- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדער האָט געקאָנט זען, אַז ייִדיש איז אַ מעכטיקער, רעאַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט. די ייִדישע שפּראַך האָט געהילכט איבערן גרויסן סטאַדיאָן־פֿעלד, די פּנימער פֿון די רעדנער האָט מען געוויזן פֿון די ריזיקע עקראַנען, און דער עולם — בערך 50—60 טויזנט נפֿשות — האָט זיך מיט אויפֿמערק צוגעהערט. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ טייל פֿונעם שכנישן "נאַציאָנאַלן טעניס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון בילי דזשאַן קינג", ווײַל דער "סיטי־פֿילד" איז שוין געווען אינגאַנצן געפּאַקט. עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז נישט אַ מאַמע־לשון, נאָר גאָר אַ "טאַטע־לשון". די רעדנער און דער פֿאַרזאַמלטער עולם זענען געווען דורכאויס מענער — כּמעט אויסשליסלעך חרדים אין שוואַרצע מלבושים. די סיבה, צוליב וועלכער די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרנומען אַזאַ בכּבֿודיק אָרט אינעם ניו־יאָרקער לעבן, איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע: די רבנים האָבן געדרשנט וועגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ און דערקלערט זייער פּסק, אַז אַ ייִד טאָר בשום־אופֿן נישט באַנוצן די אינטערנעץ אָן אַ שטרענגן פֿילטער — און אַפֿילו דעמאָלט מוז מען קודם קריגן אַ היתּר בײַ אַ רבֿ, כּדי צו נוצן עס בלויז בײַ דער אַרבעט. שטייענדיק אויף דער ברייטער רוזוועלט־עוועניו, וווּ די אויטאָס, געפּאַקט מיט חסידים, זענען כּסדר פֿאַרבײַגעפֿאָרן, האָבן די דעמאָנסטראַנטן — סײַ פֿרומע, סײַ געוועזענע פֿרומע; סײַ די וועלכע זענען אַמאָל סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, סײַ זייערע שטיצער — געהאַלטן שילדן אין די הענט אויף ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, דערקלערנדיק: "הערט אויף צו שיצן מנוּוולים"; "באַשיצט די קינדער, נישט די באַלעסטיקער!", און "3 מיליאָן דאָלאַר אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די אינטערנעץ; 0$ אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די באַלעסטיקונג פֿון קינדער". דערבײַ האָבן זיי די לאָזונגען אויך אויסגערופֿן אויף אַ קול. בײַם אַרויסגאַנג פֿון דער באַן־סטאַנציע, וווּ שטראָמען פֿון חסידים זענען געגאַנגען צום סטאַדיאָן, האָבן עטלעכע דעמאָנסטראַנטן אויסגעטיילט הונדערטער בויגנס, מיט די פֿראַגעס: "צי ווייסט איר, אַז ס׳רובֿ רבנים דערציילן נישט דער פּאָליציי ווען עמעצער האָט באַלעסטיקט אַ קינד? צי ווייסט איר, אַז אַ סך פֿון די געליטענע פֿון די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס, און זייערע פֿאַרטיידיקער, ווערן באַדראָט, אויב זיי דערציילן וועגן דעם, בעת זייערע אַטאַקירער ווערן באַשיצט?" אין אונדזער קאָלעקטיוון, ווי אויך אין אונדזער פּערזענלעכן קאַלענדאַר זענען מיר שוין געוווינט צו דער רוטין פֿון דעם געמיש פֿון פֿריילעכע און טרויעריקע דאַטעס, וואָס מיר מערקן אָפּ במשך דעם יאָר. זכרונות און עמאָציעס זענען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אונדזער וועזן. זיי פֿילן אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע, וואָס טאָג־טעגלעך באַווירקט אונדזער מאָראַל, אונדזער אויסדויער, אונדזער בענקשאַפֿט, אונדזער געמיט־צושטאַנד. עס לעבן צווישן אונדז די העלדישע קעמפֿער און אָנטיילנעמער אין דער דאָזיקער היסטאָרישער דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אַלט־ירושלים. אונדזערע קינדער און קינדס־קינדער זענען אויסגעוואַקסן און זיך דערצויגן אין ליכט פֿון זייער אָנוועזנהייט און זייער גײַסט, פֿון יענע היסטאָרישע טעג, ווען די אַלטשטאָט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דעם אַראַבישן שׂונא און דער הר־הבית מיטן כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון די חרובֿע בית־המיקדשן, פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט מיט העכער 2,500 יאָר צוריק — זענען נאָך בלוטיקע קאַמפֿן צוריק דעראָבערט געוואָרן דורך אונדזערע העלדישע זעלנער. דורות־לאַנג האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק ניט אויפֿגעגעבן די שבֿועה: "אם אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני" — אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים, זאָל אָפּדאַרן מײַן רעכטע האַנט... די פֿראַגע פֿון איינגעשלעכטלעכע חתונות איז שוין לאַנג אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. אַן אַנדער זאַך, וואָס די געזעלשאַפֿט גופֿא מאַכט זיך אָדער כּלא־ידע, אָדער פֿאַראורטיילט, אָדער באַמיט זיך צו געפֿינען אַ פּשרה. לעצטנס, איז די פֿראַגע דירעקט געשטעלט געוואָרן אויך דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, ווי אַזוי ער פּערזענלעך באַציט זיך צו איינגעשלעכטלעכע חתונות? — און ער האָט איינדײַטיק געענטפֿערט פּאָזיטיוו. מעגלעך, אַז ס׳איז אַ קאָניונקטור־ענטפֿער פֿאַר די וואַלן, אָבער ס׳איז אויך אַ ריזיקע, וואָס קאָן אים קאָסטן אַ היפּשע צאָל שטימען. פֿאַרקערט, אויב אַ חסיד טיילט יאָ מיט דער פּאָליציי, פֿאַררעכנט מען אים פֿאַר אַ מוסר; מע רודפֿט אים און זײַנע קרובֿים, און מע דראָט אַרויסצוּוואַרפֿן זײַנע קינדער פֿון דער שול אָדער ישיבֿה. טאַקע דערפֿאַר זענען כּמעט די איינציקע, וועלכע האָבן ביז איצט יאָ דערציילט דער פּאָליציי וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג געווען יענע, וועלכע זענען שוין "אַראָפּ פֿון דרך", און מוזן זיך מער נישט רעכענען מיט דער מיינונג פֿון דער קהילה. בײַ די ייִדן, וועלכע לעבן נאָך אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, איז די סכּנה און די שרעק פּשוט צו גרויס. מרדכי יונגרײַס האָט אָבער נישט קיין מורא. נאָכן דערוויסן זיך, אַז זײַן גײַסטיק צוריקגעשטאַנען קינד איז במשך פֿון אָנדערטהאַלבן־יאָר רעגלמעסיק סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן פֿון אַ 27־יאָריקן ייִד אין דער מיקווה, האָט דער 38־יאָריקער יונגרײַס באַשלאָסן צו דערציילן דער פּאָליציי, און הײַנט גיט ער בפֿרהסיא אָן זײַן אייגענעם נאָמען. מע האָט אים שוין אינטערוויויִרט אויף די נײַעס פֿון "סי־בי־עס", און די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די "ניו־יאָרק טײַמס" דערציילט זײַן ביטערע געשיכטע אין אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן די רדיפֿות, וואָס די חסידישע עסקנים פֿירן דורך קעגן די חסידים, וואָס דערציילן דער פּאָליציי וועגן די פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן. "די לינקע האָבן דעמאָלט איבער דער וועלט געבליט און געצוויט", — האָט דערציילט פֿאַרן עולם אין ייִוואָ דער געלערנטער עזראַ מענדלסאָן (העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים); דעמאָלט, בעת ער איז אויפֿגעטראָטן בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון 1964, איז ער אַלט געווען 23 יאָר. "מיר האָבן אין יענער צײַט נאָך באַטראַכט ישׂראל ווי אַ סאָציאַליסטישע מדינה", האָט ער קרעכצנדיק צוגעגעבן. נו, די צײַטן בײַטן זיך. עס קומט דאָס יאָר 2012 און אָט איז די טעמע צוריק אַרויף אויפֿן סדר־היום. יעדנפֿאַלס, פֿאַר די באַטייליקטע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ מיטן טיטל "ייִדן און די לינקע". זי איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן און 8טן מײַ. אינטערעסאַנט איז געווען צו זען ווי אָט די טעמע ציט צו זיך צו אי די "לינקע" פֿאָרשער (אָדער לכל-הפּחות אַזעלכע, וואָס באַטראַכטן זיך אַליין ווי אָנהענגער פֿון די קרײַזן), אי די נעאָ-קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשער. עס זעט טאַקע אויס, אַז איינע פֿון די באַליבטסטע טעמעס בײַ דער צווייטער גרופּע איז די באַטייליקונג פֿון די ייִדן אין די קאָמוניסטישע פּאַרטייען. זיי באַטראַכטן די דערשײַנונג ווי אַ פֿאַרקריפּלטע אין דער געשיכטע בכלל, אָדער ווי האַרווי קלער (עמאָרי־אוניווערסיטעט), וועלכער האָט וועגן דעם גערעדט, האָט דערקלערט צום סוף פֿון זײַן רעדע: "די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן אַ סך וואָס צו אַנטשולדיקן זיך!". זײַן רעפֿעראַט אַליין האָט ער געווידמעט דער טעמע "ייִדן אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי". אַ פּאַראַדאָקס! ווען