- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יצחק גנוז, ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער באַערט מיט ליטעראַטור־פּרײַז מיט אַ חודש צוריק, האָבן 14 העברעיִשע שרײַבער און דיכטער באַקומען דעם פּרעסטיזשפֿולן ליטעראַטור־פּרײַז א״נ פֿון פֿאַרשטאָרבענעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול. צווישן זיי האָט זיך געפֿונען אונדזער גוט־באַקאַנטער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער יצחק גנוז. ניט אַלץ האָט דאָ צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם. און ניט אַלץ איז, בכלל, פֿאַרבונדן מיט דער באַציִונג פֿון ניט-ייִדן צו ייִדן. די ייִדן אַליין פֿירן זיך אויף גאַנץ מאָדנע אין רוסלאַנד, בפֿרט די, וואָס געהערן צו דער אינטעלעקטועלער — באַזונדערס באָהעמישער — סמעטענע. די טעג האָב איך געקוקט אויף דער רוסישער טעלעוויזיע אַ פּראָגראַם, וואָס האָט דערציילט וועגן דער ראָלע פֿון די פּראַוואָסלאַוונע טויף-עלטערן אין איצטיקן לעבן. האָב איך זיך צוגעהערט און צוגעקוקט — פֿאָרט אינטערעסאַנט, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ זיי. אָבער זייער גיך האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די רייד איז געגאַנגען ניט אין גאַנצן וועגן "בײַ זיי", ווײַל געוויזן האָט מען ניט ווייניק לײַט מיט ייִדישע נעמען און פּנימער. אין איין פֿאַל האָט דער גלח אויך געטראָגן אויף זײַנע פּלייצעס אַ טיפּיש ייִדישן קאָפּ. (מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך געזען אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דער טעטיקייט, וואָס די פּראַוואָסלאַוונע פֿירן אין ברײַטאָן-ביטש. דער סיפּור-המעשׂה האָט זיך געדרייט, דער עיקר, אַרום די רוסישע שיכּורים און נאַרקאָמאַנען, וואָס מע זעט תּמיד אין דער געגנט. האָט דער היגער גלח צעטיילט צווישן זיי צלמים. האָט איינער פֿון די שיכּורים זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען אַ צלם: און אָט איז אַוועק 100 יאָר. אין דעם זעלבן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי וועלט־מלחמות, בלוטיקע רעוואָלוציעס, גאַנצע אימפּעריעס האָבן געקראַכט... און, להבֿדיל, האָט אייראָפּע זיך פֿאַראייניקט אין איין פֿאַרבאַנד. צי וואָלט עמעצן געקאָנט קומען אין קאָפּ אַזאַ ווילדער געדאַנק, אַז דווקא אין דער ליבעראַלער אייראָפּע — אַ מוסטער פֿאַר דעמאָקראַטיע און טאָלעראַנץ, איז ווידער אויפֿגעקומען די ווילדע פֿראַגע וועגן... ריטועלן מאָרד?! אמת, איצט ווערן די ייִדן באַשולדיקט נישט, חלילה, אינעם מאָרד פֿון קריסטלעכע קינדער, נאָר אינעם "ברוטאַלן ריטואַלן מאָרד פֿון בהמות"! זעט אויס, אַז די טעמע "אַנטיסעמיטיזם" בכלל און "אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע", וועט שוין קיין מאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿונעם פּאָליטישן סדר־היום און דעם טאָג־טעגלעכן לעבנס־שטייגער. דער מלחמה־עכאָ צווישן רוים און ירושלים, אָנגעהויבן נאָך אין די צײַטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וועט קיין מאָל נישט פֿאַרשטימט ווערן; און ס’איז גאָר נישט וויכטיק, וויפֿל ייִדן בסך־הכּל באַזעצן הײַנט אייראָפּע און, וואָס איז זייער אָרט אינעם לעבן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער. דער מיטאָס איז שטאַרקער פֿונעם אמת. קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש. שוין