פּובליציסטיק

איבערזעצונג פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער איז קונסט און נישט קיין קונץ. דער עיקר, מוז מען קענען ביידע שפּראַכן פֿליסיק און אויב עס איז פּאָעזיע, דאַרף מען זײַן אַ פּאָעט, און אויב עס איז פּראָזע, מוז מען זײַן אַ פּראָזאַיִקער, ווײַל מ׳זעצט נישט איבער ווערטלעך, נײַערט מ׳זעצט איבער פֿון איין קולטור אויף אַ צווייטער.
ווען איך האָב געלייענט קורט לעוויאַנטס אַרטיקעלע אין ״Jewish Actions״־זשורנאַל, בין איך ממש אַנטציקט געוואָרן. קורט איז מסתּמא איינער פֿון די בעסטע און אפֿשר שוין דער איינציקער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש, וואָס ס׳איז אונדז פֿאַרבליבן. ער שרײַבט און איך כאַפּ אַרויס גאַנצע פּאַראַגראַפֿן פֿון זײַן אַרטיקעלע און זעץ עס איבער פֿון ענגליש אויף ייִדיש.
ייִדן וואָס האָבן ליב ביכער, האָבן געפֿײַערט אין 2010 חיים גראַדעס הונדערטסטן יוביליי. חיים גראַדע, איינער פֿון די הויפּט־פּאָעטן און פּראָזאַיִקער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, איז געבוירן געוואָרן אין ליטע אין 1910 בײַ אַן אָרעמער משפּחה. זײַן טאַטע איז געווען אַ מלמד און אַ משׂכּיל און די מאַמע, נאָך דעם ווי זי איז געוואָרן אַן אַלמנה, האָט געהאַנדלט מיט עפּעלעך אויפֿן מאַרק בכדי צו פֿאַרזאָרגן איר בן־יחיד.
אין 1941, ווען דער דײַטש איז באַפֿאַלן ליטע, איז חיים אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד, און האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. נאָכן אומקערן זיך קיין ווילנע האָט ער זיך באַזעצט אין פּאַריז און דאָרט אָפּגעווען גאַנצע צוויי יאָר.
גראַדע איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1948 און אָפּגעלעבט אין דער בראָנקס ביז זײַן פּטירה אין 1982. ער האָט זיך אונטערשייד פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע שרײַבער דערמיט וואָס ער איז געווען אַ ישיבֿה־בחור אין זײַן יוגנט (גאַנצע 22 יאָר). עס זײַנען געווען אַנדערע שרײַבער ווי ער וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש. ער איז אָבער דער איינציקער וועלכער האָט געקענט אָפּשילדערן די רבנים און דאָס ישיבֿה־לעבן נישט ווי עס שטייט געשריבן אין כּתובֿים, נאָר ווי איינער וואָס האָט געקענט דערציילן דאָס עכטע און באַגלייבלעכע מיט אַלע מעלות און חסרונות. דער אמת איז, אַז מען האָט אים באַזײַטיקט פֿון דער ישיבֿה ווען אַ רבי האָט אים געכאַפּט בײַם שרײַבן פּאָעזיע. און כאָטש גראַדע האָט געלערנט ביחידות מיטן גאָר באַרימטן רבין אַבֿרהם קעריליצער, דעם חזון־איש, האָט חיים זיך געהאַלטן פֿאַר אַ וועלטלעכן ייִד וואָס איז נישט קיין שומר־מיצוות. אָבער פֿון טראַדיציעס האָט ער יאָ געהאַלטן. מיט פּסחדיקע סדרים וואָס ער האָט געפּראַוועט בײַ זיך אין הויז, געגאַנגען אין שיל ימים־נוראָים און אָנגעהאַלטן אַ וואַרעמע באַציִונג מיטן לובאַוויטשער רבין.
במשך פֿון זײַנע לעצטע צען יאָר, שרײַבט קורט לעוויאַנט, אַז ער האָט געהאַט דעם זכות איבערצוזעצן דרײַ פֿון גראַדעס נאָוועלעס און זכרונות פֿונעם חורבן, און דורך דער צײַט האָט זיך צווישן אונדז אַנטוויקלט אַ נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט. ס׳געדענקט זיך מיר אַ מאָמענט ווען איך בין געווען צו גאַסט בײַ אים, האָט ער מיר געוויזן אַ קעסטעלע מיט שמורה־מצות. "דער לובאַוויטשער רבי האָט געשיקט אַ ספּעציעלן שליח מיט די מצות," האָט ער מיר דערציילט מיט שטאָלץ, און צוגעגעבן "אַז דאָס איז שוין פֿאַרבליבן אַ יערלעכע טראַדיציע."
