- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס מאַכן זיך אַזעלכע צונויפֿפֿאַלן: קודם-כּל, דעם 9טן נאָוועמבער איז אין ניו-יאָרק דורכגעפֿירט געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, איניציִיִרט דורך דער "אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". די קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעמערקט 20 יאָר זינט דער עפֿענונג פֿון די סאָוועטישע גרענעצן. דערמיט האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון קעמפֿן פֿאַר עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן. דער "אײַזערנער פֿאָרהאַנג" האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. העכער צוויי וואָכן זענען שוין פֿאַרבײַ, זינט אונדזער קליין מדינהלע האָט ניט זוכה געווען צו זײַן אין דער רשימה פֿון די לענדער וואָס פֿאַרמאָגן איינע פֿון די "נײַע זיבן נאַטור־וווּנדער אין דער וועלט". מיר האָבן געהאָפֿט, אַז די דאָזיקע אָנערקענונג וועט זיך אויסווירקן עטוואָס פּאָזיטיוו אויף אונדזער איצטיקן געמיט־צושטאַנד אין לאַנד; עס וועט עטוואָס הייבן אונדזער אַלגעמיינע מאָראַל, און עס וועט פֿאַרשטאַרקן נאָך מער דעם אינטערעס בײַ די פּאָטענציעלע מיליאָנען טוריסטן אין דער צוקונפֿט צו באַזוכן ישׂראל און זען דעם ים־המלך, דעם דאָזיקן נאַטור־וווּנדער. מיט קאַדאַפֿי האָט די וועלט פֿאַרענדיקט. דאָס הייסט נאָך אָבער נישט, אַז אין ליביע איז שטיל געוואָרן און דאָס לעבן האָט זיך דאָרט אײַנגעלאַדיעט. וואָס יאָ, פֿאַרגעסן האָט מען אויף אַ צײַט אין איראַן, מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם. ווי זאָגט מען, מ’האָט געהיילט דעם קאָפּ, האָט געכאַפּט דער מאָגן. נאָך דעם באַריכט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור בײַ דער "יו־ען" פֿון אַטאָמישער ענערגיע, האָט דער מערבֿ זיך ווידער אויפֿגעכאַפּט און אָנגעשפּיצט דעם אויפֿמערק: "אוי־וויי, די אַיאַטאָלעס שטוקעווען טאַקע צונויף אַ נוקלעאַרע באָמבע!" ישׂראל, וואָס איז דאָס ערשטע לאַנד אויף צו ווערן פֿאַרניכטעט אין דער רשימה פֿון טעהעראַן, האָט ביז אַהער נישט געשוויגן און וועט אויך ווײַטער נישט שווײַגן. פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט לעצטנס דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט דער CNN, אַז "איראַן איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וואָס דראָט אָפֿן אומצוברענגען אַן אַנדער לאַנד". און נאָך: "ישׂראל איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־משפּחה און וויל נישט נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו לייזן אַליין די איראַנישע פּראָבלעם. ירושלים דערוואַרט צו זען, וואָס די וועלט־פֿירער, וועלכע האַלטן אין איין צוזאָגן עפּעס צו טאָן ממשותדיקס קעגן איראַן, וועלן טאַקע עפּעס טאָן!" דער ישׂראל־פּרעזידענט האָט אויסגעדריקט די מיינונג פֿון זײַן לאַנד. וואָס זשע טראַכטן טאַקע די אַנדערע "מיטגלידער" פֿון דער "וועלט־משפּחה"? די מענטשן, וועגן וועלכע עס גייט דאָ די רייד, האָב איך געזען איין מאָל אין מײַן לעבן. באָריס בערעזאָווסקי איז מיט אַ יאָר צען צוריק געקומען קיין אָקספֿאָרד און גערעדט דאָרטן פֿאַר אַ גרויסן עולם וועגן ... איך ווייס שוין ניט וועגן וואָס. מיר האָט זיך נאָר פֿאַרגעדענקט דער אַלגעמיינער אײַנדרוק, וואָס ער האָט אויף מיר דעמאָלט געמאַכט: אַ גוואַלדיק ניט קיין סימפּאַטישער פּאַרשוין. און דאָס, וואָס ער האָט גערעדט, האָט אויך מיך קליגער ניט געמאַכט. פֿאַרקערט, מיך האָט די גאַנצע צײַט ניט פֿאַרלאָזט דאָס געפֿיל, אַז ער וויל אונדז אָפּכיטרעווען. אַ באַליידיקטער איז