פּובליציסטיק

נישט איין מאָל טוט זיך אויפֿן קאַמפּוס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף טיש און אויף בענק און ס׳איבעריקע אין די שענק. מען לויפֿט אַרום מיט פּלאַקאַטן, מען רײַסט זיך די גאָרגלען, מ׳פּראָטעסטירט, נישט חלילה צוליב דער רעוואָלוציע אין טוניזיע, אין עגיפּטן, אין תּימן, אין באַכריין, אין ליביע און אויך נישט די רעוואָלטן אין אַלזשיריע און מאַראָקאָ. וועגן איראַן איז דאָך שוין אָפּגערעדט; דאָרט מעג מען שנײַדן צונגען. די אַיאַטאָלאַס זיצן פֿעסט אויפֿן זאָטל און פֿירן די גרענדע, בראָש מיטן המן האָשע־דזשאַד, וועלכער האָט אַמביציעס פֿון פֿאַרכאַפּן די וועלט. און אין יענער וועלט, האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון אַ טיפֿן דרימל דער קעניג אַבדולאַ פֿון ירדן און האָט תּיכּף־ומיד אַראָפּגענידערט די פּרײַזן פֿון פּראָדוקטן און צעטיילט געלט צווישן די געקריוודעטע. די פּרינצן און זעלבסט־געזאַלבטע מלכות פֿון סאַודיע האָבן זיך אויך אויסגעטשוכעט פֿון אַ טיפֿן און פֿוילן שלאָף און גענומען שיקן מיליטער קיין באַכריין צו העלפֿן די סוניס צו פֿאַרהיטן זיי פֿון די שיִיִטן.

אָבער דאָס אַלץ איז אַ קלייניקייט אַנטקעגן די ריזיקע קריוודעס וואָס די ישׂראלים טוען אָפּ קעגן די פּאַלעסטינער. דער טעגלעכער זשורנאַל "קאָלומביע־ספּעקטייטאָר" האָט בכּיוון אָפּגעדרוקט די בילדער אויפֿן ערשטן זײַטל, וווּ קאָלומביע־סטודענטן פּראָטעסטירן קעגן דער ישׂראלדיקער ברוטאַליטעט לגבי די פּאַלעסטינער. מיט פּלאַקאַטן אין די הענט האָבן זיי געפּראַוועט אַ כּמו־ישׂראלדיקע גרענעצוואַך, פּאָזירנדיק ווי ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וואָס שטעלן אָפּ די דורכגייער און דראָען זיי מיט פּלאַסטישע רעוואָלווערן. מיט אַ וואָך שפּעטער איז דערשינען אַן אַרטיקעלע אין זעלבן "ספּעקטייטאָר," פֿון מאַרץ דעם פֿערטן, 2011, געשריבן פֿון יונתן הומבערמאַן, וועלכער איז אַ צווייט־יאָריקער סטודענט אין קאָמבינאַציע פֿון "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" מיט קאָלומביע. יונתן ספּעציאַליזירט זיך אין געשיכטע און דער ייִדישער געדאַנקען־וועלט. און אָט וואָס ער האָט צו זאָגן:

"זיי האָבן עס אָנגערופֿן די 'ייִדישע אַפּאַרטהײַד־וואָך.’ קאָלומביע־סטודענטן האָבן ווידער אַ מאָל אָפֿענסיוו אויסגענוצט אַ היסטאָרישע טראַגעדיע. זיכער קען נישט קיין ראַציאָנאַלער מענטש אָפּלייקענען דעם קלעם פֿון די פּאַלעסטינער און קיין שום מענטש פֿון מאָראַל קען נישט איגנאָרירן זייערע ליידן, אָבער אָנצורופֿן מדינת־ישׂראל אַן 'אַפּאַרטהײַד,’ פֿאַרקרימט מען ריזיק דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט און מען מאַכט צו קליינגעלט די ליידן פֿון די זיד־אַפֿריקאַנער 'אַפּאַרטהײַד’־קרבנות.

אויב די 'אַפּאַרטהײַד־וואָך’ האָט עפּעס באַוויזן האָט עס מיסרעפּרעזענטירט דעם מיטלמעסיקן רובֿ פֿון די פּאַלעסטינער און דעם פּרוּוו קעגן דער לייזונג פֿון אַ צוויי־שטאַטיקן אָפּמאַך. ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיש, מולטי־עטניש לאַנד, וואָס שטיצט גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע אירע בירגער. די מינאָריטעטן באַשטייען פֿון צוואַנציק פּראָצענט צווישן דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג, און זיי געניסן פֿון די זעלביקע ציווילע רעכט ווי די ישׂראלים. די מדינה־אַראַבער שטימען אין ישׂראלס דעמאָקראַטישע וואַלן און זײַנען מיטגלידער אין ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט.

