- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" — אַן אָנגעזעענער חורבן־מוזיי אויפֿן דרומדיקן שפּיץ פֿון מאַנהעטן, און אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר דער שׂימחה, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ד״ר רות איז אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, און איז הײַנט אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם מוזיי. לכתּחילה, ווען מע האָט איר געהאַט פֿאָרגעלייגט אַ בראַנזשע פֿון ווײַן־פּראָדוקטן אויף איר נאָמען, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט, פּונקט אַזוי ווי זי האָט פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט אַרויסצולאָזן אַ בראַנזשע פֿון קאָקאָשעס אָדער אונטערוועש אויף איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג האָט זי זיך אָבער באַרעכנט. זי האָט אָנגעהויבן צו קלערן, אַז אויב זי וועט אַנטוויקלען אַ ווײַן מיט אַ נידעריקן פּראָצענט אַלקאָהאָל, וועט עס אפֿשר העלפֿן פּאָרפֿעלקער זיך פֿילן באַקוועמער אין שלאָפֿצימער, און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער ליבן זיך. אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן דער נײַער ווײַן, מיטן נאָמען "ווען ד׳אַמור׳" (דער ווײַן פֿון ליבע, אויף פֿראַנצויזיש). פֿאַר יעדן פֿלאַש וואָס מע וועט פֿאַרקויפֿן, וועט דער "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" באַקומען אַ פּראָצענט. און דאָך האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אויף דער צײַט פֿון די יובֿל-פֿײַערונגען. מײַן ווײַב האָט באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט זי קענען אײַנשפּאָרן צוויי טעג פֿון אירע וואַקאַציעס. דאָס האָט אויך געמיינט, אַז פֿאָרן האָט מען געדאַרפֿט ערגעץ באמת דרומדיק, וווּ אָנהייב יוני איז שוין אַ ריכטיקער זומער. הקיצור, האָבן מיר אויסגעקליבן מאָנטענעגראָ, דאָס לאַנד פֿון "שוואַרצע בערג". געפֿאָרן זײַנען מיר אַהין, האָבנדיק געוויסע באַוואָרענישן וועגן דער מדינה. אָבער איצט, נאָכן פֿאַרברענגען דאָרט כּמעט צוויי וואָכן, זײַנען מיר געוואָרן ענטוזיאַסטן פֿון אָט דעם געוואַלדיק שיינעם ווינקל פֿון אייראָפּע. דערצו האָט זיך בײַ אונדז געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מענטשן זײַנען דאָרטן זייער סימפּאַטישע און גאַסטפֿרײַנדלעכע. אַ חוץ דער נאַטור, שאַפֿט מאָנטענעגראָ אַ שטאַרקן אײַנדרוק ווי אַ "רוסיש אָרט". ווערטער, אויסדרוקן, גלײַכווערטלעך וועלכע איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדהייט־געסעלעך אין אַ שטעטל פֿון ביעלאָרוס (ווײַסרוסלאַנד). סלאַוויזמען מיט זייער פֿאָרמירונג אין ייִדיש אין אַ הילכיקער אונטערהאַנדלונג אין די קרעמלעך פֿון שטעטל און צווישן זיי. זייער פֿאַרבינדונג, וועלכע ווערט פֿאָרמירט אין די וועגן און אומוועגן אין די יאָרן פֿון אונדזער לעצטן חורבן און אויך נאָך דעם. יעדער אויסדרוק רופֿט און פֿאָדערט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג און אַרײַנקוק וואָס האָט אונדז געלערנט דבֿ סדן (סאַדאַן), און וואָס ווערן אויפֿגעלעבט אין דעם ייִדיש פֿון דער שרײַבערין. באַקומענדיק דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 18 מײַ 2012, אין ערשטן בלעטערן האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן בײַם אַרטיקל פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן "אַזוינס טרעפֿט זיך איין מאָל אין אַ יובֿל". אויפֿן בילד צום אַרטיקל זעען מיר אַ קינדער־גרופּע מיט זייערע מדריכים (דערציִער): "ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946". איך בין דערשיטערט געוואָרן, זעענדיק פֿאַר זיך אַ קינדער־גרופּע, אַ טייל פֿון אַ גרעסערער, וואָס איך האָב מיטגעפֿירט, ווי מדריך און לערער אין די וועגן פֿון "עקסאָדוס" אין די יאָרן 1946—1947, וועלכע זענען מיר ליב און טײַער. די עלטערע פֿון די קינדער, פֿון לינקס, די מדריכה ברכה גאָלאָווענטשיטש, דער מדריך ישׂראל זאָגערמאַן; דער ערשטער פֿון רעכטס, עקיבֿא, אַ בחור פֿון דער "בריחה" (אַנטלויפֿן), וועלכע האָט געפֿירט אונדז מיטן וועג צום מיטלענדישן ים. מיר האָבן ניט געקאָנט גלייבן וואָס אונדזערע אויערן האָבן געהערט אויף דער ראַדיאָ, ווען הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו, אַליין אַ געראַטעוועטער פֿון חורבן, איצט פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם"־ראַט האָט מיט אַ ציטערנדיק קול פֿאַרדאַמט דעם דאָזיקן קרימינעלן אַקט. אונדזערע אויגן האָבן ניט געוואָלט גלייבן, ווען מיר האָבן געזען אויף דעם טעלעוויזיע־עקראַן, און מיט עטלעכע טעג שפּעטער — אויף דעם שער־בלאַט פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס", פֿון יוני 15—21 — דאָס שוידערלעך בילד פֿון גראַפֿיטי־אויפֿשריפֿטן אויף דעם "מויער פֿון געדענקען" און אויף דעם דענקמאָל פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אין "יד־ושם", וואָס זענען געשריבן געוואָרן מיט "פֿרומע" ייִדישע הענט: "אם היטלר לא היה, הציונים היו ממציאים אותו" — ווען ס’וואָלט ניט געווען קיין היטלער, וואָלטן די ציוניסטן אים דערפֿונדן"; ווי אויך אַ צאָל אַנדערע, שמוציקע באַשולדיקונגען קעגן מדינת־ישׂראל, אירע מנהיגים און קעגן צה״ל, דער ישׂראל־אַרמיי. דערווײַל האָט די ישׂראל־פּאָליציי נאָך אַלץ ניט געכאַפּט און ניט אַרעסטירט די דאָזיקע פֿאַרברעכער. די זיכערהייט־אינסטאַנצן וועלן זיכער דערגיין ווער עס איז געשטאַנען הינטער דעם דאָזיקן אומפֿאַרשעמטן אַקט. מיט אַכצן חדשים צוריק האָבן זיך אָנגעהויבן די געשעענישן, וועלכע האָבן באַקומען דעם נאָמען פֿון "אַראַבישן פֿרילינג". אָבער דער ערשטער אינצידענט פֿון דער "וועסנע" האָט זיך אָפּגעשפּילט דווקא ווינטערצײַט, דעם 18טן דעצעמבער 2010. דעמאָלט איז אַן עולם אין טוניס אַרויס פּראָטעסטירן אין שײַכות מיטן טראַגישן טויט פֿון דעם יונגן־מאַן מאָהאַמאַד בואַזיזי — ער האָט זיך אַליין פֿאַרברענט נאָך דעם ווי אַ פּאָליציאַנטקע האָט אים געהאַט (לויט זײַן מיינונג) דערנידעריקט. ס’איז קלאָר, אַז אַזאַ בייזע, מאַסן-רעאַקציע אויף, אין תּוך אַרײַן, אַ צופֿעליקן עפּיזאָד האָט בולט אַנטפּלעקט די שווערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע האָבן זיך אַקומולירט אין דער געזעלשאַפֿט. די צײַטן בײַטן זיך — הײַנט זײַנען דאָ אַ ביסל מער שווייצער און אַ סך ווייניקער ייִדיש־רעדערס — אָבער ס׳איז געבליבן אַ שטיקל לינגוויסטישע קרובֿישאַפֿט צווישן די צוויי גרופּעס. די שווייצער האָבן ניט קיין איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, נאָר זיי רעדן פֿאַרשיידענע, וועלכע זײַנען געזעצלעך