אַ צײַט ווי איך חלום דעם זעלביקן חלום. ווי נאָר איך פֿאַרמאַך די אויגן, אַזוי געפֿין איך זיך אין אַ היימישער דירה אויף רחובֿ אליהו הנבֿיא נומ׳ 27, אויף עולם־הבא. איך פֿיר באַלעבאַטישקייט אין אַ קליין דירהלע פֿון אַ קאָנדאָמיניום. איך קוק זיך אַרום, 2 שלאָפֿצימערלעך, 2 וואַשצימערן מיט אַ דזשאַקוזי, אַ וואַשמאַשין, אַ טרוקנמאַשין וואָס מ׳קען בלויז אַקטיוויזירן מיט 3 קאָפּיקעס פֿון חנוכּה־געלט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אַמעריקאַנער פּרעסע ווידער דערמאָנט דעם נאָמען ראַול וואַלענבערג. אונדזערן לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערציילן, ווער וואַלענבערג איז געווען, און וועגן זײַן העלדישער רעטונגס־אַקציע פֿון די אונגערישע ייִדן אין 1944. אַ דאַנק זײַן אַרבעט, ווי דער ערשטער סעקרעטאַר בײַ דער שוועדישער אַמבאַסאַדע אין בודאַפּעשט, און זײַנע "שוץ־פּאַספּאָרטן", זײַנען געבליבן לעבן אַרום 100 טויזנט מענטשן. דער ענין האָט אַטפּלעקט אַ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וואָס מע האָט ביז איצט וועגן דעם ווייניק געשריבן: די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט. לויט אַ שטודיע פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿון יוסטיץ" פֿון 2009, האָבן כּמעט 11% פֿון מענטשן 60 יאָר און עלטער — בערך 5.7 מיליאָן מענטשן — געליטן פֿון אַ מין באַלעסטיקונג אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט — בפֿרט די וועלכע זענען קרענקלעך און שוואַך — קומט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען: 1) עמעצער ניצט אויס פֿיזישן כּוח קעגן זיי אָדער וואָרנט זיי אַז מע וועט עס טאָן; 2) מע באַליידיקט אָדער מע שרײַט אויף זיי, אָדער מע איזאָלירט זיי פֿונעם אַרום; 3) מע העלפֿט זיי נישט בײַ זייערע פֿיזישע און עמאָציאָנעלע באַדערפֿענישן; 4) מע באַגנבֿעט זיי, אָדער מע נעמט איבער דעם קאָנטראָל פֿון זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן, אָן זייער וויסן אָדער דערלויבעניש. פֿון צײַט צו צײַט הערט מען אויך וועגן אינצידענטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, אָבער נישט אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי אין די אַנדערע פֿיר קאַטעגאָריעס. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן איז געווען אַזאַ זאַך ווי אַ "גרופּע" — עטלעכע און צוואַנציק יונגע לײַט, מיט וועלכע איך האָב זיך געלערנט אין משך פֿון פֿינף יאָר. אין מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן עקזיסטירט עס, בדרך-כּלל, ניט, ווײַל יעדער סטודענט קלײַבט פֿאַר זיך אויס אַן אייגענע טראַיעקטאָריע פֿון קלאַסן און לעקציעס. איך קלײַב זיך ניט אַרומרעדן דאָ די מעלות און חסרונות פֿון דער אָדער יענער סיסטעם פֿון העכערער בילדונג. איך דערמאָן עס נאָר כּדי צו זאָגן, אַז פֿינף יאָר פֿון לערנען זיך בשותּפֿות האָט געשאַפֿן אַ געפֿיל פֿון נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט מיט אייניקע געוועזענע סטודענטן. ביזן הײַנטיקן טאָג, האַלטן מיר אונטער קאָנטאַקטן, געוויינטלעך, דורך אינטערנעץ. און ווען מע באַגעגנט זיך, ווערן גלײַך ווי פֿאַרשוווּנדן די כּמעט פֿערציק יאָר, וועלכע זײַנען אַדורך זינטן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט. "ווער איז דאָרט? ענטפֿערט מען: "דער שכן פֿון 209. דער שכן פֿון 209. דער גולם, דער שוטה, דער