- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז אַ ריזיקע אינדוסטריע, די "שואה־ביזנעס." זי האָט זיך צעפֿלאַקערט מיט דער מינוט ווי ס׳האָט זיך באַוויזן די מדינה, שוין אָפּגערעדט פֿון די צענדליקער און הונדערטער "האָלאָקאָס־מוזייען" וואָס מען האָט זיך גענומען אויפֿשטעלן איבער אַמעריקע און איבער דער וועלט. דער עיקר גריזשעט מיך דער ביין אין האַלדז פֿון דער אַרויסגעוואָרפֿענער טירחה אין וואַרשע, מיט זייער ייִדישן מוזיי פֿאַר אַ טויטפֿאָלק; און מיט טויט מיין איך, אַז פֿאַר אונדז איז פּוילן איין בית־הקבֿרות, וווּ עס זשיפּעט נאָך אַ פּיטשימאָנטשקעלע ייִדישע קהילה. די צײַט פֿליט: עס האָבן זיך פֿאַרענדיקט די נול-יאָרן און מיר זײַנען שוין אַרײַן אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון איצטיקן יאָרהונדערט. מע קען ניט זאָגן, אַז דער אָנהייב האָט זיך באַקומען אַ פֿריילעכער. דער פּרוּוו פֿונעם אַפֿריקאַנער יונגערמאַן אויפֿצורײַסן דעם עראָפּלאַן אויפֿן וועג פֿון אַמסטערדאַם קיין דעטרויט האָט פֿאַקטיש געעפֿנט אַ נײַעם פֿראָנט אין דער אין-סופֿיקער מלחמה מיט טעראָריזם: הגם דער טעראָריסט שטאַמט פֿון ניגעריע (און דווקא פֿון אַ רײַכער משפּחה), געפֿינט זיך דער נײַער פֿראָנט אין תּימן. דעם 17טן יאַנואַר 2010 וועט ווערן 24 יאָר זינט שפּאַניע האָט באַשלאָסן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך 38 יאָר פֿון קווענקלענישן. אָבער ערשט אינעם לעצטן יאָר, אין 2009, האָבן די באַציִונגען באַקומען אַן ערנסטע אַנטוויקלונג. דעם 18טן יאַנואַר 2009, 3 וואָכן נאָך ישׂראלס אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" אין עזה, זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך זעקס אייראָפּעיִשע פֿירער, צווישן זיי דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער, כאָזע לויִס ראָדריגעס סאַפּאַטעראָ, כּדי אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט. מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן. בנימין קאַץ, אַ לעבן געבליבענער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, וועלכער האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם טויט, ווען ער איז אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער דעפּאָרטאַציע־באַן אויפֿן וועג קיין מײַדאַנעק — איז שפּעטער געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין עלטער פֿון 50 יאָר. מרדכי לערנער, פֿון סאַנאָק, פּוילן, האָט מיטגעמאַכט דעם חורבן אין די פֿרעסט פֿון סיביר, וווּ זײַן מאַמע האָט געגנבֿעט הינער, כּדי צו דערנערן די קינדער. ער איז געשטאָרבן פֿון קאָלאָן־ראַק צו 51 יאָר. און איין פּאָרפֿאָלק פֿון ניו־דזשערזי, וואָס האָט געבעטן דעם "פֿאָרווערטס" נישט אָנגעבן זייערע נעמען, האָט מיטגעמאַכט אַ גרויליקן הונגער אין מיזרח־פּוילן — זי האָט געמוזט בעטלען ברויט און גנבֿענען פּאָמידאָרן, די ייִדישע וועלט האָט געקענט דעם לערער פּסח פֿישמאַן פֿאַר אַן ענערגישן, איבערגעגעבענעם און גוטמוטיקן פּאַרשוין. ער האָט ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך און קולטור