בית די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס בעטן מיר, אַז די ייִדן, בײַ וועלכע מיר נעמען אינטערוויוען, זאָלן דערציילן וועגן זייער לעבן נאָך דער מלחמה (עס גייט די רייד וועגן אַ צײַטאָפּשניט פֿון מער ווי זעכציק יאָר), האָבן זיי נישט וואָס צו דערציילן! אַרײַנקוקנדיק דעם 8טן מײַ אין די נײַעס, וואָס שייך ישׂראל, האָט זיך דערמאָנט דער פֿאַרשפּרייטער ייִדישער זאָג: "זײַט מיר נאָך נישט געזונט, מיר גייען נאָך נישט אַוועק!" — וואָס איז? בשתּיקה האָט "ליכּוד" געמאַכט אַ יד־אַחת מיט דער "קדימה"־פּאַרטיי, פּינקטלעכער געזאָגט, דער פֿירער פֿון "ליכּוד" נתניהו און דער נײַ־אָפּגעבאַקענער פֿירער פֿון "קדימה" מופֿז. דערמיט איז צונויפֿגעקלאַפּט געוואָרן אַ נײַע רעגירונג פֿון "נאַציאָנאַלער אייניקייט". אַנדערש געזאָגט, האָט ביבי נתניהו זיך באַוואָרנט צו בלײַבן בײַ דער מאַכט, אויב אַפֿילו ש"ס וועט פֿאַרלאָזן די ביז־איצטיקע קאָאַליציע, צוזאַמען מיט דער פּאַרטיי "ישׂראל־ביתנו". די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג. וועל איך אָנהייבן קודם מיטן צווייטן סדר, וווּ עס האָט מיך אײַנגעלאַדן שׂרה־רחל שעכטער, די מיטאַרבעטערין פֿון "פֿאָרווערטס" און איך בין זיכער, אַז אונדזערע לייענער זײַנען גוט באַקאַנט מיט אירע שריפֿטן. דער אמת איז, אַז איך קען די גאַנצע שעכטער־משפּחה שוין מזמן, זינט זייער פֿריסטן עלטער. געקענט דעם טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע"ה, די מאַמע, טשאַרנע, די פֿיר שעכטער־קינדער, שׂרה־רחל שעכטער־איידלמאַן, דאָבריש־גיטל שעכטער־ווישנאַוואַט, פֿרימעט־איידל שעכטער און פֿאַרשטייט זיך בנימין שעכטער, דעם גאָר, גאָר באַגאַבטן קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און דיריגענט פֿון ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר. אַלע זײַנען שוין הײַנט דערוואַקסענע מענטשן, אָבער איין זאַך איז בײַ זיי פֿאַרבליבן פֿון דער היים — דאָס מאַמע־לשון. אַלע, אַלע שעכטער־קינדער און אייניקלעך רעדן אַ געשמאַקן ייִדיש. זיי האַלטן ממש אויף אַ ייִדיש־לאַנד. איז דער סדר בײַ שׂרה־רחלען געווען מײַן ערשטער הויכפּונקט דעם פּסח. ערשטנס, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ חבֿרה יונגוואַרג, געראָטענע שעכטער־קינדער און אייניקלעך, און אַלע ווי איינער האָבן גערעדט אַ פּרעכטיקן און נאַטירלעכן ייִדיש בײַם טיש. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָבן שׂרה־רחלס בנים אַוועקגעלייגט אַ דבֿר־תּורה, אַז מען האָט געקאָנט לעקן די פֿינגער דערפֿון. און איצט די לידער, דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר, מיט דעם פּסחדיקן טראָפּ. מען האָט געזונגען און זיך משׂמח געווען ביז די שפּעטע שעהען פֿון דער נאַכט. עס ברענט!.. ניין, דאַנקען גאָט, נישט דאָס שטעטל ברענט; עס ברענט אינעם "ישׂראל־שטעטל" מיט נײַע וואַלן. פּלוצעם. פֿאַר דער צײַט. וואָס איז, צו פֿיל זיך געהאַלטן אין איין קאָאַליציע? שוין אָפּגערעדט, אַז עס רײַסן זיך צו דער מאַכט נײַע כּוחות, נײַע פֿירער סײַ פֿון לינקס, סײַ פֿון רעכטס און סײַ פֿון מיטן. אייגנטלעך, קאָן זיך די איצטיקע קאָאַליציע צעפֿאַלן, קודם־כּל, צוליב דעם פּראָיעקט פֿונעם מלוכה־בודזשעט אויפֿן יאָר 2013 און צוליב דעם פֿאַרשלעפּטן "חוק טל" (טל־געזעץ). דער כּנסת־דעפּוטאַט זאבֿ עלקין, וואָס איז דערווײַל נאָך דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרלאַמענט־קאָאַליציע האַלט אַליין, אַז די וואַלן פֿאַרן טערמין שטימען נישט מיט די אינטערעסן פֿון לאַנד — סײַ וואָס שייך די ריזיקע אויסגאַבן (אַן ערך 400 מיליאָן שקל) און סײַ ווײַל עס שאַפֿט אַ געוויסע אומסטאַבילקייט. עלקין באַטאָנט, אַז "אין דער סיטואַציע, ווען די וועלט האָט נאָך נישט גובֿר געווען דעם עקאָנאָמישן קריזיס, און דער געאָפּאָליטישער מצבֿ אַרום ישׂראל איז זייער אַ קאָמפּליצירטער, איז בעסער זיך צו באַגיין אָן וואַלן". אַזוי זאָגט דער ראָש פֿון דער כּנסת־קאָאַליציע, וואָס הײַנט, מאָרגן צעפֿאַלט זי זיך. רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער. לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר. |