- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מענדל און איך. מיר זײַנען געבוירן געוואָרן טויזנטער מײַלן אָפּגערוקט איינער פֿונעם אַנדערן. ער — אין די קאַרפּאַטן און איך — אין סיביר. וואָס אַן אמת, ווען איך בין געבוירן געוואָרן, איז מענדל שוין געווען אַ בחור פֿון צען יאָר. ער איז אַרויסגעקומען פֿון ווישניצער חסידים און איך — פֿון ליידיקע ייִדישע ווענט. ער איז געגאַנגען אין חדר און גערעדט ייִדיש. מײַן לשון איז געווען רוסיש און געגאַנגען בין איך אין די רוסישע שקאָלעס. און ווען נישט דער חורבן, וואָלטן מיר זיך, מסתּמא, קיין מאָל נישט באַגעגנט. ער איז ניצול געוואָרן פֿון אוישוויץ, און איך מיט מײַנע טאַטע־מאַמע, זײַנען ניצול געוואָרן פֿון סטאַלינס גיהנום; זיכער נישט צו פֿאַרגלײַכן — און דאָך... די נײַעס, אַז ס'איז פֿונעם טויער צום געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ, איצט אַ מוזיי, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דער טרויעריק־באַרימטער אויפֿשריפֿט ARBEIT MACHT FREI, האָט געוויס אַרויסגערופֿן פֿאַרשידענע געפֿילן — פֿון עמאָציאָנעלער אויפֿגעבראַכטקייט ביז פּאַסיווער גלײַכגילטיקייט. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל ווי ווײַט די יאָרן זאָלן נישט געווען אָפּרוקן די אוממענטשלעכע מעשׂים, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם צייכן, צאַפּלט נאָך אַ לעבעדיקער אָנדענק פֿון יענע טעג און נעכט בײַ די רעשטלעך לעבן־געבליבענע, ווען אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וואָס געהערט נישט צו די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קרײַזן, באַשליסט צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, איז דער ענין, וווּ מע זאָל וווינען, אַ גאָר וויכטיקער. פֿאַרשטייט זיך, מע מוז אויסקלײַבן אַן אָרט, וווּ די עלטערן קענען ציִען חיונה. פֿון דעסטוועגן, גלוסט זיך אויך צו געפֿינען אַ שטאָט אָדער געגנט, וווּ די קינדער וועלן קאָנען הערן ייִדיש, געדערט מחוץ דער אייגענער משפּחה. עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז די טעג האָב איך געלייענט אַזש דרײַ ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען. ניט די הײַנטיקע אויסגאַבעס, נאָר פֿון די 1930ער יאָרן. דאָס זײַנען געווען "פֿאָרווערטס", "דער טאָג", און "מאָרגן-פֿרײַהייט". וועגן דעם, וואָס איך האָב אין זיי געזוכט און וואָס איך האָב געפֿונען, וועל איך, אפֿשר, שרײַבן אַנדערש מאָל. איצט וויל איך דערמאָנען אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: "קאָמפּאַרטמענטאַליזאַציע". דאָס האָב איך, דאַכט זיך, פֿאַרייִדישט אַן ענגלישן טערמין. אויף ייִדיש קען מען עס בעסער אָנרופֿן: פֿאַנאַנדערגרענעצונג. די פֿאַרשלעפּטע קרענק, די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם און די סכּנה, וואָס ברענגט מיט זיך איר רעאַליזאַציע, באַזאָרגט נישט בלויז דעם מערבֿ, נאָר אויך די נאָענטע שכנים און אמונה־ברידער פֿון איראַן, די מוסולמענישע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח. אַ באַלערנדיקע אויספֿאָרשונג צווישן די אַראַבישע לענדער האָט דורכגעפֿירט די קאָמפּאַניע YouGove, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 1,012 רעספּאָנדענטן פֿון 18 לענדער. מדינת־ישׂראל איז געבוירן געוואָרן מיטן חלום פֿון שלום — אין די הערצער און אויף די ליפּן פֿון אירע טרוימער און באַשאַפֿער, פֿון אירע בירגער און אירע פֿרײַנד. דער שלום איז ביז איצט, איין און זעכציק און אַ האַלב יאָר, געווען איינער פֿון אירע ערשטע און פֿון די העכסטע פּריאָריטעטן. יעדע פּרינציפּן־דעקלאַראַציע און יעדע טעטיקייט־פּלאַטפֿאָרם פֿון יעדער איינער פֿון די ביז איצטיקע רעגירונגען פֿלעגט זיך יעדעס מאָל אָנהייבן מיט דער פֿאַרפֿליכטונג צו גיין אויפֿן וועג וואָס זאָל פֿירן צו אַ שלום, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון דער אויפֿגעקומענער מדינה; יעדע באַוועגונג, לויט אירע