בערעזאָווסקי געווען, און האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. איין קלייניקייט — דער מענטש האָט געהאַלטן אין זײַנע הענט די גאַנצע רוסישע מלוכה; האָט אַרויסגערוקט וולאַדימיר פּוטינען, אָבער יענער האָט אים שיין אָפּגעדאַנקט: אַרויסגעטריבן פֿון לאַנד, אים געמאַכט פֿאַר אַ פּליט אין ענגלאַנד. ווען וולאַדימיר פּוטין איז אַרײַן אין די פֿעדערן, האָט ער זיך באַפֿרײַט פֿון דער מאַכט פֿון די "אָליגאַרכן", דאָס הייסט, פֿון די מענטשן וועלכע האָבן, ווי בערעזאָווסקי, פֿאַרכאַפּט אי געלט, אי פּאָליטיק. אין פּוטינס רוסלאַנד איז פֿאַרבליבן אַן אָרט פֿאַר ביליאָנערן, אָבער ניט פֿאַר "אָליגאַרכן". מיטן לאַנד קאָמאַנדעוועט איצט די ביוראָקראַטיע. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַ חבֿרה־מאַן וואָס הייסט הערמאַן קעין האָט אַ באַדערפֿעניש, נישט מיר נישט דיר, צוצושטעלן זיך צום ווײַסן שטול אין ווײַסן הויז און דווקא ווערן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, און פֿאַרוואָס נישט? אַיעדער בשׂר־ודם קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בויך, נאָך דערצו אַז מ׳האָט דאָ צו טאָן מיט אַ "פּיצאַ־מאַגנאַט." האָט זיך הערמאַן קעינען דווקא פֿאַרגלוסט זיך צוצושטעלן צום פּאַראַד פֿון די קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער־קאַנדידאַטן, וואָס איינער לײַדט פֿון אַ חלאַת וואָס הייסט מאָרמאָניזם, אַ צווייטער לײַדט פֿון האָרמאָניזם, אַ דריטער פֿון באַפּטיזם, און אַ פֿערטע איז גאָר אַ מאַנספּאַרשוינטע, און זי לײַדט פֿון אַלגאָריזם. ס׳רעשט לײַדן אַלע פֿון סתּם רײַסן זיך אַרויפֿצודראַפּען אויפֿן גאָלדענעם לייטער און דערלאַנגען דאָס טעלערל פֿון הימל. איז וואָס מוטשעט מען דעם עולם־גולם? מ׳דאַרף דאָך פֿאָרט אויסקלײַבן אַן אייבערדעקל־קאָמיסאַר, וואָס וועט קענען האַנדלען מיט אוזבעקי־בעקי און מיט קוטשיבאַמבאַ־באַמבאַ, מיט איראַקי־דאַקי און מיט קוקאַמאַנגאַ־מאַנגאַ. געלט איז בײַ קיינעם נישט קיין מניעה, די טעלעוויזיע־אַפּאַראַטן קנאַקן, די קאַמערעס קנאַקן און ווער געניסט דעם אויבנאָן? נישט קיין אַנדערער ווי "דזשאַן וויין," דער אַמאָליקער העלד פֿון עקראַנען, און אונדזער הערמאַן קעין. אויסגעסטרויעט אין אַ קאָוובויסקן הוט, אַן אָנצוג מיט זײַדענע מאַנזשעטן, ממש אַ קאַוואַליר צום האָבן, נעמט ער און הייבט אָן רודערן מיט די וויאָסלעס: דעם 21סטן נאָוועמבער ווערט זעקס און צוואַנציק יאָר, זינט יונתן פּאָלאַרד, דער ישׂראל־אַגענט און אַמעריקאַנער בירגער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ לעבנס־לאַנגן טערמין פֿאַר איבערגעבן געהיים־אינפֿאָרמאַציע פֿון אַמעריקע צו ישׂראל. פֿריִער און נאָך דעם האָט דער טערמין פֿאַר אַזאַ פֿאַרברעכן געהאַלטן צווישן 2 און 4 יאָר תּפֿיסה. לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, באַטרעפֿט אַ מאַקסימאַלע שטראָף פֿאַר שפּיאָנירן נישט העכער פֿון 10 יאָר. פּאָלאַרד איז דער איינציקער אַמעריקאַנער, וועלכער האָט באַקומען אַזאַ הויכן טערמין אין די לעצטע אַריבער 50 יאָר. נאָך מער: צו זײַן אורטייל איז צוגעגעבן געוואָרן אַ ספּעציעלע רעקאָמענדאַציע — בשום אופֿן נישט צו פֿאַרקירצן דעם טערמין. פֿאַר וואָס זשע איז געקומען פּאָלאַרדן אַזאַ אויסשליסלעך־שטרענגע שטראָף, דערצו נאָך מיט אַ "ספּעציעלער רעקאָמענדאַציע"? ס’איז דאָך קלאָר, אַז באַשטראָפֿט האָט מען אים, אָבער געמיינט האָט מען יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט געכאַפּט געוואָרן אויף איבערצוגעבן דעם שׂונא געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוריק גערעדט, איז דאָך