ליבע פֿרײַנד, איר מוזט מיר גלייבן אויף נאמנות, אַז איך שעפּ מײַנע אַרטיקעלעך נישט נאָר פֿון אײַנפֿאַלן, נאָר ס'רובֿ פֿון לייען־מאַטעריאַל; אויך פֿון מײַנע זכרונות וועגן מענטשן, באַקאַנטע און פֿרײַנד, און יעדעס מאָל ווען איך שרײַב אַ פֿעליעטאָן, וווּ איך באַשרײַב אַ געוויסן פּאַרשוין אָדער אַן אינסטיטוציע, רופֿן זיך אָפּ מענטשן וואָס דערקענען יענעם און נישט זיך.
הײַנט וויל איך אײַך דערציילן וועגן די למדן־ברידער. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך מוז בײַטן און פֿאַרשטעלן זייערע נעמען, ווײַל עס זײַנען נאָך פֿאַראַן מענטשן וואָס וועלן זיי דערקענען.
איינער פֿון די למדן־ברידער איז געווען אַ דערציִער, און מײַנער אַ לערער אינעם ייִדישן לערער־סעמינאַר. אַלץ וואָס איך געדענק פֿון יענע יאָרן איז פּאַוולאָווס־טעאָריע וועגן הינט און די עסיקזאַפֿטן וואָס פֿאַרפֿלייצן זייערע מעגענער ווען זיי דערניוכעווען אַ שטיק פֿלייש.
דער זעלבער למדן האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, אָנגעשריבן אַ האַלבן טוץ ביכער. אָבער לויט מײַן אָבסערוואַציע איז ער געווען אַן אומצופֿרידענער פּאַרשוין; געווען פֿאַרטאָן אין זײַן אייגענער וועלט, ווי זי וואָלט געהערט עקסקלוסיוו צו אים. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין דעמאָלט געווען זייער יונג און נישט געוווּסט, אַז אַ מענטש קען זיך אַרומטראָגן מיט אַן אומגליקלעך לעבן ווי מען טראָגט זיך אַרום מיט אַ קראַנק קינד.
דער צווייטער למדן־ברודער איז געווען אַ טײַערער ייִד, אונדזערס אַ שכן, אַ בעל־מלאָכה מיט אַן איידעלן כאַראַקטער. ער האָט דעמאָלט געוווינט מיט זײַן משפּחה אין די "אַמאַלגאַמייטעד־הײַזער," אין דער בראָנקס. אַלע מאָל מיט אַ צופֿרידענעם שמייכל ווי דאָס לעבן וואָלט אים פּאָליובעט. ער איז נישט געווען אַרײַנגעטאָן אין ייִדישע, געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, און אפֿשר דערפֿאַר איז ער אַלע מאָל געווען אַזוי גוט אויפֿגעלייגט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן די גרויסע אונטערשיידן פֿון מענטשן אַפֿילו ווען איין מאַמע האָט זיי געבוירן.
דער דריטער למדן־ברודער איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף די כוואַליעס פֿון אונדזער אַמאָליקער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע "W.E.V.D." און כאָטש ער האָט געשטאַמלט, איז ווען עס איז געקומען צום זינגען, איז ער געווען אַ ספּעץ, צו גלײַך מיט די אַלע וואָס לײַדן דווקא נישט פֿון דעם מום. ער איז אויך געווען אַ טײַערער ייִד, און אַ שׂמח בחלקו.
אונדזערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי איך געדענק זיי, זײַנען דעמאָלט געווען באַזעצט פֿון וויסנשאַפֿטלער ווי ד"ר מאַקס ווײַנרײַך, שלמה נאָבל, מײַנס אַן אַמאָליקער לערער; ד"ר פֿיליפּ פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר; ישיעהו טרונק, אויך צווישן מײַנע אַמאָליקע לערער; חבֿר גילינסקי, פֿון דער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע; עמנואל שערער, דער פֿאָרזיצער פֿון "בונד", אַ גאָר, גאָר איידעלער פּאַרשוין; חיים קאַזשדאַן, מײַן באַליבטער לערער; שטשוטשינסקי, וועלכער האָט זיך פֿאַרנומען מיט ייִדישער סטאַטיסטיק, — אַלץ ייִדן מיט ייִדישן וויסן און אינטעליגענץ. צווישן זיי אַ סך דערציִער, פֿילאָלאָגן, היסטאָריקער און מיט אַ וועלט ייִדיש וויסן.
אין דער זעלבער צײַט זײַנען אויך וויכטיקע פּאָסטנס און פּאָזיציעס געווען באַזעצט מיט קנאַפּע קענער; מענטשן, וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט אין פּוסטע רייד, מליצה און גאווה, כאָטש זיי האָבן זיך דאָראָבעט צום טיטל "געלערנטער," אָדער "דערציִער." דערבײַ קען איך נישט אויסלאָזן די צווייט־ראַנגיקע לערער און פּאָעטן און דריט־ראַנגיקע מענטשן אָן אַ געוויסן. שוין אָפּגערעדט פֿון די מה־יפֿיתניקעס, פּאָדעשווע־לעקער און סתּם בטלנים. און אַזוי איז צוגעגאַנגען דאָס ייִדישע, וויסנשאַפֿטלעכע, "דערציִערישע" לעבן; דאָס אינסטיטוציאָנעלע לעבן מיט פֿופֿציק און זעכציק יאָר צוריק, און העט ווײַט אין די צענדליקער יאָרן פֿאַר דעם ווי איך האָב זיך מיט זיי באַקענט.
