- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויף דער לעצטער קאָנפֿערענץ בײַ דער "יו־ען", געווידמעט דער נוקלעאַרער אַנטוואָפֿענונג, האָט די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, צוגעזאָגט, אַז אַמעריקע וועט טאָן אַלץ, כּדי צו מאַכן ריין דעם מיטעלן מיזרח פֿון נוקלעאַרן געווער. אויפֿן שׂכל וואָלט זיך געדאַרפֿט לייגן, אַז געמיינט האָט מען דאָ, קודם־כּל, די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן; בפֿרט, נאָך דער מיליטאַנטישער און פּראָוואָקאַטיווער רעדע פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד. איך האָב געוווּסט, אַז אין 2009 איז אַרויס אַ בוך וועגן די פֿריִע יאָרן פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער עפּעס אַ כּוח האָט מיך אָפּגעשטעלט פֿון צאָלן 75 דאָלאַר אָן האָבן אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין אַ באַנד, געשריבן פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר. און דאָ ניט לאַנג צוריק האָט מיך אַ קאָלעגע געפֿרעגט, צי איך וויל האָבן אַזאַ בוך, און טאָמער יאָ — נעמען עס און ניט אומקערן. האָב איך עס שוין איבערגעלייענט, בפֿרט אַז אהוד מנורס Forward: The Jewish Daily Forward (Forverts) Newspaper: Immigrants, Socialism and Jewish Politics in New York, 1890—1917 ("פֿאָרווערטס: די ייִדישע טאָגצײַטונג ׳פֿאָרווערטס׳: אימיגראַנטן, סאָציאַליזם און ייִדישע פּאָליטיק אין ניו-יאָרק") האָט איין גרויסע מעלה — ס׳איז קורץ. רעדנדיק וועגן ביכער. בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַלע מאָל געווען ביכער. אין רוסלאַנד צווישן די אַרעסטן און באַפֿרײַונג פֿלעגט מײַן טאַטע פֿאָרלייענען שלום־עליכמען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד; און דאָס בײַ אונדז, אין אַן איין־צימערדיקער דירה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך כּמעט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, אַ חוץ איין וואָרט "שוין." איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מען זאָגט שוין, איז מען געקומען צו אַ סוף. אָבער ניין. ווי נאָר ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ "שוין," האָט ער איבערגעבלעטערט דאָס זײַטל און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מעשׂה. דאָס האָב איך שוין נישט פֿאַרשטאַנען. ווי קומט עס וואָס נאָך אַ "שוין" הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה? ווען די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2טן נאָוועמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געוואָרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די שישים ריבוא — די 600,000 ייִדן, וואָס האָבן דעמאָלט באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצלס נבֿואה וועגן דער מדינה, וואָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער ווי אַ חלום. אַז מען שיקט מיר צו אַן אויסצוג פֿונעם ווילנער אָוונטבלאַט "וואַקאַראָ זשיניאָס" ווייס איך, אַז דאָרטן וועט זײַן שמוץ אויף ייִדן. נאָר אַזאַ אַנטיסעמיטישע בילערײַ ווי הײַיאָר, אין מערץ חודש, איז נאָך ניט געווען. אין ריגע איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ חורבן־קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט דער וועלט־קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די הויפּט־רעדנער זײַנען געווען דער דירעקטאָר פֿון ש. וויזענטאַל־צענטער אפֿרים זוראָף, דער אָנפֿירער פֿון דעם קאָנגרעס באָריס שפּיגל און דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל לעאָן גרינבערג. איך בין פֿון די געבענטשטע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איך בין שוין דאָרט כּמעט צוואַנציק יאָר און יעדעס מאָל זאָג איך: אַזאַ אָנהייבער־קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל נישט באַקומען. און גאָט העלפֿט. ס׳שלײַכן זיך אַרײַן קרובֿ צוואַנציק סטודענטן יעדעס יאָר אין אָנהייבער־קלאַס, און אַזוי ווי איך האָב זיך קיין מאָל נישט באַוויזן מיט מײַנע אייגענע קינדער און אייניקלעך, ס׳הייסט ווי שיין און געראָטן זיי זײַנען, טו איך עס אָבער מיט מײַן חבֿרה אין די קלאַסן. עפּעס דאַכט זיך מיר אַז זיי זײַנען שענער און געראָטענער. אוקראַיִנע און רוסלאַנד זײַנען פֿאַר מיר ניט קיין טעאָרעטישע באַגריפֿן. איך בין געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין אוקראַיִנע און שפּעטער האָב איך געלעבט יאָרנלאַנג אין רוסלאַנד. כ׳קען ביידע שפּראַכן, האָב אַ נישקשהדיקן באַגריף פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ביידע מדינות. מיט אַזאַ הינטערגרונט בין איך זיכער, אַז צווישן זייער אַ גרויסן טייל אוקראַיִנער און רוסן איז דער אונטערשייד ניט גרעסער ווי צווישן אַ ניו-יאָרקער און אַ מאַיאַמי-ביטשער. דאָס פֿאַרשפּרייט ווערטל, אַז געלט האָט נישט קיין גערוך, האָט געלאָזט אין גאַנג איבער תּקופֿות און לענדער דער רוימישער אימפּעראַטאָר וויספּאַסיאָן. וואָס פּלוצעם? ווײַל ער האָט דער ערשטער אײַנגעפֿירט געצאָלטע טואַלעטן. דעם כּלל און דעם ספּעציפֿישן איכות פֿון געלט־קופּיורעס האָבן אויסגענוצט און נוצן ווײַטער אויס כאַבאַרניקעס פֿון אַלע צײַטן און לענדער. איר ווילט הערן אַ מעשׂה? נישט קיין מעשׂה סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט קיין מעשׂה וואָס פֿון אונטער די הרי־חושך, נאָר אַזוי עכט ווי שלמה המלכס מישפּט. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ רײַך שטעטעלע לעבן ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען, קיין עין־הרע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אין אויסגעסטרויעטע הײַזער, מיט קעכינס און דינסטן, מיט גערטנער און אָנגעשטעלטע קוימען־קערער. האָט איינע פֿון אַזעלכע משפּחות אָנגעשטעלט אַ דינסט, נישט קיין ייִדישע דווקא. וווּ קען מען הײַנט באַקומען אַ ייִדישע דינסט בכלל? נישטאָ אַזוינס. דאָס איז אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. די לעצטע וואָך איז די וועלט פֿאַרציטערט געוואָרן נאָכן וווּלקאַן־אויסבראָך אין איסלאַנד. ער האָט אַפֿילו אַ נאָמען, דער דאָזיקער וווּלקאַן, אָבער אַרויסרעדן אים איז נישט גרינגער ווי צו פֿאַרטראָגן — בעסער עס נישט וויסן! מיליאָנען פּאַסאַזשירן זײַנען געבליבן שטעקן אין די פֿלי־פֿעלדער, אַ סך אָן אַ גראָשן געלט — פֿאַרלוירן און דערשלאָגן. "אונדזער פֿאָלק אין ישׂראל איז געבענטשט — אָדער געשטראָפֿט, טײַטשט עס אויס ווי איר ווילט — מיט אַ קורצן זכּרון. דאָס איז שלעכט פֿאַר די לעקציעס פֿון דער געשיכטע און פֿאַר די האַנדלונגען אין דער צוקונפֿט, אָבער ס’איז גוט פֿאַר די נערוון. שולדיק אין דעם איז די אומגעוויינטלעכע קאָלעקטיווע שפּאַנונג, אין וועלכער מיר לעבן און צו וועלכער מיר האָבן זיך שוין היפּשלעך צוגעוווינט; ווי מיר וואָלטן שוין נישט געקענט אויסקומען אָן איר. קעשענעוו איז טרויעריק באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב דער דאַטע אַפּריל 4, 1903, ווען הונדערטער צעיושעוועטע פּאָגראָמשטשיקעס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די גאַסן און געסלעך, ס׳רובֿ באַזעצט מיט ייִדן, און זיי צעשטערט און צעראַבעוועט. איבער 40 ייִדן זײַנען דעמאָלט אומגעקומען, הונדערטער — פֿאַרוווּנדעט, געלאָזט אויף הפֿקר פֿון דער רעגירנדיקער צאַרישער מאַכט. אָפּצומערקן דעם טאָג האָבן זיך צונויפֿגענומען אויפֿן בית־עולם, וווּ עס זײַנען באַגראָבן די קרבנות — סײַ פֿון דעם פּאָגראָם און סײַ פֿונעם פּאָגראָם אין 1905 — די פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה. |