פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חיים ליבערמאַן
חיים ליבערמאַן
איך האָב זיך געקליבן שרײַבן וועגן גאָר אַן אַנדער ענין. אָבער עס מאַכן זיך צו מאָל אַזעלכע זאַכן, וועגן וועלכע מע זאָגט, אַז דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. עפּעס אַזוינס איז מיט מיר געשען איידער איך האָב זיך צוגעזעצט צום קאָמפּיוטער.
אין דער פֿרי בין איך אַוועק אין ייִוואָ. איך טו עס כּמעט יעדע וואָך, ווײַל עס זאַמלען זיך אָן כּלערליי זאַכן, אַן ענטפֿער אויף וועלכע קען געבן אָדער די ביבליאָטעק אָדער דער אַרכיוו פֿון אָט דער אוניקאַלער ייִדישער אינסטיטוציע. דאָס מאָל האָב איך באַטראַכט, דער עיקר, מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט חיים ליבערמאַנען. געווען אַ מאָל אין "פֿאָרווערטס" אַזאַ קאָלירפֿולע פֿיגור. אָט וואָס עס האָט וועגן אים געשריבן הלל ראָגאָף אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון ‘פֿאָרווערטס’":
ווען ליבערמאַן איז אָנגעקומען אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" אין 1924 האָט ער שוין געהאַט אַ רעפּוטאַציע ווי אַ שאַרפֿער פּאָלעמיקער און האָט זיך שוין געהאַט אַײַנגעשאַפֿט אַ רעכט ביסל שׂונאים צווישן די שרײַבערישע גדולים. די גרעסטע פּובליציסטישע שלאַכט האָט ער געהאַט אָנגעפֿירט קעגן דר. חיים זשיטלאָווסקי אין דער פּועלי-ציוניסטישער צײַטונג "די צײַט", וווּ ער איז געווען אַ מיטאַרבעטער. אין "פֿאָרווערטס" האָט ער די ערשטע עטלעכע יאָר ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו פֿירן קאַמפֿן און פּאָלעמיק. ...
אַ פּאָלעמישע פֿיגור איז ליבערמאַן געוואָרן, ווען ער האָט אָנגעהויבן אַרויסצוּווײַזן אין זײַנע אַרטיקלען רעליגיעזע נייגונגען.
האָט ער זיך ממש אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף שלום אַשן, ווען יענער האָט אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן (תּחילת אין אַן ענגלישער איבערזעצונג) דעם "קריסטלעכן" ראָמאַן זײַנעם — "דער מאַן פֿון נצרת". דער גאַנצער קאָנפֿליקט האָט זיך פֿאַרקאָכט אין די יאָרן 1939 און 1940; אָבער ליבערמאַן האָט ניט אויפֿגעהערט צו "בײַסן" אַשן אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן. די קריטיק זײַנע האָט זייער ווייניק געהאַט צו טאָן מיט ליטעראַטור. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער אידעאָלאָגיע. אַש איז באַשולדיקט געוואָרן ווי אַ פֿאַררעטער פֿון ייִדישע אינטערעסן. אַזוי האָט געהאַלטן ניט נאָר ליבערמאַן. אַב. קאַהאַן איז אויך אַרויסגעטראָטן קעגן אַשן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אָן קאַהאַנס הסכּמה וואָלטן ליבערמאַנס בייזע אָנפֿאַלן זיך קיין מאָל ניט באַוויזן אין דער צײַטונג. ווי מיר ווייסן, האָט זיך דערמיט פֿאַרענדיקט די לאַנגע שאַפֿערישע מיטאַרבעט פֿון אַשן מיטן "פֿאָרווערטס". וועגן דעם איז שוין ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן. דעם נײַגעריקן לייענער קען איך אָפּשיקן, למשל, צו מײַן פּובליקאַציע אין דעם זשורנאַל "צוקונפֿט" — זען http://www.tsukunft.org/shalom%20esh.html.