איינע פֿון די שענסטע אָרגאַניזאַציעס האָט פֿאַרמאָגט אַ רחבֿותדיקע ביבליאָטעק, אַן אײַנדרוקספֿולן ייִדישן אַרכיוו, דערציִערישע סטאַנדאַרטן און מענטשן האָבן ממש באַוווּנדערט אָט־די באַרימטע ייִדישע אינסטיטוציע. איין זאַך האָט זיך דאָרט אָפֿט געביטן — די פֿירערשאַפֿט און די טעלעפֿאָניסטקעס. עפּעס האָבן זיי נישט געהאַט די זכיה צו האַלטן זיך דאָרט.
איין מאָל האָב איך באַמערקט, אַז מען האָט אָנגעשטעלט אַ מענטש פֿאַר דער עקזעקוטיווע בײַ וועמען עס האָט געפֿעלט דער קאָפּ, ס'הייסט אַ קאָפּ האָט ער יאָ פֿאַרמאָגט, אָבער די שרײַפֿעלעך האָבן דאָרטן געליטן פֿון אַ קורצשלוס. נו, האָט דער נײַער בעזעם אַזוי לאַנג געקערט און געקערעוועט ביז די שיף האָט גענומען זינקען. דער עיקר, האָט מען גענומען אָנשטעלן מענטשן אויף אַרבעט, און איך ווייס נישט צי דאָס איז געווען אַ פֿאָדערונג צי נישט — ייִדיש איז נישט געווען קיין פֿאָדערונג. מיט איין וואָרט, די שיף איז געזונקען וואָס אַמאָל טיפֿער. מיט דער צײַט האָט מען אָנגעשטעלט מענטשן וואָס האָבן געהאַלטן, אַז די אינסטיטוציע איז זייערס אַן אייגנטום — סײַ די שטעלע, סײַ די באַלעבאַטישקייט. איין מאָל קום איך אַרײַן צו אַ חבֿרהמאַנטע אין "אָפֿיס" און וואָס זע איך? די טיר פֿון אינעווייניק איז באַהאָנגען מיט צענדליקער פּאָר שיך, ממש אַן אמתע אימעלדאַ מאַרקוס. שיך מיט הויכע אָפּצאַסן און פֿלאַכע קנאַפֿל, "סניקערס," זומערדיקע, ווינטערדיקע, אָסיענדיקע און פֿרילינגדיקע, אַרײַנגערעכנט סאַנדאַלן, שטעקשיך און שווימשיך. פֿרעג איך זי:
"טײַערינקע, צו וואָס דאַרפֿסטו אַזאַ מאַגאַזין מיט שיך?.. וואָסי, דו האַנדלסט מיט זיי בײַ דער זײַט?" — זאָגט זי מיר:
"פֿאַרקערט, איך נוץ זיי דורכן טאָג ווען איך גיי אויף מײַן טעגלעכן שפּאַציר, ווען איך שווים אין 'דזשים,’ ווען איך גיי אַרויס אין אָוונט צו אַ באַנקעט, ווען איך גיי טאַנצן און ווען איך נעם אויף געסט."
נישקשה, האָב איך זיך געטראַכט, דאָס ביוראָ איז איר כאַטע, איר אייגנטום. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין אָפּגעזעסן אין דער אינסטיטוציע צוויי יאָר צײַט און געטאָן מײַן פֿאָרשאַרבעט פֿאַרן מאַגיסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איך האָב זיך גערויעט אין די אַרכיוון און אָנגעזאַמלט אַ וועלט מיט דערציִערישן מאַטעריאַל, און וואָס מער איך האָב זיך צוגעקוקט צום מישקע־מאַשקע־ווירטשאַפֿט, וואָס טיפֿער זײַנען מיר געזונקען; דער עיקר, ווען עס איז געקומען צו אָנגעשטעלטע עקזעקוטיוו־דירעקטאָרן, וואָס האָבן זיך געביטן ווי הענטשקעס. קיינער האָט נישט געהאַלטן קיין אויג אויף דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין די פּרעסטיזשפֿולע, און נישט אַזוי פּרעסטיזשפֿולע ייִדישע אינסטיטוציעס. קיינער האָט נישט געהאַלטן קיין אויג אויף וואָס עס ווערט דאָרט פּראָדוצירט, און ווער איז דער גענעראַל און ווער איז דער שאַלאַטן־שמשׂ. האָבן מיר אָנגעהויבן צו לײַדן פֿון ייִדישער קולטור־אָרעמבלוטיקייט.