אַן אַנדערש מאָל האָט ער זיך פֿאַר מיר פֿאַרטרויט, אַז ער קען לערנען אַ בלאַט גמרא מיט אַ גילוי־ראָש, אָנעם טראָגן אַ היטל, און חיים האָט צוגעגעבן:
"אָבער ווען איך קוק אַרײַן אין רש״ין, און איך טראָג נישט קיין יאַרמלקע, הייבט מיר אָן דער קאָפּ צו ברענען און איך פֿיל ממש ווי דער קאָפּ מײַנער ברענט."
ווען חיימס ערשטע נאָוועלע "דער ברונעם" (The Well), איז דערשינען אין דער ענגלישער איבערזעצונג, האָט דער ״New York Times Book Review״ מיך געבעטן צו שרײַבן אַן עסיי, אַ רעצענזיע. מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער ווען ס׳איז דערשינען, האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון גראַדען וווּ ער האָט מיך געפֿרעגט צי איך וויל איבערזעצן זײַן ראָמאַן "די עגונה." זיכער האָט גראַדע אײַנגעזען אַז איך קען ייִדיש. וואָס אַן אמת, האָט מען דערמאָנט אינעם ״Book Review,״ אַז איך האָב איבערגעזעצט צוויי זאַמלונגען פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות.
עס האָט זיך נישט נאָר געהאַנדלט וועגן מײַן קענען ייִדיש, וואָס דאָס איז געווען גראַדעס סיבה צו שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מיר. ער איז געווען איבערצײַגט, אַז איך קען אַן אַנדער שפּראַך וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער אַקוראַטער איבערזעצונג. צווישן די שפּראַכן איז געווען ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דעם סופֿיקס "קייט," וואָס דאָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "ייִדישקייט."
דער איבערזעצער מוז זײַן פֿליסיק און אַ מומחה אין דעם פּרט, ווײַל אַחוץ דעם וואָס ער מוז קענען ייִדיש מוז ער אויך קענען לשון־קודש.
עס זײַנען פֿאַראַן אַ חבֿרה איבערזעצער וואָס עס פֿעלט זיי די "קייט." זיי מעגן טאַקע וויסן די אויסערלעכע קאָנטורן פֿון דער שפּראַך, אָבער צוליב זייער נעבעכדיקער ייִדישער דערציִונג, זײַנען זיי אָפּגעשוואַכט אין ייִדישקייט. פֿאַראַן אַ "גאָון," וואָס לאָזט וויסן, אַז ער קען ייִדיש. ער שטייט אין שפּיץ פֿון אַן אָפּטיילונג פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין איינעם פֿון די וויכטיקסטע אוניווערסיטעטן. ער מישט צונויף פּסח מיט ראָש־השנה ווען ער זאָגט אונדז אָן, אַז תּשליך וואַרפֿן ייִדן אַרײַן קרישקעס פֿון מצות אין אַ פֿליסנדיק וואַסערל.
אָבער ווען גראַדע האָט געלייענט מײַן רעצענזיע פֿון "דער ברונעם," האָט ער אײַנגעזען, אַז איך האָב ציטירט פֿון מדרש, אַז איך בין באַקאַנט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר און ייִדישע סימבאָלן. ער האָט זיך געפֿילט זיכער, אַז איך וועל נישט ניכשל ווערן ווען עס איז געקומען צו רבניש לשון, לשון־קודש־דיאַלאָגן צווישן די רבנים אין זײַנע ווערק.