אין דעם בוך, וואָס איך שרײַב איצט, קלײַב איך זיך צו אַנטוויקלען די דאָזיקע טעמע אַ ביסל ווײַטער. אַזוי, אַז אין ייִוואָ האָב איך אַרײַנגעקוקט אין חיים ליבערמאַנס אַרכיוון-קאָלעקציע און האָב דאָרטן טאַקע געפֿונען אייניקע אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. אָבער דאָס איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, וועגן וועלכער איך וועל אפֿשר שרײַבן באַזונדער. איצט וויל איך פֿאַרקערעווען מײַן הײַנטיקן סיפּור-המעשׂה אין אַן אַנדער ריכטונג, דהײַנו: אין דער אונטערבאַן, פֿאָרנדיק אַהיים, האָב איך איבערגעלייענט אַן אַרטיקל וועגן אַ פֿריש מײַסטערווערק פֿון הרבֿ שמואל בוטח.

הייסן הייסט עס Kosher Jesus און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּרוּוו צו ווײַזן, אַז ישו איז, אין דער אמתן (גלײַך ווי דער מחבר איז געשטאַנען דערבײַ), געווען אַ גוטער ייִד. מע האָט פּשוט ערשט שפּעטער פֿאַרקריפּלט זײַן לערע, געמאַכט עס פֿאַר אַן אַנטי-ייִדישער. דער מחבר טענהט, אַז דער היסטאָריש-ריכטיקער יעזוס האָט געקעמפֿט ניט קעגן ייִדן, נאָר קעגן די רוימער. דאָס הייסט, אַז אין דער הײַנטיקער טערמינאָלאָגיע איז ער געווען פֿול מיט אַנטי-קאָלאָניאַלע אידעען.
וואָס וויל דערמיט דערגרייכן שמואל בוטח? מע גיט פֿאַרשיידענע ענטפֿערס אויף דער דאָזיקער פֿראַגע. למשל, אַז אויף אַזאַ אופֿן ווערט אויפֿגעבויט אַ בריק צווישן די ייִדן און די עוואַנגעליסטן, וועלכע האָבן ליב ישׂראל און שטיצן די מדינה. אפֿשר קען מען אין אַזאַ דערקלערונג געפֿינען אַ שמץ אמת. אָבער איך מיין, אַז די אמתע סיבה איז גאָר אַן אַנדערע.
הרבֿ בוטח געהערט דאָך צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס קענען ניט לעבן, אָדער, לכל-הפּחות, פֿילן זיך ניט גוט, אויב עס פֿאַלט אויף זיי ניט קיין שטראַל פֿון טעאַטראַלער ליכט. איך געדענק אים נאָך פֿון דער צײַט מיט אַריבער צוואַנציק יאָר צוריק, ווען איך בין געקומען קיין אָקספֿאָרד און זייער גיך זיך דערוווּסט, אַז דאָרטן פֿירט אַן אַקטיווע טעטיקייט דער מאָדנער ליובאַוויטשער שליח — שמואלי בוטח. ס׳איז שוין דעמאָלט געווען קלאָר, אַז דער מענטש האָט ניט אַזוי געהאַט אין זינען דעם אייבערשטן, ווי זיך אַליין.
אַ סך זאַכן זײַנען פֿאָרגעקומען אין די פּאָר יאָרצענדליק. איך געדענק דעם טאַראַראַם אַרום זײַן בוך, וואָס האָט דערציילט ווי אַזוי צו פֿאַרכּשרן דעם סעקס. איך געדענק זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט כּלערליי לײַט, וועלכע האָבן געטראָגן גאָר שרײַענדיקע נעמען, אַרײַנגערעכנט מײַקל דזשעקסאָן. לעצטנס האָט מען געהערט, אַז ער וויל ווערן אַ מיטגליד פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס...
וווּהין פֿיר איך די דאָזיקע געשיכטע? איך פֿיר עס צו דעם געדאַנק, אַז חיים ליבערמאַן וואָלט שוין געהאַט וואָס צו זאָגן מכּוח אַזאַ בוך, געשריבן דורך אַ רבֿ. אָבער ליבערמאַן איז שוין לאַנג ניטאָ, און קיינער וועט אַ פּנים ניט קענען אָפּשטעלן דעם מענטש פֿון שרײַבן נײַע ביכער — למשל, "כּשר חזיר" צי "כּשרע חוצפּה". אַלץ קען ווערן כּשר אין הרבֿ בוטחס געניטע הענט.