- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווידער אַ מאָל — ווי, למשל, ניט לאַנג צוריק, אין דעם סאַמע ברען פֿונעם קריזיס — שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿט עקזיסטירט ניט. אָדער אויב זי עקזיסטירט טאַקע, נעמט מען זי ניט אויף ווי אַן ערנסטע זאַך, מיט וועלכער פּאָליטישע טוער מוזן זיך רעכענען. אַנדערש וואָלט מען אַזאַ מדינה ווי גריכנלאַנד ניט אַרײַנגעלאָזט אין דער יוראָ-כאַליאַסטרע. ס’איז דאָך זיכער ניט קיין נײַעס, אַז די גריכישע עקאָנאָמיע איז שוואַך און קאָרומפּירט. אַ דריטל פֿון דעם רווח, וואָס מע קריגט אין דעם וויגעלע פֿון דעמאָקראַטיע, שטאַמט פֿון דעם "שוואַרצן", דאָס הייסט ניט קיין לעגאַלן, סעקטאָר. לעצטנס האָט מען אַנטפּלעקט, אַז יאָרנלאַנג פֿלעגן טויזנטער טויטע לײַט קריגן פּענסיעס, און גאָר לעבעדיקע מענטשן האָבן אַ דאַנק דעם פֿאַרדינט מיליאָנען יוראָ. די צרה איז, אַז מיטגלידערשאַפֿט אין דער יוראָ-זאָנע האָט געגעבן אַ צוטריט צו ביליקע הלוואות, אַ סך פֿון וועלכע האָט מען ניט אינוועסטירט אין קיין רווח-ברענגענדיקע געשעפֿטן, נאָר מע האָט זיי פּשוט צעטרענצלט. צוריק גערעדט, איז גריכנלאַנד ניט קיין אָרט, וווּ עס ווערט אַ סך אויסגעאַרבעט אויף עקספּאָרט. בוימל, מאַרמער און אַלומיניום — דאָס זײַנען די הויפּט-סחורות, וואָס ווערן עקספּאָרטירט. זייער אַ סך איז אָפּהענגיק פֿון טוריזם. אָבער די צאָל טוריסטן איז געפֿאַלן, אין אַ היפּשער מאָס צוליב דעם יוראָ; ווען די פּרײַזן זײַנען געוואָקסן, און וואַקאַציעס אין גריכנלאַנד — אַמאָל ביליקע — זײַנען געוואָרן טײַערער. דער סוף, איז אַז די גריכישע עקאָנאָמיע איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן אויף 4.5 פּראָצענט קלענער, און הײַיאָר וועט זי, בלי-ספֿק, ווערן נאָך קלענער. דאָס מיינט, פֿאַרשטייט זיך, אַז טויזנטער מענטשן האָבן ניט קיין אַרבעט. אָפֿיציעל האָט דער ניוואָ פֿון אַרבעטלאָזיקייט דערגרייכט 16 פּראָצענט, אָבער צווישן יונגע לײַט איז עס, לכל-הפּחות, צוויי מאָל העכער. דער מלוכישער חובֿ איז 160 פּראָצענט פֿון דעם "דזשי-די-פּי". צו פֿאַרגלײַכן: אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט עס אַלץ נעענטער צו 100 פּראָצענט, אין גרויס-בריטאַניע — 60, פֿראַנקרײַך — 85. גריכנלאַנד איז, אָבער, געקומען צו אַזאַ מצבֿ, ווען דער גאַנצער עקאָנאָמישער בנין קען זיך פּשוט צעפֿאַלן. דערצו נאָך קען ניט די גריכישע רעגירונג דעוואַלויִרן איר וואַלוטע, ווײַל זי איז ניט קיין אייגענע, נאָר אַן אַלגעמיינע. זי קען אויך ניט בײַטן דעם פּראָצענט פֿאַר הלוואות, ווײַל דאָס איז אויך אַן ענין פֿאַר דער גאַנצער יוראָ-זאָנע. און אַנדערע, רײַכערע לענדער פֿון דער דאָזיקער זאָנע, דער עיקר דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך, האָבן ניט קיין ברירה — זיי מוזן ראַטעווען דעם באַנקראָטירנדיקן קרובֿ; אַנדערש, וועט ער פֿאַלן אין אָפּגרונט און ציִען נאָך זיך די איבעריקע יוראָ-ברידער און שוועסטער. די שטימונג איז בײַ די גריכן ניט קיין פֿריילעכע. און מע קען עס פֿאַרשטיין — בײַ די דײַטשן און אַנדערע האָט זיך געשאַפֿן אַ סטערעאָטיפּ פֿון גריכן-ליידיקגייערס, וואָס אַנדערע לענדער מוזן זיי איצט אַרויסראַטעווען. דאָס איז ניט יושרדיק. שולדיק איז ניט דער גריך, וואָס האָרעוועט און צאָלט שטײַערן. שולדיק זײַנען די פּאָפּוליסטישע פּאָליטיקער, וועלכע האָבן ניט געוואָלט טראַכטן וועגן דעם קומענדיקן טאָג. און איצט מוז די הײַנטיקע סאָציאַליסטישע רעגירונג טראָגן די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דורות פּאָליטיקער־ליידיקגייערס, ווי אויך פֿאַר די אייראָפּעיִשע חכמים, וועלכע האָבן צוגעלאָזט צום יוראָ אַזאַ עקאָנאָמיש שוואַכלינג. אין דער מעשׂה איז דאָ אַ ייִדישער קאַפּיטל. א היפּש ביסל גריכן גלייבן, אַז שולדיק אין זייערע צרות זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, די ייִדן. זיי, די ציוניסטן צוזאַמען מיט פֿינאַנציסטן, האָבן כּלומרשט בכּיוון געשטעלט די גריכן אויף די קני. אַפֿילו דער פּאָפּולערער קאָמפּאָזיטאָר מיקיס טעאָדאָראַקיס האָט זיך ניט געשעמט צו אַנטפּלעקן זײַן אַנטיסעמיטיזם. און סוף 2010 האָט אַ הויך-געשטעלטער גריכישער גלח, דער מיטראָפּאָליט סעראַפֿים, געזאָגט (אין אַ טעלעוויזיע-אינטערוויו), אַז די ציוניסטן האָבן באַצאָלט היטלערן, ער זאָלן מאַכן דעם חורבן און העלפֿן דערמיט צו שאַפֿן מדינת-ישׂראל. דערווײַל, אָבער, זײַנען די באַציִונגען צווישן ישׂראל און גריכנלאַנד געוואָרן בעסער. פֿאַר וואָס? ווײַל ישׂראל קושט זיך שוין ניט מיט טערקײַ, און דער גריכישער רעגירונג געפֿעלט עס. אָט אין אַזאַ משוגענער וועלט מוזן מיר לעבן. דערווײַל האָבן די גריכישע יוניאָנען אָנגעהויבן אַ שטרײַק, כּדי ווײַזן דער רעגירונג, אַז זיי זײַנען ניט מסכּים מיט איר פּאָליטיק פֿון אַריבערלייגן די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען אויף די פּלייצעס פֿון די מאַסן. יעקב די גריכישעSubmitted by jacobarnon on Sun, 2011-07-03 20:41.
יעקב די גריכישע האבן אלע מאל געווען גרויסע אנטיסעמיטן |