און וואָס האָט מען געטאָן מכּוח די ייִדישע שולן? עס זײַנען געווען פֿיר אָרגאַניזאַציעס וואָס האָבן אָנגעשטעלט ייִדישע לערער, טײַערע ייִדישע לערער, אמתע פּעדאַגאָגן און ייִדיש־קענער. אָבער וווּ האָבן זיך געפֿונען די ייִדישע נאָכמיטיק־שולן וווּ די טײַערע ייִדישע לערער האָבן געלערנט? איז די צרה געווען אַזאַ: איין אָרגאַניזאַציע האָט אָפּגעדונגען בוידעם־שטיבלעך און קעלערן וווּ ייִדישע לערער האָבן געפֿירט די קורסן, אַ צווייטע אָרגאַניזאַציע האָט אָפּגעדונגען אַ ליידיק געשעפֿט אָדער אַ ליידיקע דירה ערגעץ אין ברוקלין אָדער אין דער בראָנקס, און דאָס אייגענע צו הערן פֿון די אַלע פֿיר ייִדישע קולטור־דערציִונגס־פֿאַרזאָרגער. מען האָט געלערנט בלויז נאָך מיטיק. נאָך דעם ווי די קינדער האָבן אָפּגעלערנט אין די ענגלישע פֿאָלקסשולן ביז דרײַ אַ זייגער נאָך מיטיק, האָט מען, נעבעך, געשלעפּט די אָרעמע קינדערלעך אין די קעלער־שטיבלעך מיט די בוידעמס. די קינדער האָבן געחלשט צו שפּילן "בייסבאָל" און "פֿוטבאָל," און די מיידלעך האָבן געחלומט פֿון לערנען זיך באַלעט אָדער לערנען זיך שפּילן פֿידל, אָדער דעם פֿאָרטעפּיאַן. אַ נעכטיקע וועטשערע. די לערער זײַנען געווען אויסגעמוטשעט און אַנטוישט פֿון דעם וואָס מ'האָט פֿאַר זיי פֿאַרגרייט און באַוויינט זייער גורל. דאָס אַלץ איז אָפּגעטאָן געוואָרן מיט דער הסכּמה פֿון אַ שלל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס, זייער אייגנטום, זייערע געהאַלטן, זייערע טעלעפֿאָנען און סעקרעטאַרקעס. קיין איין ייִדישע טאָגשול האָט מען נישט באַוויזן אויפֿצושטעלן אין משך פֿון איבער הונדערט יאָר אין אַזאַ גראָמאַדנער שטאָט ווי ניו־יאָרק. ערשטנס, ווײַל די זעלבע "צדיקים" האָבן געוווּסט, אַז זיי זײַנען נישט דיפּלאָמירט לויט די פּעדאַגאָגישע סטאַנדאַרטן, און זיי קאָנען אָנווערן די ביוראָען מיט די שׂכירות, מיט די פּאָזיציעס. און ווען איך דערמאָן זיך וויפֿל געלטער מען האָט פֿאַרשווענדט אין נאָמען פֿון ייִדיש, ווערט מיר קאַלעמוטנע אויפֿן האַרצן.
בײַ די פֿרומע איז גאָט אַן אייגנטום. מיט אים שפּילט מען זיך נישט, פֿאַר אים האָט מען מורא, ווײַל ער קען זיך אויף אַ טשאַק. האָט מען צום אַלעם ערשטן אויפֿגעשטעלט חדרים און ישיבֿות; קליינוואַרג און יונגוואַרג האָט מען אויפֿגעכאָוועט אינעם גײַסט פֿון ייִדישקייט. מיר זײַנען געווען די וועלטלעכע, די פֿרײַגעזאָנענע, ווי מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגן, האָט מען נישט געזאָרגט פֿאַרן מאָרגן. אין מײַנע פֿאָרשונגען האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין משה נאַדירס ווערק, וווּ ער באַוויינט די דאָליע פֿון ייִדיש נאָך אין די דרײַסיקער יאָרן. יעקבֿ גלאַטשטיין, דער חכם פֿון אַ פּאָעט, שילדערט שוין אין זײַן פּאָעזיע ווי די אימיגראַנטישע טאַטעס וויינען אויף דער דאָליע פֿון זין וואָס מוטשען זיך אין די נאָכמיטיק־שולן. איציק מאַנגער דערציילט שוין בײַ אַ באַנקעט זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיטן אַמעריקאַנער ייִדישן דור, וואָס האָט זיך געפּאַשעט אויף מאַכן געלט און פֿאַרנאַכלעסיקט זייער ייִדישע ירושה.
מאַנגער דערציילט, אַז אין אַמאָליקן שטעטל זײַנען געווען הונדערט לצנים און איין רבי, בעת אין אַן אַמעריקאַנער שטאָט זײַנען פֿאַראַן הונדערט ראַבײַס און אַפֿילו נישט קיין איין לץ. ווי זאָגט מען:
"דער גן־עדן מיטן גיהנום קען מען האָבן אויף דער וועלט." ס'ווענדט זיך נאָר אינעם קאַפּיטאַן וואָס פֿירט דעם רודער.