנאַפּ אָרט אין גאָרעליקס אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן. אַזוי ווי אירע אַמעריקאַנישע מיטצײַטלערינס, איז זי קודם־כּל באַזאָרגט מיט אַרײַנלעבן זיך אין דער דײַטשישער סבֿיבֿה. די דערציילונג אַנטוויקלט זיך, ווי עס קומט פֿאָר אין עמיגראַנטישע געשיכטעס, אין צוויי ריכטונגען, פֿאָרויס און צוריק. די העלדין וואַקסט אונטער און ווערט אַלץ מער דײַטשיש, אָבער איינצײַטיק קומט איר רוסישער עבֿר פֿאָר אַלץ בולטער.
ייִדישקייט ווערט פֿאַר לענאַ גאָרעליק פֿאַרקערפּערט קודם־כּל אין דער משפּחה, בפֿרט אין דער געשטאַלט פֿון דער ייִדישער מאַמע. פֿון איין זײַט, איז איר אויטאָביאָגראַפֿישע העלדין זייער צוגעבונדן צו איר מאַמען, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל זי זיך באַפֿרײַען פֿון איר שטענדיקער השגחה. די באַפֿרײַונג ווערט דערגרייכט דורך ליבע. אַניאַ דאַרף אויסקלײַבן צווישן צוויי יונגע מענער. איינער איז איר גוטער חבֿר איליאַ, אויך אַ רוסיש־ייִדישער אימיגראַנט, דער אַנדערער איז אַ דײַטש, מיט וועלכן זי האָט זיך באַקענט אין אוניווערסיטעט.
אָט די צוויי מענער פֿאַרקערפּערן פֿאַר אַניאַ צוויי פֿאַרשידענע דרכים. אויב זי גייט מיט איליאַ, וועט זי בלײַבן אין דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי רעדן דײַטשיש צווישן זיך און האָבן דײַטשישע חבֿרים. אָבער איליאַ איז ניט פֿאַרלאָזלעך, הגם מער אַטראַקטיוו און באַקאַנט, איידער יאַן. מיט יאַנען איז אַלץ קלאָר און פּשוט. ער איז אַן אינטעליגענטער און פֿאַרלאָזלעכער מענטש, האָט ליב אַניאַן, און דאָס לעבן מיט אים וועט זײַן רויִק און זיכער. אַניאַ איז ניט קיין ראָמאַנטישע העלדין, און באַשליסט, נאָך אַ קורצן מישבֿ־זײַן זיך, אַז יאַן פּאַסט פֿאַר איר בעסער, הגם איר מאַמען איז איליאַ, נאַטירלעך, מער צום האַרצן. אַניאַ וויל ניט קיין דראַמע אין איר לעבן.
די צוויי אַנדערע ביכער פֿון לענאַ גאָרעליק אַנטפּלעקן פֿאַרן דײַטשישן לייענער צוויי אַנדערע זײַטן פֿון איר קאָמפּליצירטער אידענטיטעט — די ייִדישע און די רוסישע. "אַ חתונה אין ירושלים" דערציילט וועגן איר רײַזע קיין ישׂראל, וווּ זי באַגעגנט זיך מיט אירע קרובֿים און דאַרף אָפּגעבן אַ דין־וחשבון וועגן איר באַשלוס צו לעבן אין דײַטשלאַנד. אינעם רײַזע־ראָמאַן "פֿאַרליבט אין סאַנקט־פּעטערבורג" קומט זי צוריק אין איר היימשטאָט און באַטראַכט זי דורך די "דײַטשישע" אויגן.
לענאַ גאָרעליקס ליטעראַרישער סטיל איז זייער גוט צוגעמאָסטן צו דעם געשמאַק פֿונעם דײַטשישן מאַסן־לייענער. זי מאָלט אויס אַ סימפּאַטישע און גאַנץ פּשוטע געשטאַלט פֿון אַ רוסיש־ייִדישער אימיגראַנטישער טאָכטער. זי שרײַבט לײַכט, מיט הומאָר און וואַרעמקייט, אָבער איר טעקסט איז ניט איבערגעלאָדן מיט צו פֿיל מחשבֿות און רעפֿלעקסיעס. להיפּוך צו אייניקע אַנדערע דײַטשיש־ייִדישע מחברים, ווי למשל, מאַקסים בילער, באַרירט זי ניט קיין שום שאַרפֿע פּאָליטישע טעמעס און מײַדט אויס פּראָוואָקאַציעס. זי פֿילט זיך היימיש אין דײַטשלאַנד, וווּ זי קאָן לעבן בשלום מיט איר דרײַ־טייליקער רוסיש־דײַטשיש־ייִדישער אידענטיטעט און דערציילן וועגן זיך דעם ברייטערן עולם לייענער.