- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין שלום־עליכמס דערציילונג "דאָס טעפּל", קומט יענטע, אַ ייִדענע וואָס האַנדלט מיט הינער, צום רבֿ מיט אַ שאלה. ביז זי פֿרעגט די שאלה נעמט אָבער אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך. דער עיקר, רעדט זי וועגן אירע צרות — וועגן איר מאַן, וואָס איז געשטאָרבן יונגערהייט און זי איבערגעלאָזט מיט אַ קינד; וועגן די "שלעכטע שכנים", מיט וועלכע זי טיילט די שטוב; וועגן איר מסירת־נפֿש צו מאַכן יעדן טאָג אַ יײַכל פֿאַר איר קראַנק קינד, דודל, וואָס הוסט, נעבעך כּסדר... ערשט בײַ די לעצטע זײַטן פֿון דער מעשׂה דערוויסן מיר זיך וואָס איז די שאלה: צי איז איר טײַער פֿליישיק טעפּל טאַקע טריף געוואָרן? (חילוקי־דעות און שטרײַטן צווישן אַחינו־בני־ישׂראל) עס איז לעצטנס געוואָרן עטוואָס שטילער אויף דעם רעליגיעזן פֿראָנט אין ירושלים. די צאָל דעמאָנסטראַנטן אויף ממילא־גאַס אין ירושלים, וועלכע קומען יעדן שבת און שרײַען "שאַבעס!", "שאַבעס!" און פֿאָדערן צו שליסן דעם פּאַרקיר־פּלאַץ פֿאַר די אויטאָס פֿון די טוריסטן, ווי אויך אַרום דער עלעקטראָנישער "אינטעל"־פֿירמע וואָס באַשעפֿטיקט ייִדן אום שבת, האָט זיך לעצטנס באַטײַטיק פֿאַרקלענערט. זעלבסטלויב און באַרימערײַען געהערן צו די קאָלעקטיווע כאַראַקטער־שטריכן פֿון פֿאָלק ישׂראל און פֿון מדינת־ישׂראל — אַ טבֿע, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן אָנגעשטעקט אַפֿילו די געהיימע זיכערהייט־דינסטן פֿון ישׂראל, וואָס איז ביז נישט לאַנג געווען "טאַבו". צו די זעלבסטלויבערײַען, וואָס האָבן זיך שוין פֿון לאַנג גוט אײַנגעבירגערט אין דעם ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, געהערן כּלערלײַ פּסוקים פֿון די נבֿיאים און פֿון חז״ל, און האָבן געדינט ווי הויכע מאָראַלישע ווערטן און ווי וווּנטשן, וואָס ווערן הײַנט אַנגענומען ווי זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע פֿאַקטן. איך שרײַב די דאָזיקע שורות מאָנטיק, אַ טאָג נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן אין אוקראַיִנע, אין וועלכע עס האָט געוווּנען וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בסך-הכּל האָט ער אָנגעקליבן נאָר דרײַ מיט אַ האַלב פּראָצענט מער שטימען, איידער זײַן קאָנקורענטקע, יוליאַ טימאָשענקאָ. אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. דער מאַצביל, וואָס זעט אויס און רעדט ווי אַ מוזשיק (אין זײַן יוגנט איז ער אַפֿילו געזעסן אין טורמע), ניט ווי אַ פּאָליטישער טוער, וועט איצט זײַן דאָס פּנים פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציע. צוריק גערעדט, אפֿשר האָט טאַקע די נאַציע הײַנט-צו-טאָג אַזאַ פּנים? די געשיכטע איז זיך פֿאַרלאָפֿן אין הרצליה פּיתּוח (אַנטוויקלטע הרצליה), וווּ מיר האָבן זיך באַזעצט אָנהייב זיבעציקער יאָרן. דאָרט איז געבוירן געוואָרן מײַן בנימין און זײַן שפּראַך איז געווען ייִדיש. דאָס שטעטעלע איז נאָך דעמאָלט נישט געווען אַנטוויקלט, קיין וועגן און קיין שטעגן האָט מען נאָך נישט נאַדאָנזשעט צו ברוקירן. קיין טראָטואַרן האָט מען נאָך נישט באַוויזן צו אַספֿאַלטירן. האָט מען געמוזט שטופּן די קינדער־וועגעלעך דורך זאַמדן און שטיינדלעך. דער ביטערער זאָג, אַז אויף אַ ייִד זעט מען באַלד, האָט אין אונדזער צײַט באַקומען זײַן גילגול אינעם מויל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן, דהײַנו: אויף ישׂראל זעט