אַ ישׂראלדיקער אַראַבער, סאַלים דזשובראַן איז אַ ריכטער אין ישׂראלדיקן העכסטן געריכט, אַרײַנגערעכנט אַנדערע אַראַבער וואָס דינען ווי דעפּוטאַטן אין דער כּנסת. און לאָמיר זיך נישט וווּנדערן וואָס אַן אָקערשטיקע אויספֿרעג־אַנקעטע האָט באַוויזן, אַז פֿערציק פּראָצענט פֿון ישׂראלדיקע אַראַבער וואָס לעבן אין מיזרח־ירושלים וואָלטן בעסער געבליבן וווינען אין ישׂראל, און אָנהאַלטן זייער ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט, ווי אָנשליסן זיך אין אַ פּאַלעסטינער שטאַט. אין קאָנטראַסט צו די בירגער פֿון אַנדערע מיטל־מיזרחדיקע פֿעלקער, געניסן די ישׂראלדיקע אַראַבער פֿון אַ סך מער פּאָליטישער פֿרײַהייט און מעגלעכקייטן אין ישׂראל, ווי זיי וואָלטן עס גענאָסן אין אַנדערע אַראַבישע לענדער.

נישט ווי די ישׂראלדיקע אַראַבער, ווערן די פּאַלעסטינער רעגירט פֿון די פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלע אויטאָריטעטן, און כאָטש די פּאַלעסטינער פֿירן אַ לעבן פֿון אַ נידעריקן ניוואָ אין אַלגעמיינער באַדינונג, פֿאַלן זיי אונטער דער השפּעה פֿון זייער מאַכט צו אַרבעטן צוויי מאָל אַזוי שווער בײַם אָנשטרענגען זיך צו אַטאַקירן ישׂראל, אַנשטאָט זען אַז זייער רעגירונג זאָל עפּעס אויפֿטאָן לגבי זייער וווילזײַן. די האָפֿענונגסלאָזיקייט ווירקט צום שלעכטן אויף דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג, דער עיקר, בײַם פֿאַרלאָזן זיך אויף ישׂראלדיקער הילף.

צו פֿאַרריכטן דעם שאָדן, האָבן די ישׂראלים לעצטנס אָנגעהויבן צו פֿאַרהאַנדלען מיט פֿאַטאַך צו העלפֿן זיי בויען אַן 'אינפֿראַסטרוקטור,’ און אויטאָנאָמיע, מיט אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער הילף. די פּאַלעסטינער האָבן קולטיווירט אַ פֿעיִקע פּאָליציי־קראַפֿט וואָס פֿאַרהיט זיי פֿון סכּנות. דער פּאַלעסטינער פּרעמיער־מיניסטער סאַלאַם פֿאַיאַד האַלט פֿון צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל צו אַנטוויקלען אַ פּאַלעסטינער פֿינאַנץ־מיניסטעריום, און אויך די נאָענטע צוזאַמענאַרבעט וועט פֿאַרשנעלערן פּאַלעסטינער אומאָפּהענגיקייט.

נישט געקוקט אויף די אַלע פֿאָרשריטן, ווילן די ראַדיקאַלע פּאַלעסטינער דעם 'סטאַטוס־קוואָ,’ און אויב קאָלומביעס 'אַפּאַרטהײַד־וואָך’ וואָלט געפֿאָדערט ציווילע רעכט, וואָלטן זיי געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן די נעגאַטיווע שטעלונג פֿון 'כאַמאַס,’ באַקאַנט ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע צוזאַמען מיט זייער דעספּאָטישן רעזשים אין עזה. אַנשטאָט דעם איז זייער שטעלונג זייער קעגנעריש לגבי ישׂראל, מיטן ציל אָפּצוּווישן ישׂראל פֿון דער מאַפּע; אונטערן אָנשטעל פֿון 'אַפּאַרטהײַד,’ קומט בײַ זיי אויס, אַז ציוניזם איז אַ ראַסיסטישע באַוועגונג.

לויט דער ציילונג־אַנקעטע פֿון 2009, קומט אויס, אַז 74 פּראָצענט פֿון די פּאַלעסטינער און 78 פּראָצענט פֿון די ישׂראלים ווילן אַ צוויי־שטאַטיקן באַשייד. דער פּרעמיער־מיניסטער פֿאַיאַד האַלט פֿון עקאָנאָמישער צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל. אָבער ביז אַהער מײַדט מען אויס די מיטלמעסיקע פּאַלעסטינער און מען פֿאָדערט אַנשטאָט דעם אַ בויקאָט, בשעת אַזאַ פּאַלעסטינער אַקטיוויסט ווי גאַיטה־אַל־אָמאַרי, האַלט, אַז מען דאַרף שטרעבן צו צוויי שטאַטן פֿאַר צוויי פֿעלקער.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע, פֿאַרוואָס איגנאָרירט מען די מיטלמעסיקע פּאַלעסטינער? פֿאַרוואָס טוען די פּאַלעסטינער און ישׂראלים קאָאָפּערירן אָפֿטער ווי מיר טוען עס דאָ אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט? אַנשטאָט צו רעפּרעזענטירן דעם 'פֿרינדזש,’ ס׳הייסט דעם ראַנד פֿון די פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן וועלכע שאַפֿן אַ פֿאַרסמטע אַטמאָספֿער אַרום דעם קאַמפּוס. אַנשטאָט זיך אָנשטעקן מיטן גײַסט פֿון וועלן אַ שלום צווישן די צוויי פֿעלקער.