באָק." האָב איך שוין נישט קיין ברירה און עפֿן די טיר. ער לענט זיך אָן אין פּאָרענטש פֿון דער טיר און האַלט אין האַנט עפּעס אַ כּתבֿ. פֿאַרבעט איך אים שוין אַרײַן, ווײַל ער זאָגט מיר אַז ער קען בשום־אופֿן נישט דערגיין וואָס אין דער כּתובה שטייט געשריבן. דערווײַל זעצט ער זיך צו, מאַכט זיך באַקוועם און איך הייב אָן צו לייענען די כּתובה. ער זאָגט אַז לשון־קודש קען ער דערגיין ווײַל ער איז אַמאָל געגאַנגען אין אַ "היברו־סקול." אָבער די ייִדישע שריפֿט וואָס ס׳איז געשריבן מיט דער האַנט, הייבט ער נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. ס׳שטייט געשריבן קלאָר און ציכטיק, אַז גנעדל גייט דאָ חתונה האָבן מיט משהן און יענער כאַפּט זיך אָן פֿאַרן קאָפּ: "כ׳האָב גאָרנישט געוווּסט, אַז מײַן פֿעטער מעני איז גאָר אַמאָל געווען אַ משה, און מײַן מומע גערטאַ איז אַמאָל געווען אַ גנעדל. און וואָס אַן אמת, בין איך אַמאָל געווען אַן אַריה־לייב און הײַנט בין איך אַ פּראָסטער ‘לערי’". אויף זײַן פּנים גיסט זיך אויס אַ נאַרישער שמייכל, גיי זאָג אים, אַז דאָ אין אַמעריקע האָבן זיך די ייִדן געביטן די נעמען, געוואָלט זיך צופּאַסן צו דער גאַס. און אַז מ׳האַלט שוין דערבײַ, מאַכט ער: "און וואָס זאָגסטו צו די דעמאָנסטראַציעס אַנטקעגן וואָל־סטריט. אַ ווילדע חבֿרה משוגעים. אַלץ וואָס זיי ווילן איז אַז מען זאָל אָפּשאַפֿן זייערע שׂכירות אין די קאַלעדזשעס, אָפּשאַפֿן די ‘מאָרטגעדזשעס,’ און געבן זיי אַלערליי פּריווילעגיעס ווי זיי וואָלטן דערויף שווער געאַרבעט. איך האָב געהאָרעוועט מײַן גאַנץ לעבן, געהאַט אַ טוץ שטעלעס, קיינער האָט מיר נישט געהאָלפֿן. כ׳האָב זיך אַליין געהאָלפֿן. מדינת־ישׂראל איז אַ דינאַמיש, פּלוראַליסטיש און פֿאָרגעשריטן לאַנד, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון איר באַפֿעלקערונג שפּרודלט מיט שטענדיקער און אָנגייענדיקער וויטאַליטעט, ענערגיע און לעבנס־קראַפֿט; אָבער ליידער, אויך מיט קאָלאָסאַלע פּראָבלעמען און זאָרגן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, וואָס מיר קומט אויס צו באַשרײַבן פֿאַר אונדזערע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". אין לויף פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2011, און שוין אויך אין דעם ערשטן חודש פֿון דעם נײַעם יאָר 2012, זענען פֿאַרלאָפֿן אַ צאָל געשעענישן, וואָס האָבן אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג אין לאַנד גופֿא, און האָבן געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע און מעדיאַ אומעטום. זיי האָבן אונדז נישט געבראַכט קיין כּבֿוד, נאָר צער און ווייטיק; זיי האָבן פֿאַרשוואַרצט אונדזער פּנים פֿאַר דער גאָרער וועלט. * * * דאָס וואָס עס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ וואָך צוריק אין קרית־מלאכי, אַ שטאָט אויפֿן וועג קיין באר־שבֿע, איז געווען אַן עפֿנטלעכע אָפּשפּיגלונג פֿון דער טראַגעדיע פֿון די טויזנטער און טויזנטער נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע, וועלכע זענען פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר, דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט, באַקומען אַ בריוו פֿון קיִעוו, וואָס די וויכטיקייט פֿון דער טעמע, אויפֿגעהויבן דאָרט, האָט געבראַכט צום באַשלוס אָפּצודרוקן אייניקע אויסצוגן אין דעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל. |