ישׂראל ביז הײַנט געבליבן די נאָענטסטע אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע אין מיטעלן מיזרח, און נישט איין מיליטערישער פּראָיעקט, איז בשותּפֿות געלייזט געוואָרן, און נישט איין געהיימע אינפֿאָרמאַציע איז געוואָרן צוטריטלעך צו די ביידע לענדער (זע זײַט 2). פֿאַר וואָס זשע איז דווקא פּאָלאַרד געפֿאַלן אַזאַ קרבן? אפֿשר טאַקע כּדי אָנצולערנען די "נאָענטסטע פֿרײַנד" נישט צו שטופּן זיך אין פֿאַרלשאָסענע טירן? און אפֿשר איז עס אַ רמז פֿאַר אַנדערע אַמעריקאַנער בירגער מיט אַ ייִדישן ייִחוס? ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן מיר צום אמתן אמת זיך נישט דערגרונטעווען. מעגלעך, אַז ס’איז נאָך אַ גרעסערער סוד, ווי יענע סודות וואָס פּאָלאַרד האָט איבערגעגעבן צו ישׂראל. די וואָך האָט דאָס אַמעריקאַנער העכסטע געריכט אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ענין פֿון צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן, וועלכע טענהן, אַז זייער ירושלים־געבוירן ייִנגעלע האָט אַ רעכט, אַז אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט זאָל שטיין אָנגעוויזן דאָס לאַנד פֿון זײַן געבוירן ווערן. מענטשן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים זענען די איינציקע אויף דער וועלט, וואָס בײַ זייערע אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן שטייט נישט אָנגעשריבן זייער היימלאַנד. בײַ אַ געבוירענעם אין פּאַריז שטייט פֿראַנקרײַך; בײַ אַ געבוירענעם אין תּל־אָבֿיבֿ — ישׂראל. אָבער בײַ אַ ירושלים־געבוירענעם שטייט בלויז ירושלים. הגם ישׂראל באַצייכנט ירושלים ווי איר אייביקע און אומצעטיילעוודיקע קרוינשטאָט, האַלטן כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זייערע אַמבאַסאַדעס אין תּל־אָבֿיבֿ. אין 2002 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, נעמי און אַרי זיוואָטאָפֿסקי, געהאַט אַ ייִנגעלע, מנחם, אינעם "שערי־צדק שפּיטאָל" אין מערבֿ־ירושלים און געבעטן, אַז אין מנחמס אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט און אַנדערע דאָקומענטן, זאָל שטיין, אַז זײַן געבוירן־אָרט איז ירושלים, ישׂראל. די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישע אינסטאַנצן האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז לויט די תּקנות פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, מעגן זיי בלויז שרײַבן "ירושלים" ווי זײַן געבוירן־אָרט, ווײַל די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנערקענט נישט קיין לאַנד, וואָס זאָל האָבן די השגחה איבער ירושלים. ווי אַ פּועל־יוצא האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעקלאָגט די סעקרעטאַרין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן. אין דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 28 אָקטאָבער — 3 נאָוועמבער 2011 — ווערט אויפֿן סמך פֿון דער ייִט"אַ און NBC באַריכטעט, אַז דער ניו־יאָרקער טראַנספּאָרט־דעפּאַרטאַמענט האָט געדראָט אָפּצושאַפֿן זײַן קאָנטראַקט מיט אַן אויטאָבוס־פֿירמע, וואָס צווינגט די פֿרויען צו זיצן אינעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס, הינטער די מענער, אין אַ דירעקטער סתּירה מיט איר אָפּמאַך מיט דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע לויט וועלכן דער "אָפֿיציעל גוט־געהייסענער טראַנספּאָרט, טאָר ניט דיסקרימינירן קיין פּאַסאַזשירן; אַז די אויטאָבוס־פֿירמע טאָר ניט מאַכן קיין אויסנאַמען, וואָס שייך דעם ענין פֿון סעגרעגאַציע, באַגרינדעט אויף רעליגיעזע סיבות". ..."