און פּונקט ווי די ישׂראלים וואָס שטרעבן צו האָבן אַ בשותּפֿותדיקן שלום, אַזוי ווילן אויך די אָנהענגער פֿון ישׂראל אויפֿן קאַמפּוס אין קאָלומביע, פֿירן אַ רויִקן דיאַלאָג צווישן ביידע צדדים. זיכער זײַנען פֿאַראַן פּאַלעסטינער אויפֿן קאַמפּוס וואָס האָפֿן צו זען אַ בליִענדיקן פּאַלעסטינער שטאַט בשכנות מיט אַ בליִענדיקער מדינת־ישׂראל. ווער שטעלט זיך אײַן פֿאַרן פּאַלעסטינער קול פֿון מיטלמעסיקייט אין קאָלומביע?"

דאָס איז אַ ראַציאָנעל און דעפֿענסיוו אַרטיקעלע וואָס דאַרף ווירקן לטובֿת די ייִדישע סטודענטן אין קאָלומביע. אַלץ וואָס איך וויל צוגעבן צו דעם אַרטיקעלע איז דאַנקען גאָט וואָס מיר הערן אַזעלכע שטימען אויפֿן קאַמפּוס. וואָס עס דאָקוטשעט מיר איז אָבער, פֿון וואַנען קומען די געלטער וואָס האַלטן אויס די אַראַבישע שטודיעס אין קאָלומביע כּיד־המלך. מען שושקעט זיך אויפֿן אויער, אַז עס קומט פֿון סאַודיע־אַראַבער און איראַן. דאָס אַגיטירן די יוגנט צו פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס געשעט נישט איבער נאַכט. איך קער זיך צום עיקר. פֿאַרוואָס נישט אײַנשטעלן זיך פֿאַר די אומרעכטן וואָס גייען אָן אין די אַראַבישע מלוכות? אָט נעמט, למשל, ליביעס קאַדאַפֿי אַליין — אַ דעספּאָט און מערדער וואָס קוילעט אויס זײַן אייגן פֿאָלק, וווּ זײַנען די דעמאָנסטראַנטן? קיינער רירט זיך נישט פֿון אָרט. אַכמאַדינעדזשאַד, קוילעט אויס די דעמאָנסטראַנטן צווישן אייגענעם פֿאָלק. עמעצער שטעלט זיך אײַן פֿאַר זיי? אַ נעכטיקער יום־טובֿ. מ׳האָט זיך אָנגעלייגט אויפֿן בידנעם ישׂראל ווי די פּיאַווקעס וואָס זעטיקן זיך נישט מיטן אויסגעזויגענעם בלוט פֿונעם חורבן. אַזוי האָבן זיך די אַראַבישע פֿעלקער אָנגעזעצט אויף ישׂראל ווי זי וואָלט זיי געשטאַנען אין וועג פֿון זײַן געזעטיקט מיט דעם וואָס זיי פֿאַרמאָגן.

און ווידער אַ מאָל דאָס אייגענע. דאָס דעפּוטאַטן־הויז וואָס מען רופֿט די "יו־ען," די פֿאַראייניקטע נאַציעס — קעגן ישׂראל. ווען וועלן זיי דערגיין צו אַ מענטשלעכן אָפּרוף אויף די אַלע אומגליקן צווישן פֿעלקער? אָבער ניין, גיב זיי ישׂראל און זיי גייען אַ קאַדריל. זיי טאַנצן שוין אויס דעם ישׂראל־טאַנץ צענדליקער און צענדליקער יאָרן, און זעטיקן זיך נישט. סײַ רוואַנדאַ, סײַ סודאַן האָט זיי בכלל נישט אינטערעסירט, און דאָס קען מען זאָגן וועגן די ענגלישע ראַדיאָ־כוואַליעס פֿון דער "בי־בי־סי," וואָס כוואַליעווען איבער דער וועלט, דער עיקר אַז אין אַלעמען איז שולדיק ישׂראל. נו, אַז ישׂראל איז אַזוי פּאָפּולער, נישט אַנדערש ווי זי פֿאַרדינט זיך דעם "אָסקאַר," פֿאַרן בעסטן עקזעמפּלאַר פֿאַר דער וועלט.

באַנוצט מען זיך מיט שׂינאת־ישׂראל; דער עיקר נישט קאָנצענטרירן זיך אויף די דעספּאָטן און דעמאַגאָגן, די טיראַנען און פֿאַרברעכער. אין זייער אינטערעס איז אויפֿצוהאַלטן דעם ייִדנהאַס כּדי צו פֿאַטשאַדען דער וועלט די אויגן. ס׳איז הימל עפֿן זיך.