גלײַכבאַרעכטיקט: דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, און ראָמאַנש. די גרויסע מערהייט רעדט שווייצער־דײַטש, וואָס ער איז לויט זײַן קלאַנג און גראַמאַטיק מסתּמא אַזוי ווײַט פֿון כּלל־דײַטש ווי אונדזער ייִדיש. ראָבינס שטעלט די מענטשן, אין פּרינציפּ, צוויי הויפּט-קשיות אין זײַנע אינטערוויוען: 1. וואָס האָט מען דיר קינדווײַז אָדער יוגנטווײַז, דערציילט וועגן ישׂראל? 2. ווי אַזוי האָט זיך דײַן מיינונג שפּעטער געענדערט? אויף דער ערשטער קשיא, ווי מע קען זען אין אַ שטיקל פֿונעם פֿילם שוין אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ http://www.kickstarter.com/projects/496652315/some-of-my-best-friends-are-zionists-0,ענטפֿערט די זשורנאַליסטקע און פֿאָרשערין עליסאַ סאָלאָמאָן, אַז איר מאַמע איז געווען אַ פּרינציפּאַל פֿון אַ ייִדישער שולע. "און איך האָב געטראַכט", זאָגט עליסאַ, "אַז ישׂראל איז געווען אַ גוטע זאַך... אין תּוך אַ נייטיקער מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, דערהויפּט צו טאָן גוטס אין דער וועלט. פֿוסבאָל ("סאָקער") ווערט אַלץ פּאָפּולערער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג ווײַזט, אַז צווישן די אַמעריקאַנער יונגע לײַט, אין עלטער פֿון 12—24, פֿאַרנעמט עס דאָס צווייטע אָרט. און בײַ די שפּאַניש-רעדנדיקע האָט עס פּשוט ניט קיין קאָנקורירנדיקע ספּאָרטיווע שפּיל. אַן אַנדער זאַך, אַז די היגע, אַמעריקאַנער קאָמאַנדעס אינטערעסירן דעם אַמעריקאַנער עולם ווייניקער ווי די לאַטיין־אַמעריקאַנישע צי אייראָפּעיִשע קלובן. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז די יונגע ליבהאָבער וועלן אונטערוואַקסן, און אויב די טענדענץ וועט זיך ניט בײַטן, קען פֿוסבאָל ווערן נאָך מער פּאָפּולער אין צפֿון-אַמעריקע. דער ראַבינער — האַרי ראָזענפֿעלד, פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל "קהילת אַלבערט" אין אַלבוקערקי, ניו־מעקסיקע — און דזשאָנסאָן דעניסאָן, אַ נאַוואַהאָ "מעדיצין־מאַן", האָבן גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון 40 ייִדן און נאַוואַהאָ-לײַט, אינעם Navajo Nation Museum (דער מוזיי פֿונעם נאַוואַהאָ־פֿאָלק), אין דער קרוינשטאָט פֿון די נאַוואַהאָ־אינדיאַנער — ווינדאָו־ראָק, אַריזאָנע. דאָס איז געווען די צווייטע אין אַ סעריע פֿון דרײַ דיסקוסיעס צווישן ייִדישע און נאַוואַהאָ־רעדנער. די ערשטע דיסקוסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, אין ראַבינער ראָזענפֿעלדס טעמפּל, האָט אַרומגערעדט די פֿראַגע, ווי אַזוי ביידע פֿעלקער גיבן זיך אַן עצה אין צוויי וועלטן — די טראַדיציאָנעלע און די הײַנטצײַטיקע. דעם קומענדיקן האַרבסט וועט פֿאָרקומען דער לעצטער שמועס: די פּאַראַלעלן צווישן דעם "לאַנגן וועג" (די אַקציע אין 1864—1866 צו פֿאַרטרײַבן די נאַוואַהאָס פֿון זייער אור־אַלטער היים) און דעם חורבן. גאָרדאָן בראָניצקי — דער ייִדישער אַנטראָפּאָלאָג, וואָס האָט אָרגאַניזירט די סעריע דיאַלאָגן — האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט תּמיד געפֿילט אַ שײַכות מיט די אַמעריקאַנער אינדיאַנער: ערשטנס, ווײַל זײַן טאַטע, אַ דאָקטער בײַם אָרטיקן וועטעראַנען־שפּיטאָל, פֿלעגט אַרבעטן מיט זיי; און צווייטנס, ווײַל בעת זײַן אייגענער וואָלונטיר־אַרבעט איבערצוצײַגן