אויב אין די אויטאָבוסן וועט מען ווײַטער צעטיילן מענער פֿון פֿרויען, וועט דער דעפּאַרטאַמענט מעגלעך אָפּשאַפֿן דעם קאָנטראַקט". אין דער פּראָמינענטער וועלט־צײַטונג ״New York Times״ ווערט דערציילט, אַז "אין די אויטאָבוסן הענגען נאָטיצן, וואָס הייסן די פֿרויען־פּאַסאַזשירקעס צו באַצאָלן דעם שאָפֿער פֿון פֿאָרנט, און דערנאָך אַרײַנקומען דורך דער הינטערשטער טיר, ווען דער אויטאָבוס איז פֿול־געפּאַקט און ס׳איז שווער דורכצוגיין אינעם פֿרויען־טייל פֿון אינעווייניק..." שוין אַ היפּש ביסל צײַט וווין איך אין צוויי וועלטן: אין ענגלאַנד און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין ביידע לענדער רעדט מען ענלעכע שפּראַכן — איין מין ענגליש און אַן אַנדער מין ענגליש. אויף די לינגוויסטישע אונטערשיידן האָב איך כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעאַגירן. עפּעס אַזוינס איז דאָך געווען אויך אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווײַל אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה, ס׳רובֿ אַ ליטווישע, האָט גערעדט אַן אוקראַיִנישן ייִדיש. אפֿשר צוליב דעם טאַקע בין איך גאָר ניט פּוריסטיש געשטימט. פֿאַרקערט, איך האַלט אַז אַן איבערגעטריבענער פּוריזם מאַכט די שפּראַך אָרעם. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. עס זײַנען דאָ, פֿון דעסטוועגן, אַ סך אונטערשיידן צווישן מײַנע צוויי וועלטן, וואָס איך באַמערק און בלײַב ניט גלײַכגילטיק צו זיי. קודם-כּל, מאַכט מיך משוגע די וואַל-קאַמפּאַניע. ביז די וואַלן גופֿא איז נאָך אַ יאָר, אָבער די וואַל-קאַמפּאַניע גייט שוין אָן. נאָך מער: מיר דאַכט זיך, אַז זי פֿאַרענדיקט זיך בכלל ניט. עס שעפּט זיך אויס אַן עפּיזאָד, און עס הייבט זיך אָן גלײַך אַ נײַער. ס׳איז גענוג מיר אײַנצושליסן דעם "סי-ען-ען" צי נאָך עפּעס אַזוינס, ווי אויף מיר שיטן זיך אַרגומענטן פֿאַר דעם צד און קעגן דעם צווייטן צד. מענטשן האָבן אַ מלאָכה אַזאַ — אַ גוט באַצאָלטע, אַ פּנים — וואָס מיינט צו רעדן טאָג-אײַן, טאָג-אויס וועגן די קאַנדידאַטן און זייערע שאַנסן צו געווינען אָדער פֿאַרשפּילן. מע האַלטן אין איין ברײַען: ריטש פּערי אַהין, מיט ראָמני אַהער. די וואַלן זעען אויס ווי אַ מין ספּאָרט, און אַרום דעם ספּאָרט האָדעווען זיך מענטשן, וואָס קאָמענטירן דעם אָדער יענעם מאַטש, צי ער האָט זיך באַקומען אַ געלונגענער. ווי אין ספּאָרט, האָט די שפּיל נאָר צוויי קאָמאַנדעס אָדער פּאַרטייען, מישטיינס געזאָגט, ניט מער. די וואָך, ווי באַוווּסט, האָט די "אונעסקאָ" אָפּגעשטימט אײַנצושליסן אין איר אָרגאַניזאַציע די פּאַלעסטינער מלוכה, ווי אַ נײַעם מיטגליד. אַזוי איז די ביז־איצטיקע פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, געוואָרן אַ "מלוכה", נאָך איידער דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט עס באַשטימט. ס’וואָלט אַוודאי געקומען די פּאַלעסטינער אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם מזל צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַזאַ בכּבֿודיקער אָרגאַניזאַציע. דאָס "מזל" איז אָבער אַ געפֿעלשטס, חוצפּהדיק אַרויסגעריסן מיט מיאוסע גענג און שטיק. ווי זאָגט מען, אַז מע קען נישט אָנקומען צו דעם ציל מיטן גלײַכן וועג, גייט מען מיטן קרומען. מילא, פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, וואָס קריכט איבער די קעפּ און געפֿינט שטיצע בײַ לענדער, בײַ וועלכע די מאָראַלישע ווערטן זײַנען כּמעט אויפֿן זעלבן ניוואָ, אָדער זײַנען אָפּהענגיק פֿון אַ ווײַליקער פּאָליטישער קאָניונקטור פֿון הײַנטיקן טאָג; אַן אַנדער זאַך אָבער איז, אַז דער באַשלוס פֿון "אונעסקאָ" פֿאַרשאַפֿט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע גופֿא נישט קיין כּבֿוד, און רופֿט אַרויס צו איר אַן אומצוטרוי. נאָך מער: מיט דעם באַשלוס האָט "אונעסקאָ" באַגײַסטערט די פּאַלעסטינער אויף זייער "קרומען וועג", און איצט זײַנען זיי שוין גרייט צו ווערן מיטגלידער פֿון נאָך 16 אָרגאַניזאַציעס און אַגענצן, וועלכע עקזיסטירן אונטערן דאַך פֿון דער "יו־ען". נישט אָפֿט טרעפֿט מען הײַנט אַקאַדעמיקער, אויף וועלכע מע איז גרייט צו שטיין און וואַרטן אין דרויסן, אַפֿילו פֿיר שעה כּדי צו האָבן דעם זכות צו הערן זייער אויפֿטריט. דער MIT־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק, נועם כאָמסקי, וואָס איז שוין איבער אַכציק יאָר אַלט, געהערט דווקא צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון "אַקאַדעמישע מפֿורסמים". נישט ווינציק מענטשן, בפֿרט די לינק־געשטימטע, אָבער נישט בלויז זיי, זענען דורשטיק נאָך יעדן וואָרט זײַנעם. אַזוי איז אויך געשען, ווען כאָמסקי האָט דעם 17טן אָקטאָבער געהאַלטן אַ רעדע אין באַרנאַרד קאָלעדזש אונטערן טיטל: "אַמעריקע און ישׂראל-פּאַלעסטינע: מלחמה און שלום". ווי אַ באַוווּסטער שאַרפֿער קריטיקער — אי פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, אי פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז יעדע רעדע זײַנע רופֿט אויך אַרויס קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן מצד פֿאַרשידענע גרופּעס. אַזוי אַז, כּדי "צו באַלאַנסירן" כאָמסקיס אויפֿטריט, האָט דער אָרטיקער "הלל" פֿאַרבעטן דעם אַדוואָקאַט און האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אַלען דערשאָוויץ צו האַלטן זײַן רעדע מיט אַ טאָג פֿריִער. מען מעג פֿירן אַ וויכּוח לגבי דער נייטיקייט פֿון אַזאַ מין טריט, אָבער די טווּנג אַליין איז גאַנץ לעגיטים און מע דאַרף דאָס אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואָס איז, לחלוטין, נישט-כּשר איז דער פֿאַקט, אַז אין מײַ 2010 האָט ישׂראל נישט אַרײַנגעלאָזט כאָמסקין צו באַזוכן דעם מערבֿ-ברעג (דורך יאָרדאַניע) און צו האַלטן אַ רעדע אין ראַמאַלאַ. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דזשיימס סקאָט, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַם יעיל־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאָר אינטערעסאַנט בוך מיטן נאָמען "די קונסט פֿון נישט האָבן קיין רעגירונג: אַן אַנאַרכיסטישע געשיכטע פֿונעם באַרג־ראַיאָן אין דער דרום־מיזרחדיקער אַזיע". דער מחבר דערציילט וועגן דעם סאָציאַלן שטייגער, וואָס הערשט אינעם גרויסן באַרג־מאַסיוו, וועלכער נעמט אַרום דעם צפֿונדיקן טייל פֿון אינדיע, כינע, וויעטנאַם, טײַלאַנד און קאַמבאָדיע, אַ גרויסן טייל פֿון לאַאָס, דעם שטאַט שאַן אין בירמע און געוויסע שטחים אין אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און טיבעט. דער דאָזיקער ראַיאָן איז באַקאַנט מיטן נאָמען זאָמיע. איר וועט נישט געפֿינען אַזאַ לאַנד אויף די פּאָליטישע מאַפּעס פֿון דער וועלט; אַדרבה, די אײַנוווינער פֿון זאָמיע אָנערקענען נישט קיין אָפֿיציעלע גרענעצן. זיי וואַרפֿן אָפּ סיסטעמאַטיש די אָפֿיציעלע מאַכט־אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט די שטײַערן, צאָל־אַמט און אַרמיי־פּריזיוו. סקאָט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן פֿירט זיך שוין במשך פֿון הונדערטער יאָר ווי אַ מין אַנאַרכיסטיש לאַנד; די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זאָגט זיך כּסדר אָפּ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ציוויליזאַציע, כּדי אָפּצוהיטן זייער פֿרײַהייט און אומאָפּהענגיקייט. |