השׂגות, יעדע רעגירונג לויט אירע כּוונות. די דריטע זיצונג פֿונעם געריכט איבער דעמיאַניוק איז נישט דורכגעפֿירט געוואָרן, ווײַל דער ריכטער האָט גענומען אין אַכט די דערקלערונג, אַז בײַם געמישפּטן איז אַ ווירוס־קראַנקייט, און האָט אַריבערגעטראָגן די זיצונג אויפֿן 21סטן דעצעמבער. צי איז דעמיאַניוק באמת קראַנק געוואָרן, צי ער שפּילט אָפּ נאָך איין פֿאַרס, ווייסט קיינער נישט; אָבער ס׳איז קלאָר, אַז די אַדוואָקאַטן "קוועטשן" אויף דער עלטער פֿונעם געמישפּטן און אויף זײַן שוואַכן געזונט־מצבֿ, וואָס קאָן דערפֿירן צו דעם, אַז דעמיאַניוק וועט צו אַן אורטייל נישט דערלעבן. עס פֿאַרענדיקט זיך אַ יאָר, וואָס האָט געקענט זײַן אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרבינדונג מיט שלום-עליכמס 150סטן יובֿל. אמת, עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו טענהן, אַז מע האָט גאָרנישט ניט אויפֿגעטאָן. פֿון דעסטוועגן איז אין מאַרץ, אַרום דער צײַט פֿון שלום-עליכמס געבוירנטאָג, געווען אָרגאַניזירט אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ אין ניו-יאָרק, בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר בשותּפֿות מיטן קאָלומביע-אוניווערסיטעט. במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר זענען אין די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן צוגעקומען בערך 23,000 תּלמידים — צום גרעסטן טייל בײַ די חרדים, גיט איבער אַ נײַער צענזוס. ס׳איז אויך געוואַקסן די צאָל ייִדישע טאָגשולן — פֿון 759 ביז 800. בסך־הכּל לערנען זיך הײַנט אין די טאָגשולן 228,174 קינדער. מע קען הײַנט געפֿינען ייִדישע טאָגשולן אין 39 שטאַטן. די גרעסטע צאָל טאָגשול־תּלמידים געפֿינט מען אין ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, קאַליפֿאָרניע, פֿלאָרידע, דזשאָרדזשיע, אילינוי, מערילענד און טעקסאַס. פֿאַר די אָסלאָ־אָפּמאַכן, האָט די יאָרדאַנישע אָפּציע אויסגעזען ווי אַ לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס הייסט, אַ לייזונג, וווּ דער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל וועט צוריקגיין צו יאָרדאַניע. אין דער מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ, אָקטאָבער 1991, האָט זיך באַטייליקט אַ געמיינזאַמע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. מיט די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָט ישׂראל גורם געווען, אַז קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע האָט מוותּר געווען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג און עס געלאָזט אין די הענט פֿון אַראַפֿאַטן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. ליבע פֿרײַנד, נאָך דעם ווי איך האָב איבערגעלייענט דאָס ענגלישע אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק פּאָסט," פֿון זיבעטן נאָוועמבער 2009, בין איך טאַקע אַוועק זען "די גרויסע באָבקעס" וואָס שפּילט איצט אינעם בנין פֿון "אַרבעטער־רינג." געוואָלט זען מיט די אייגענע אויגן אין וואָס ס׳באַשטייט די גרויסע גראַטשקע. הייסט עס, אַז מיר פֿאַרמאָגן אין ניו־יאָרק צוויי ייִדישע טרופּעס, "די גרויסע באָבקעס" מיט "די קליינע באָבקעס," און ווען עס קומט צו די עטאַבלירטע גרויסע "באָבקעס" האָב איך אַלע מאָל געטראַכט וועגן דעם גרויסן באַרג וואָס האָט געבוירן אַ קליין מײַזעלע. כּמעט יעדער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער מאָדערנער געשיכטע האָט געהאַט זײַן מלחמה. דינסטיק האָט וועגן זײַן מלחמה געמאָלדן דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אייגנטלעך, האָט עס מיט אַכט יאָר צוריק געטאָן זײַן פֿאָרגייער, פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. אָבער דעמאָלט, נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער, האָט די מאָטיוואַציע און דער כאַראַקטער פֿונעם דערקלער־אַקט — קאַמף קעגן וועלט־טעראָריזם — געקלונגען גאָר אַנדערש, איבערצײַגעוודיק און באַרעכטיקט. |