די אינדיאַנער זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען אין 1987, האָט ער זיך דערוווּסט וועגן געוויסע ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די אינדיאַנער. איך בין, אַגבֿ, ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן אַ מאָל געהערט אַזאַ נאָמען: באָגדאַן כמעלניצקי. איך דערמאָן עס, ווײַל סטודענטן האָבן, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן אַזאַ היסטאָרישער פֿיגור און קיין מאָל ניט געהערט וועגן די גזירות תּ״ח-ותּ״ט. מיט זעכציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1952, בײַם אַרומרעדן אין דער כּנסת די פֿראַגן פֿון דײַטשישע רעפּאַראַציעס, האָט משה שרתּ, דער דעמאָלטיקער אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, געזאָגט: "מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן כמעלניצקי, און די וואָס וועלן פֿאַרגעסן, וועלן אויפֿהערן צו זײַן ייִדן". מיר שײַנט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדן האָבן כמעלניצקין ניט פֿאַרגעסן — זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרגעסן, ווײַל קיינער האָט זיי וועגן אים קיין מאָל ניט דערציילט. בעת דער קאָנפֿערענץ האָב איך אַ סך געלערנט. אָבער נאָך מער פֿראַגעס זײַנען פֿאַרבליבן אָפֿן. למשל, אויב כמעלניצקי איז טאַקע פֿאַרגעדענקט געוואָרן ווי דער שרעקלעכער גזלן, וועמענס קאָזאַקן האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן, טאָ פֿאַר וואָס און ווי אַזוי האָבן ניט ווייניק ייִדן דערנאָך געטראָגן דעם פֿאַמיליע-נאָמען כמעלניצקי? איך וועל ניט גיין זייער ווײַט נאָך אַ בײַשפּיל: מלך כמעלניצקי (1885—1946), דער ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט. זינט 1919 ביז זײַן טויט האָט ער געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אַרטיקלען אויף מעדיצינישע טעמעס. קיין פּסעוודאָנים האָט ער ניט געהאַט, אַזוי אַז די אַרטיקלען פֿלעגן זיך דרוקן אונטער זײַן נאָמען. די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון שלום־עליכמען איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 20סטן מײַ, אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. דערעפֿנט די פֿאַרזאַמלונג האָט איר באַשטענדיקער פֿאָרזיצער, איינער פֿונעם שרײַבערס אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעוועזענע מיטגלידער פֿון שלום־עליכמס קרובֿים־סבֿיבֿה און זייערע נאָענטע פֿרײַנד און אויסגעדריקט אַ יישר־כּוח פֿאַר אַלע, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צוגרייטן די דאָזיקע אונטערנעמונג. אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס צוואה איז פֿאָרגעלייענט געוואָרן אויף ייִדיש פֿונעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער אַקטיאָר, שיין בייקער, און אויף ענגליש פֿונעם שרײַבערס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן, וועלכער וועט אין חודש יולי ווערן 92 יאָר אַלט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס האָט אויפֿגערודערט ביידע ייִדישע וועלטן — די פֿרומע און די סעקולערע (זע, ז׳ 3). די חרדישע וועלט האָט געבלאָזן שופֿר און געשריִען "גוואַלד!" וואָס איז? לאָזט זיך אויס, אַז אַלע צרות אין דער הײַנטיקער וועלט נעמען זיך פֿון דער אינטערנעץ! |