באַקאַנט איז אין דער וועלט באַשעוויסעס דערציילונג וועגן דעם פּאָפּוגײַ וואָס רעדט ייִדיש. דאָס איז שוין געווען איין מאָל אַ פּאָפּוגײַ — אַן אַנטיקל! אין די לעצטע יאָרן, זינט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געקראַכט און די ייִדן האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אין זייער נע־ונד, האָט זיך באַוויזן איבער דער וועלט אַ זעלטענער זאָאָלאָגישער עקספּאָנאַט — אַ רוסיש־רעדנדיקער ייִד. מעגלעך, אַז דאָס נײַע באַשעפֿעניש וואָלט נישט צוגעצויגן אַזאַ אויפֿמערק, אָדער אַרויסגערופֿן נאָר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אינטערעס בײַ די לינגוויסטן, ווען די טויזנטער און טויזנטער אַזעלכע "רוסיש־רעדנדיקע ייִדן" וואָלטן נישט געשאַפֿן אַ מין באַזונדערע עדה אין די לענדער פֿון זייער אימיגראַציע — ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, אויסטראַליע.
ווי באַקאַנט איז פֿון אַן אַנדער מעשׂהלע, איין ריטל ברעכט זיך גרינג, אָבער אַ בינטל ריטלעך, צונויפֿגעבונדן אין אַ בעזעם, איז שוין גאָר נישט אַזוי פּשוט צו צעברעכן. זעט אויס, אַז דאָס דאָזיקע מעשׂהלע האָט אויך געהערט אין זײַנע קינדער־יאָרן באָריס שפּיגעל, וועלכער האָט פֿון די אָפּגעזונדערטע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן־ריטלעך צונויפֿגעבונדן אַ גאַנצן קאָנגרעס־בעזעם, וואָס הייסט טאַקע אַזוי — "אַלוועלטלעכער קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן", און ער, באָריס שפּיגעל, איז זײַן פּרעזידענט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז שפּיגעל איז ווײַט נישט קיין קבצן, און פֿון זײַן משפּחה־געשעפֿט, פֿאַרבונדן מיט פֿאַרמאַצעווטיק, קומט אים אַרײַן נישט קיין קליינע מטבע. אָבער לאָמיר נישט ציילן קיין פֿרעמדע רווחים. ניט דאָס זײַנען מיר אויסן, הגם דווקא די מטבע ברענגט צו דער דעה.
ס'איז אַוודאי נישט קיין נײַע שיטה, אַז בראָש אַ ממשותדיקער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע שטעלט מען (שטעלט זיך) אַ רײַכן מענטש. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען אין דעם זין נישט קיין אויסנאַם. צווישן די ערשטע מיליאָנערן אין רוסלאַנד, אָדער ווי מ'האָט זיי באַלד אָנגעהויבן רופֿן — אָליגאַרכן, איז דווקא דעם מעדיאַ־מאַגנאַט וולאַדימיר גוסינסקין אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, וועלכער האָט פֿאַראייניקט אונטער איין דאַך די פֿילצאָליקע גרעסערע און קלענער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דעמאָלטיקן רוסלאַנד.
ס'איז שוין הײַנט נישט וויכטיק, צי אים אַליין איז אַזאַ געדאַנק אײַנגעפֿאַלן, צי מ'האָט אים אונטערגעזאָגט; גוסינסקי אַליין איז געווען אַן אַסימילירטער ייִד (און אַזאַ איז ער פֿאַרבליבן ביז הײַנט); ער האָט אָבער באַלד געכאַפּט, אַז אין אַזאַ לאַנד, ווי רוסלאַנד, מיט אײַנגעוואָרצלטע אַנטיסעמיטישע טראַדיציעס, קאָן אַ מעכטיקע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע ווערן אַ פֿעסטער דאַך פֿאַר אים און זײַנע קאַפּיטאַלן. עס האָט אים דער "טריק" נישט געהאָלפֿן — אין יאָר 2000 האָט מען אים אַרעסטירט און באַשולדיקט אין גנבֿה. פֿון דעסטוועגן, האָט דער "ייִדישער עלעמענט" יאָ געווירקט אויפֿן באַשלוס פֿון דער מאַכט אים צו באַפֿרײַען. דערמיט האָט גוסינסקי געוויזן אַ וועג די רוסיש־ייִדישע גבֿירים צו באַוואָרענען זיך מיט אַ "נאַציאָנאַלן דאַך" אויף מאַלע וואָס.
אַזוי האָבן אָנגעהויבן זיך צו באַווײַזן, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מיט שרײַענדיקע נעמען, וואָס אין שפּיץ פֿון זיי שטייען ייִדישע ביליאָנערן. פֿאַרשטייט זיך, אַז "דע פֿאַקטאָ" פֿירן אָן מיט די דאָזיקע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציעס פֿיפֿיקע ייִדישע ביוראָקראַטן. למשל, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון שפּיגעלס "אַלוועלטלעכן קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן", איז בערל לאַזאַר, דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד.
צווישן די ערשטע אויפֿגאַבעס, וואָס דער "רוסיש־רעדנדיקער קאָנגרעס" שטעלט פֿאַר זיך, איז "צו קאָנסאָלידירן די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן צו שטיצן ישׂראל, ווי אויך צו אינטעגרירן זיי אינעם ייִדישן נאַציאָנאַלן לעבן פֿון די לענדער, וווּ זיי וווינען איצט". עס קלינגט שיין, אָבער דער קלאַנג איז אַ פּוסטע פּלאַפּלערײַ. צו שטיצן ישׂראל, מוז מען נישט רעדן רוסיש, אָדער אַן אַנדער שפּראַך; און צו ווערן אַ מיטגליד פֿון אַ שיל אין ברוקלין, אָדער אין בערלין, אָדער אין מעלבורן — דאַרף מען נישט פֿרעגן בײַ שפּיגעלן קיין דערלויבעניש.
אַן אַנדער זאַך, ווען דער זעלבער שפּיגעל וואָלט ווי דער פּרעזידענט פֿון אַזאַ "חשובֿער" אָרגאַניזאַציע אַרויסגעזאָגט זײַן "פֿע!", מכּוח די פּראָ־איראַנישע און פּראָ־"כאַמאַסישע" שטעלעס פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער רוסלענדישער רעגירונג... איז וווּ זשע?! דער מיליאָנער באָריס שפּיגעל ווייסט גוט, פּונקט ווי זײַן רבי, בערל לאַזאַר ווייסט עס, אַז שפּײַען אין דער קאָריטע, וואָס שפּײַזט זיי, איז אַ סכּנה, בפֿרט — אַז מע רעדט רוסיש.