- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַנרי קאָרבענס בוך "די געשיכטע פֿון איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע". קאָרבען (1903—1978), אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער קענער פֿון סופֿיזם — דער מוסולמענישער מיסטיציזם. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿאָרמעלן "טרוקענעם" צוגאַנג פֿונעם גרויסן אַקאַדעמישן קבלה־פֿאָרשער גרשום שלום, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן קאָרבענס ווערק אַ וווּנדערלעכן ראָמאַנטישן טעם. לענגויס אַ דאָרפֿישן טראָטואַר גייט אַ היגער לערער מיט זײַן זעקס־יעריק טעכטערל. אין מיטן וועג פֿאָרט דורך אַ נײַער אויטאָ. דער שאָפֿער פֿונעם אויטאָ גיט אַ סיגנאַל. דאָס טעכטערל פֿרעגט: — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? — דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער! זיי גייען ווײַטער. נאָך איין אויטאָ פֿאָרט דורך און גיט אַ סיגנאַל. — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? — דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער! די דריטע מאַשין גיט דעם לערער אַ סיגנאַל. — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. שוין עטלעכע טעג גייט אין ישׂראל אָן אַן עכטע ראַקעטן־מלחמה; פֿון עזה אויף די דרום־שטעט זײַנען שוין אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַרום 200 (און ביז מיר שרײַבן דעם אַרטיקל — נאָך מער) ראַקעטן און אַרום 30 מענטשן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די ראַקעטן פֿאַלן אויף די גרעסערע שטעט — אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע און גדרה. די לימודים אין די לערן־אַנשאַלטן זײַנען אויף אַ צײַט אָפּגעשטעלט. די באַפֿעלקערונג איז אָנגעשטרענגט און געפֿינט זיך אין אַ כּסדרדיקער סכּנה, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער אַזוי גערופֿענער קעגן־ראַקעטן־קופּאָל שיסט אַראָפּ ביז 90% פּאַלעסטינער "קאַסאַמען" און מינעס. אָבער די 10% וואָס טרעפֿן צום ציל איז גענוג, כּדי דעסטאַביליזירן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די אײַנוווינער. ווי אַ פֿאַרווײַלונג, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ פּורים־שפּיל אויף ענגליש, "דײַנע המן־טאַשן הרגענען מיך אַוועק"; אַ ספּעקטאַקל מיט אַ פּראָגרעסיוון סדר־היום, געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשעני ראָמיין. די שפּיל האָט מיט הומאָר אַרויסגעהויבן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט, און נישט געלאָזט דעם עולם פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען מחויבֿ צו העלפֿן. אינעם מוזיקאַלישן טייל האָט מען געהערט ייִדיש, ווען דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, האָט געזונגען מיטן עולם "באַלעבאָסטע זיסינקע" און אַנדערע ייִדישע לידער. צו הערן די מגילה, ערבֿ פּורים, זענען געפֿאָרן מײַן פֿרוי נחמה און איך צו דער אַזוי־גערופֿענער "6טער גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז גרעג וואָל, אַ באַקאַנטער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט. פֿאַר אים איז דער פּורים טאַקע געווען אַ יום־טובֿ: ער האָט קוים מיט צרות נאָך פֿאַרשיידענע פּראָצעסן אין געריכט, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט דער שיל, נאָך דעם ווי אַ גרופּע פֿונעם מנין, אָנגעפֿירט פֿון חב״דניקעס, האָבן זיך אַרויסגעשטעלט ווי די אמתע באַלעבאַטים פֿון דער סינאַגאָגע. דער לעגאַלער קאַמף, הער איך, האָט זיך נאָך אין גאַנצן נישט געענדיקט... הײַיאָר זענען מיר אין ישׂראל געווען געבענטשט מיט אַ סך רעגנס וואָס האָבן אָנגעפֿילט די שטענדיק טרוקענע טײַכן און קוואַלן, מיט ממש שטורעמדיקע וואַסערן. דער באַרג חרמון אין צפֿון פֿון לאַנד, און אַנדערע הויכע פּלעצער, זענען באַדעקט געוואָרן מיט אַ ווײַסן, טיפֿן שניי־באַדעק, אַפֿילו ירושלים האָט זוכה געווען צו עטלעכע טעג פֿון דעם זעלטענעם שניי, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט קינד־און־קייט אַ סך פֿאַרגעניגן. די וואַרעמע זון האָט צעפּראַלט די קנאָספּן פֿון די ביימער, און אַלץ אַרום האָט זיך צעבליט מיט פֿיל פֿאַרביקע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן און צוויטן, וואָס פֿאַרשיכּורן ממש יעדן איינעם מיט זייערע אַראָמאַטישע ריחות. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער פֿרילינג וועט אונדז ברענגען אַ ביסל רו און גענעזונג צו אונדזער פֿיזישן און גײַסטיקן צושטאַנד, אַ פֿאַרלײַכטערונג און אַ געוויסע לייזונג צו אַלע אונדזערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַפֿילו פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס באַשעפֿטיקן אונדז און באַשווערן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אין ליכט פֿון די פּאָליטישע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגערודערט די מערסטע שכנותדיקע לענדער אַרום אונדז, וועט אונדזער קליין לענדעלע אויסמײַדן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן און סכּנותדיקע ענדערונגען, און פֿאַרבלײַבן אַן אינדזל פֿון אײַנגעהאַלטענער זעלבסט־באַהערשונג. און לייזן אירע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען מיט ווירדע, כּבֿוד און זיכערהייט. אָנהייב די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו. אַוודאי, האָט קיינער פֿון דער טרעפֿונג קיין סוד נישט געמאַכט; מ’האָט אַפֿילו געוווּסט וואָס ס’וועט זײַן די הויפּט־טעמע פֿון זייער טרעפֿונג, אָבער וואָס איז פֿון דער דאָזיקער טרעפֿונג אַרויס, ווייסן נאָר די וואָס מוזן עס וויסן. אין דער פֿרי בין איך אַוועק אין ייִוואָ. איך טו עס כּמעט יעדע וואָך, ווײַל עס זאַמלען זיך אָן כּלערליי זאַכן, אַן ענטפֿער אויף וועלכע קען געבן אָדער די ביבליאָטעק אָדער דער אַרכיוו פֿון אָט דער אוניקאַלער ייִדישער אינסטיטוציע. דאָס מאָל האָב איך באַטראַכט, דער עיקר, מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט חיים ליבערמאַנען. געווען אַ מאָל אין "פֿאָרווערטס" אַזאַ קאָלירפֿולע פֿיגור. אָט וואָס עס האָט וועגן אים געשריבן הלל ראָגאָף אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון ‘פֿאָרווערטס’": ווען ליבערמאַן איז אָנגעקומען אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" אין 1924 האָט ער שוין געהאַט אַ רעפּוטאַציע ווי אַ שאַרפֿער פּאָלעמיקער און האָט זיך שוין געהאַט אַײַנגעשאַפֿט אַ רעכט ביסל שׂונאים צווישן די שרײַבערישע גדולים. די גרעסטע פּובליציסטישע שלאַכט האָט ער געהאַט אָנגעפֿירט קעגן דר. חיים זשיטלאָווסקי אין דער פּועלי-ציוניסטישער צײַטונג "די צײַט", וווּ ער איז געווען אַ מיטאַרבעטער. אין "פֿאָרווערטס" האָט ער די ערשטע עטלעכע יאָר ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו פֿירן קאַמפֿן און פּאָלעמיק. ... אַ פּאָלעמישע פֿיגור איז ליבערמאַן געוואָרן, ווען ער האָט אָנגעהויבן אַרויסצוּווײַזן אין זײַנע אַרטיקלען רעליגיעזע נייגונגען. פֿרויען זײַנען אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען אַ קוואַל פֿון שאַפֿערישער באַגײַסטערונג, אָדער ווי מע רופֿט עס אויף דער פּאָעטישער שפּראַך — מוזעס. הײַנט, אין די ערשטע וועסנע־טעג, וואָלט איך געוואָלט דערמאָנען דווקא די ייִדישע פֿרויען, וועלכע זענען געווען מוזעס פֿאַר די ניט־ייִדישע שאַפֿערס, אָפֿט מאָל, קריסטן לויטן גלויבן. וואָס האָט אַזוי צוגעצויגן די ניט־ייִדישע טאַלאַנטן צו די ייִדישע טעכטער? זייער שיינקייט? — פֿאַרשטייט זיך! אָבער וואָס פֿאַר אַ שיינקייט? די צווייטע וועלט־מלחמה, מיט איר אינדוסטריעלער מאַשין פֿון אומקום, וואָס האָט אַוועקגעטראָגן צענדליקער מיליאָנען לעבנס, האָט נאָך דער מלחמה געצוווּנגען די וועלט־פֿירער צו באַטראַכטן אַנדערע קריטעריעס פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַזוי איז אין דער פּאָליטיק פֿון דער מערבֿ־וועלט אויפֿגעקומען די נײַע אידעאָלאָגיע פֿון אַ "הומאַניסטישן כאַראַקטער". דער הויכפּונקט אין דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע ווערט אָנגערופֿן דאָס "מענטשלעכע לעבן"; נישט נאָר דאָס וווילזײַן פֿון דער מלוכה. מיר האָבן דערלעבט אַ צײַט, אַז עס איז שוין ניט נייטיק צו קומען פּערזענלעך צום כּותל־המערבֿי, כּדי דאָרטן צו דאַווענען אַ "שחרית", אַ מינחה" אָדער אַ "מעריבֿ", זיך אויסוויינען דאָס האַרץ צום רבונו־של־עולם, אַרײַנצולייגן אַ קוויטל מיט בקשות צווישן די שפּאַלטן און אַ קוש טאָן די אַלטע שטיינער פֿאַרן אַוועקגיין אַהיים... עס קלינגט נאָך אין די אויערן און עס שווינדלען פֿאַר די אויגן די טאָג־טעגלעכע ידיעות פֿון ליביע, וווּ די רעבעלן האָבן זיך קעגנגעשטעלט דער דיקטאַטור פֿונעם בלוטיקן דיקטאַטאָר מואַמאַר קאַדאַפֿי; דער גאַנצער מערבֿ האָט אונטערגעכאַפּט דעם קאַמף און אויף אַלע אופֿנים געשטיצט די רעבעלן... דעם סוף פֿון קאַדאַפֿי האָבן אויך אַלע געהערט און געזען. אויס דיקטאַטור, וואָס ווײַטער?... און ווײַטער זײַנען אַלע ווי בלינד און שטום געוואָרן, מיט איין וואָרט — פֿאַרגעסן! |