ס׳לעבן, און נישט אַדורכגעלאָזט קיין איין געלעגנהייט פֿון פֿירן קלאַסן. אין רעגן און אין פֿרעסט האָט ער זיך געשלעפּט לערנען זײַן מאַמע־לשון אין פֿאַרשיידענע מקומות פֿון שטאָט, און געהאַט אַ סך אויסצוזעצן קעגן דער ייִדישער וועלט. אמת, ער איז געווען אַ וואַרשלאָסענער בעפּאַרשוין, אָבער דאָס האָט אים נישט אָפּגעהאַלטן פֿון וויסן די פּרטים, מיט אַלע פּיטשעווקעס פֿון זײַנע נאָענט פֿרײַנד, סטודענטן, אָנהענגער, חסידים און באַוווּנדערער. דער מצבֿ אין איראַן ווערט לעצטנס אַלץ מער אָנגעשטרענגט. מע רעדט שוין נישט וועגן אַן אויפֿברויז פֿונעם אומצופֿרידענעם המון, נאָר ממש וועגן א נײַער רעוואָלוציע, אָדער קאָנטער־רעוואָלוציע. וואָס זשע האָט אַזוינס געקאָנט אַרויסרופֿן אַזאַ צעיושעוועטן כּעס בײַ די מאַסן? זעט אויס, אַז דער פּראָטעסט־כּוח קעגן דער איצטיקער מאַכט האָט גערײַפֿט אינעם פֿאָלק שוין לאַנג. יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצייכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צווישן־פּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוזק־"ווערטל": גועליציה. פֿון דעם וואָרט "גועל"־נפֿש, וואָס מיינט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטייען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע. יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. מאָנטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, נאָכן איבעררײַס "צוליב דער קראַנקייט", איז דער פּראָצעס איבער איוואַן דעמיאַניוק אָנגעגאַנגען ווײַטער. אויך ווי בײַ די פֿריִערדיקע זיצונגען, האָט דער באַשולדיקטער זיך געפֿונען אין אַ רעדערשטול, אַרומגערינגלט מיט פּאָליציאַנטן, אַדוואָקאַטן, קראַנקנשוועסטער און אַנדערע פּאַרשוינען. ווי פֿריִער איז ער געווען אָנגעטאָן אין זײַן גרינעם טורמע־אָנצוג, און אויפֿן קאָפּ געטראָגן זײַן בייסבאָל־היטעלע מיטן לאַנגן דאַשיק. ייִדן לעבן אין גלות, ווי באַוווּסט. דאָס איינציקע וואָס מיר ווייסן אָפֿט ניט, איז אַקוראַט וואָס "גלות" איז און צי אַנדערע פֿעלקער געפֿינען זיך אויך אין גלותן (צי מיר זענען אין דעם פּרט אויך אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק). דאָס ערשטע מאָל וואָס מיר געפֿינען דאָס וואָרט "גלות" אין די אַלטע ייִדישע מקורים איז בײַ דעם נבֿיא ישעיה (קאַפּיטל מ"ה). דאָרטן מיינט דאָס וואָרט אַן ערך "אָרט פֿון פֿאַרטריבנקייט". פֿון אָט דעם שורש נעמט זיך אויך דאָס וואָרט "גולה", דאָס אָרט (אָדער ערטער) וווּהין ייִדן וועלן פֿאַרטריבן ווערן. מיט הונדערט יאָר צוריק האָט אין "פֿאָרווערטס" דעביוטירט מיט אַ דערציילונג דער יונגער פּען-מענטש מענדל אָשעראָוויטש (1888—1965). אין אַמעריקע האָט ער, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, צו יענער צײַט פֿאַרבראַכט נאָר אַ יאָר און געזוכט, מיט וואָס ער זאָל זיך באַשעפֿטיקן. אין 1914 האָט ער אַ באַשעפֿטיקונג געפֿונען: אים האָט מען פֿאָרגעלייגט צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס". שפּעטער איז ער געווען אַ פֿירנדיקער "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר. |