פּובליציסטיק, קולטור
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַבֿרהם סוצקעווער, אַפּריל 1979

(מחשבֿות נאָך דער לוויה פֿון דעם גרויסן דיכטער)

"ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן?
בלײַבן וועט אַ ווינט" ...

עס איז מיר שווער זיך צו באַפֿרײַען פון די געמישטע געפֿילן, צוריקקערנדיק זיך נעכטן פֿון דער לוויה, איבער וועלכער עס האָט געשוועבט אין מײַן דמיון די אויבנדיקע פֿראַגע פֿון דעם ניפֿטר — דעם אומרויִקן פּאָעט — ווען מיר האָבן אים, צוזאַמען מיט די הונדערטער אבֿלים, באַגלייט אויף זײַן לעצטן וועג אין דעם זוניק־ווינטיקן וועטער צו דער אייביקער רו.

ביאָגראַפֿיעס, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק אַהרונאָוויץ, שיף־קאָמאַנדיר

(צו זײַנע שלושים)

מיטוואָך, י׳ טבֿת תש"ע, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, איז אין עלטער פֿון 86 יאָר אַוועק פֿון דער וועלט יצחק "אײַק" אַהרונאָוויץ, דער קאַפּיטאַן פֿון דער באַרימטער "עקסאָדוס"־שיף, וועלכע האָט צוזאַמען מיט זײַן מאַנשאַפֿט אַרײַנגעשריבן אַ העראָיִש קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם קאַמף קעגן דעם בריטישן מאַנדאַט פֿון די אומלעגאַלע עולים (מעפּילים), אָנצוקומען צו די ברעגעס פֿון ארץ־ישׂראל.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבע פֿרײַנד, איר מוזט מיר גלייבן אויף נאמנות, אַז איך שעפּ מײַנע אַרטיקעלעך נישט נאָר פֿון אײַנפֿאַלן, נאָר ס'רובֿ פֿון לייען־מאַטעריאַל; אויך פֿון מײַנע זכרונות וועגן מענטשן, באַקאַנטע און פֿרײַנד, און יעדעס מאָל ווען איך שרײַב אַ פֿעליעטאָן, וווּ איך באַשרײַב אַ געוויסן פּאַרשוין אָדער אַן אינסטיטוציע, רופֿן זיך אָפּ מענטשן וואָס דערקענען יענעם און נישט זיך.

הײַנט וויל איך אײַך דערציילן וועגן די למדן־ברידער. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך מוז בײַטן און פֿאַרשטעלן זייערע נעמען, ווײַל עס זײַנען נאָך פֿאַראַן מענטשן וואָס וועלן זיי דערקענען.

געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די לעצטע טעג האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט צו קוקן די טעלעוויזיע-נײַעס, ווײַל מע קײַעט דאָרטן איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע פֿראַגע: וואָס מיינט דער נצחון פֿון סקאָט בראַון אין די אַנומלטיקע סענאַט-וואַלן — אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך באַנאַרישט אָדער אַז דער מאַסאַטשוסעטער המון איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. וועגן דעם וועט מען איצט רעדן און רעדן; כאָטש קיינער, דאַכט זיך, גיט ניט קיין קלאָרן ענטפֿער.

‫פֿון רעדאַקציע

דער פֿאַרגאַנגענער מאָנטיק וועט זיך פֿאַרגעדענקען אין דײַטשלאַנד, ווי אַ טריומף פֿאַר דער ישׂראל־דײַטשישער פֿרײַנדשאַפֿט. צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע 60 יאָר איז פֿאָרגעקומען אַ בשותּפֿותדיקע זיצונג פֿון די צוויי מיניסטאָרן־קאַבינעטן אין שפּיץ מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל און דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו.

װיסנשאַפֿט, פּובליציסטיק
ריטשאַרד סטאָלמאַן

אַ טייל מענטשן ווערט פֿאַרחידושט, ווען מע ווײַזט זיי אַ קאָמפּיוטער־סיסטעם, וואָס האָט ערשט געפּראַוועט איר 40סטן יוביליי און ווערט גאַנץ אָפֿיציעל פֿאַרשפּרייט פּרינציפּיעל אומזיסט, און אַז דווקא צוליב דעם, וואָס מע נוצט אויס אומזיסטע פּראָגראַמען מיט לאַנגע היסטאָרישע שרשים, אַרבעטן זיי אַ סך גיכער און בעסער.

