- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, עפֿנדיק דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַזאַ פֿראַזע׃ "דער אָבי־וואַן קענאָבי פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דער ליטוויש־געבוירענער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף עמנואל לעווינאַס..." ווער איז געווען לעווינאַס, ווייס איך (הגם, איך וואָלט אים אָנגערופֿן אַ "ייִדישער פֿילאָסאָף", און געבוירן איז ער טאַקע אין דער רוסישער אימפּעריע, נאָר דאָס זײַנען קלייניקייטן) — אָבער ווער איז אָט דער חכם אָבי־וואַן קענאָבי, וואָס איז אַ סבֿרה בעסער באַקאַנט דעם לייענער פֿונעם Forward, איידער לעווינאַס? די פֿראַגע פֿון ביראָבידזשאַן איז, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם הײַנטיקן סדר-היום פֿון ייִדישן לעבן, לכל-הפּחות פֿון זײַן הויפּטשטראָם. די ווײַט-מיזרחדיקע, נאָך אַלץ כּלומרשט ייִדישע געגנט אינטערעסירט, דער עיקר, היסטאָריקער פֿון ייִדישע נסיונות אין 20סטן יאָרהונדערט. ס׳רובֿ יונגע לײַט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער האָבן בכלל קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַזאַ זאַך. אָבער לאָזט זיך אויס, אַז ביראָבידזשאַן האָט געפֿונען הייסע חסידים צווישן גאָר ווילדע פּאָליטישע אַקטיוויסטן, בפֿרט צווישן די וואָס טענהן, אַז די געשיכטע פֿונעם חורבן איז "איבערגעטריבן געוואָרן". איך זע מײַן ייִדישן שכן אין דער פֿרי און יעדן אויפֿדערנאַכט ווען ער שפּאַצירט מיט זײַן ווײַס, קוטשעראַוון הינטל. ביידע האָבן זיי איין און דעם זעלביקן פּאַמעלעכן, וואַקלענדיקן גאַנג. אין שניי און אין שטורעם, אין שלאַקסרעגן און אין אַ זוניקן טאָג. ביידע גייען זיי שפּאַצירן ווי די וועלט וואָלט זיי מכבד געווען מיט אַ נײַעם פֿרימאָרגן און אַ ניכטערן אָוונט. איך פֿלעג אים זאָגן גוט־מאָרגן. ער ווידער, פֿלעגט זיך נישט וויסנדיק מאַכן, און ווען ער האָט שוין יאָ אָפּגעענטפֿערט אויף מײַן באַגריסונג, איז עס געווען ווען ער האָט נישט געהאַט צו וועמען צו רעדן. ווי נאָר אַ צווייטער שכן האָט זיך באַוויזן אויף דער ליכטיקער שײַן, אַזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט מיט דער פּלייצע צו מיר און מיך פֿאַרוואַנדלט אין וואַנטפּאַפּיר. ענדלעך, האָבן זיך די פֿילצאָליקע קלאַנגען באַשטעטיקט: די איצטיקע פֿאָרזיצערין פֿונעם "צענטראַלן ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד" ("צענטראַלער ראַט"), די 77־יאָריקע שאַרלאָט קנאָבלאָך פֿאַרלאָזט איר אַמט! וועגן דעם האָט זי אַליין מיטגעטיילט אין אַ שמועס מיטן קאָרעספּאָנדענט פֿון דער נײַעס־אַגענץ DPA. איר אַוועקגיין, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין נאָוועמבער, האָט זי דערקלערט, ווי "אַן אייגענעם און פֿרײַוויליקן פֿאַרלאַנג איבערצוגעבן די פֿירערשאַפֿט פֿונעם 'צענטראַלן ראַט’ אין די הענט פֿונעם נײַעם דור". ס’איז פּשוט אַ מחיה געווען צו הערן לעצטנס ווי די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן האָט דערקלערט די שייכן, אַז אַ מחנה פֿון די אַזוי גערופֿענע "שומרי־רעוואָלוציע" האָבן אויפֿגעשטעלט אין איראַן אַ דיקטאַטור פֿון אַ מיליטערישן און רעליגיעזן דעספּאָטיזם. "די דאָזיקע גרופּע, אין שפּיץ מיטן זון פֿון דעם גײַסטלעכן פֿירער אַלי כאַמענעיִ, — האָט זיי קלינטאָן געלערנט שׂכל, — האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט און טעראָרעזירן דאָס גאַנצע לאַנד". מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן 150 ייִדן, פֿון אַלע עלטערס, און פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שיטות, זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער אָרגאַנישער ייִדישער פֿאַרם, "קים" ("קאַיאַם"), לעבן באָלטימאָר, מערילאַנד, צו פּראַווען שבת אין איינעם און צו הערן שיעורים אויף אַ טעמע, וואָס מע לערנט געוויינטלעך נישט אין די ייִדישע שולן: וואָס זענען די דינים אין דער תּורה, משנה און גמרא אין שײַכות מיט אַגריקולטור און פֿאַרמערײַ? ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט. כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין אַ מאָל דערציילט אַז בײַ פֿרומע ייִדן איז אַ גט, אַ פּגם, אַ פּליאַמע, אַ פֿלעק אויפֿן ייִחוס פֿון דער משפּחה. דעריבער, איידער אַ בחור און אַ מיידל מיט די מחותּנים בתוכם, נעמען די זאַך ערנסט, לאָזט מען זיך אַרויס, ווי די דעטעקטיוון אויסצופֿאָרשן דעם ענין, צי ס׳איז נישטאָ חס־וחלילה קיין גט אין דער פֿאַמיליע. אויב יאָ, איז אויס שידוך. בײַ די וועלטלעכע ייִדן איז אַ גט קיין מניעה נישט. ווער גט זיך הײַנט נישט? נאָך די צוויי פֿריִערדיקע געסט פֿון מיטעלן מיזרח — דעם פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע מאַכמוד אַבאַס און דעם פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל — איז מאָנטיק אָנגעקומען קיין מאָסקווע דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. עס זײַנען געווען פֿאַרשידענע צײַטן צווישן מאָסקווע און ירושלים — פֿון דער סאָוועטישער איניציאַטיוו צו שאַפֿן אין ארץ־ישׂראל צוויי אומאָפּהענגיקע מדינות — אַ ייִדישע און אַראַבישע — ביז פֿײַנטלעך־צעשטערערישע. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. און ווידער איז די פֿירערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס" געווען די פֿאַרגאַנגענע וואָך האַרציק אויפֿגענומען אין מאָסקווע. דאָס איז שוין דער דריטער וויזיט, אָפּגעשטאַט אין רוסלאַנד, זינט 2007, נאָך דעם ווי די טעראָריסטישע באַוועגונג האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין עזה און דערמיט, פֿאַקטיש צעשפּאָלטן די אָנערקענטע אויטאָנאָמיע אויף צוויי טיילן. אין איין טייל, קאָמאַנדעוועט "כאַמאַס", וואָס די פֿירערשאַפֿט זיצט אויף קעסט אין סיריע; און אין דעם צווייטן טייל, מיטן צענטער אין ראַמאַלאַ, באַלעבאַטעוועט די פּאָליטישע אַדמיניסטראַציע פֿון "פֿאַטאַך", אין שפּיץ מיט מאַכמוד אַבאַס. |