מען באַלד. ווי אַ ביטערע פּיל, וואָס אי זי היילט נישט, אי זי מאַכט נישט גרינגער, איז געבליבן דער אַזוי גערופֿענער "גאָלדסטאָן־באַריכט" — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויספֿאָרשונג אויף די געשעענישן פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ". אַ דאָקומענט, וואָס ס'איז שווער אים אָנצורופֿן אַן אָביעקטיווער, הגם דווקא אַזאַ וואָלט ער געדאַרפֿט זײַן. איצט רעדט מען און מע שרײַבט אַ סך וועגן די באַמיִונגען פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו ברענגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אייניקע פּרינציפּן און מעטאָדן פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם. און וועגן דעם, אַז דער אַמעריקאַנער עולם ווערט ממש איבערגעשראָקן פֿון אָט די באַמיִונגען. ווי אַ באַווײַז פֿון דער מורא ברענגט מען די סך-הכּלען פֿון די אַנומלטיקע וואַלן, וואָס האָבן צוגענומען בײַ דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי די דאָמינירנדיקע צאָל ערטער אין סענאַט. אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט. ווען וועט ער קומען, דער סוף? מיט דער און נאָר אָט דער פֿראַגע פֿלעגן אויפֿשטיין און זיך לייגן די קאַצעטלער פֿון אוישוויץ. ס'איז געווען קלאָר, אַז דעם טויט וועט דאָ קיינער נישט אויסמײַדן. מ׳האָט אים געוואַרט יעדע מינוט. און דער פּײַניקסטער געדאַנק איז געווען פֿאַרבונדן מיטן לעבן. צי איז עמעצן באַשערט דאָ צו בלײַבן לעבן? אָט די פֿראַגע איז אין אוישוויץ פֿאַרווערט געווען צו שטעלן. אַהין פֿלעג מען ברענגען נאָר צוליב איין זאַך — טייטן! סוף יאַנואַר 1945 האָבן די קוים לעבעדיקע קאַצעטלער דערהערט שיסערײַען, און זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ניט ווײַט פֿון זיי גייט אָן אַ שלאַכט. מײַן מאַמעס שטעטל, אַלט־קאָנסטאַנטין (ניט ווײַט פֿון בערדיטשעוו), איז מיר אַרײַן אין די געדאַנקען און וויל פֿון דאָרטן ניט אַרויס! וואָס עפּעס מיט אַ מאָל? איך האָב לעצטנס געהערט און געזען חיים ביידערס ז״ל קאָמפּאַקטל וועגן די דרײַ שטעט(לעך) — "אַלט־קאָנסטאַנטין, סאָטענעוו, טשערנאָביל" און ס’האָט אויף מיר געמאַכט אַ גאָר גרויסן רושם. ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך זע בילדער פֿון די דאָרטיקע הײַזער, גאַסן, שילן און בית־עלמינס. דעם 27סטן יאַנואַר, לויטן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", ווערט אָפּגעמערקט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָנדענק־טאָג פֿון די אומגעקומענע בעתן חורבן. ווי מיר געדענקען, האָט דער דאָזיקער באַשלוס אַרויסגערופֿן אַ סך וויכּוחים, קודם־כּל, מצד ישׂראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות. צי ווערט טאַקע דער טאָג אָפּגעמערקט איבער דער וועלט אַזוי, ווי עס שטייט אין די תּקנות פֿון דעם "יו־ען"־באַשלוס, איז טאַקע אַ פֿראַגע פֿאַר זיך. איין זאַך איז קלאָר: די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן כּמעט 600 פּעדאַגאָגן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע זיך געטראָפֿן אויף אַ דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אינעם "מאַריאָט־האָטעל" אין טינעק, ניו־דזשערזי, אויף דער טעמע Thriving in a New Reality (ווי מיר קאָנען בעסער געניסן פֿון דער נײַער תּקופֿה). דער ציל: זען, אויב די טאָגשולן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען — אָרטאָדאָקסיש, |