די בכּבֿודיקע 40־יעריקע קאָמפּיוטער־סיסטעם הייסט "Unix"; זי איז דאָס "פֿלייש און בלוט" פֿון דער אינטערנעץ און דאָס וויגעלע פֿון די מאָדערנע קאָמפּיוטער־נעצן און אַנדערע טעכנאָלאָגיעס,

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר אין דײַטשלאַנד, איז שווער אָנצורופֿן אַ געלונגנס, בפֿרט עקאָנאָמיש. אַוודאי, איז קיין קראַך נישט געשען, ווי מ'האָט געשרעקט די באַפֿעלקערונג בײַם אָנהייב פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס. ווי אין אַנדערע מערבֿ־לענדער, האָט אויך די דײַטשישע רעגירונג אַרײַנגעפּאָמפּעט ריזיקע מיטלען (קנאַפּע 80 מיליאַרד יוראָ) אין די בענק און גרויסע אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן שוין געהאַלטן בײַם באַנקראָטירן, און דערמיט "אָפּגעשפּראָכן די גזירה".

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן מײַנע קאָלעזשאַנקעס פֿון יענע יאָרן, ווען מיר האָבן זיך ערשט אויסגעשיילט פֿון דער אייער־שאָלעכץ, זיך אַרומגעקוקט אין דעם אַמעריקע וווּ מיר האַלטן און דערזען, אַז מיר זײַנען טאַקע עלנט. נישט אַלע פֿון אונדז האָבן ביידע עלטערן. פֿריידעלע האָט שוין געהאַט אַ שטיפֿטאַטן אַן אַכזר, און די צווייטע האָט אָנגעוווירן דעם טאַטן ערגעץ אין דער מלחמה. זייער זעלטן ווען עס איז געווען אַ באָבע אָדער אַ זיידע אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דער ערד. די ערד איז שוין געווען זייער סוף־סופֿיקע מוטער.

‫פֿון רעדאַקציע

דעם 17טן יאַנואַר גייט אוקראַיִנע אויסוויילן איר נײַעם פּרעזידענט. און ס'איז דאָ פֿון וועמען — 18 קאַנדידאַטן, צווישן וועלכע ס׳איז אויך דער איצטיקער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. ווי עס שאַצן אָפּ די סאָציאָלאָגן, וועט זיך מיט איין רונדע נישט באַגיין, אָבער מער שאַנסן צו קומען צו דער צווייטער רונדע זײַנען בײַם לידער פֿון דער אָפּאָזיציע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש און דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער (מיניסטאָרין) יוליאַ טימאָשענקאָ.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויסגיי־ווייען פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטס־פּאַרטיי "עבֿודה" — און אייגנטלעך, פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג אין ישׂראל בכלל — מאַכן איצט אַדורך זייער ערבֿ־לעצטע פֿאַזע. ווי די סיבה פֿון זײַן אַוועקגיין פֿון דער כּנסת וואָלט געווען פֿאַר אים איר לאַנגווײַליקייט, האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט אופֿיר פּינס (פּינעס) דערקלערט, אַז ער האָט דאָרט שוין מער נישט וואָס צו טאָן — ער האָט נישט קיין פּאַרטיי און ער האָט נישט קיין מנהיג; נישטאָ פֿאַר אים מער די פּאַרטיי, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן, נישטאָ דער מנהיג,

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חגאות, פֿאַרבונדן מיט דער קאַטוילישער ווײַנאַכט, מיטן נײַיאָר און דעם פּראַוואָסלאַוונעם ניטל זײַנען שוין פֿאַרבײַ, און אייראָפּע קערט זיך צובילסלעך אום צו איר טאָג־טעגלעכקייט. עס האָבן זיך אויך אומגעקערט פֿון די ווינטער־וואַקאַציעס די רעגירונגען, און צוזאַמען מיט זיי די נישט־געלייזטע פֿראַגעס פֿונעם אַלטן יאָר און אַ פּעקל פּראָבלעמען, וואָס עס שטייט זיי פֿאָר ערשט צו באַהאַנדלען.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָנערשטיק, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, אין דער פֿרי, זענען הונדערטער יוגנטלעכע פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, אָנגעקומען אויפֿן לופֿטפֿעלד אין לוד אויף אַ 10־טאָגיקן באַזוך אין ישׂראל, אין די ראַמען פֿון דעם פּראָיעקט "תּגלית" (אַנטדעקונג, discovery).

מען האָט זיי מקבל־פּנים געווען מיט גרויס פֿײַערלעכקייט און פּאַראַד. עס האָבן זיי באַגעגנט דער מיניסטער פֿון די תּפֿוצות יולי עדלשטיין,