נאָכן איבערזעצן "די עגונה," איז דערשינען אלי וויזעלס רעצענזיע אין ״New York Times Book Review.״ ער האָט געהאַלטן, אַז חיים גראַדע איז דער גרעסטער, לעבעדיקער שרײַבער בײַ ייִדן. גראַדע האָט מיר פֿאָרגעלייגט דעמאָלט איבערצוזעצן זײַנע צוויי בענד "צמח אַטלאַס," וואָס אויף ענגליש הייסט עס "די ישיבֿה", און וואָס מען האַלט אַז דאָס איז די קרוין פֿון ייִדישע נאָוועלעס פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
גראַדע האָט מיר דערציילט אַז ער האַלט שטאַרק פֿון טאָלסטויס ווערק. אויב שלום־עליכם האָט געקענט איבערשאַפֿן דאָס לעבן פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע אין אַלע אירע פּיטשעווקעס, אַזוי האָט גראַדע גענומען דעם גאַנצן פֿאַרנעם פֿון ייִדישן ווילנע און פּרעזערווירט עס פֿאַר דער צוקונפֿט.
דעם ייִדישן שרײַבערס דאָליע איז אײַנגעוואָרצלט נישט אין די רוימען, נאָר אין צײַט. ס׳איז אַ מין אײַנגעוועבטע קולטור פֿון ייִדישקייט, דער עיקר, נאָכן חורבן, וואָס איז חל אויף דער גאַנצער וועלט. און נאָך מער. אונדזער קולטור פֿאַרמאָגט דעם זעלביקן סכום ווערטן, דעם זעלביקן קאָלעקטיוון זכּרון, די זעלביקע הייליקע ספֿרים און ליטעראַרישע אוצרות מיט די זעלביקע שטרעבונגען, מיט ייִדישער ליטעראַטור, און ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אַקטיוו אין אַלע עקן וועלט.
און בעת גראַדע האָט געלעבט, האָבן מיטגעלעבט מיט אים גאַנצע ייִדישע קהילות, וואָס האָבן געבענקט נאָך אַ ייִדיש וואָרט און אַ קאָנטאַקט מיט ייִדישע שרײַבער. גראַדע האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאָדערנעם מגיד פֿון דער קולטור, בשעת ער איז אַרומגעפֿאָרן מיט רעפֿעראַטן איבער דער וועלט.
נישט קיין וווּנדער וואָס גראַדע האָט זיך אַמאָל פֿאַרטרויט פֿאַר מיר, אַז ער איז אַ בעסערער אָראַטאָר ווי אַ שרײַבער. אין זײַנע רײַזעס איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, מעקסיקע, זיד־אַמעריקע, ישׂראל, אויסטראַליע און זיד־אַפֿריקע האָט ער זיך פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע ווי אַ דינאַמישער רעדנער און דערבײַ פֿאַרוואַנדלט אין אַן איינציקן יחיד־אַמבאַסאַדאָר פֿאַר ייִדיש.
אין זײַן לעבן האָט גראַדע געוווּנען אַלערליי פּריזן וואָס די ייִדיש־ליטעראַרישע וועלט האָט אים צוגעטיילט, אַרײַנגערעכנט אַן ערן־דאָקטאָראַט וואָס ער האָט זיך דערפֿון אויסגעלאַכט. אין ישׂראל האָט ער געוווּנען דעם איציק מאַנגער־פּריז. דערצו האָט דער ירושלימער אוניווערסיטעט אָפּגעגעבן אַ גאַנץ יאָר צו די שטודיעס פֿון חיים גראַדעס ווערק.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס האָט שלום־עליכמס ייִדיש באַוויזן אויפֿצודעקן אַלע עלעמענטן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן און לאָקאַליזמען. נאָר איין שיטה האָט ער נישט באַוויזן אָנצורירן, און דאָס איז געווען דעם ייִדיש פֿון די ישיבֿות. דאָס איז פֿאַר אים געווען פֿרעמדע טעריטאָריע. גראַדע פֿאַרטרעט אַלע שפּראַכלעכע מדרגות פֿון דער ווילנער געזעלשאַפֿט. זײַן רבנישער ייִדיש, אַ פֿאַרכאַפּנדיקער לינגוויסטישער אויפֿטו אינעם באַנוץ פֿון לשון־קודש. אַ סך מאָל זעט מען בײַ די ייִדיש־מומחים, 60 ביז 70 פּראָצענט לשון־קודש און נישט די 15 ביז 18 פּראָצענט פֿונעם ייִדיש אין גאַס און אַרבעטער־קלאַס.
גראַדעס ייִדן טראַכטן ספּאָנטאַן אין ייִדישער בילדערישקייט. גראַדע האָט באַשאַפֿן אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון לעבעדיקע מענטשן. יונג און אַלט, רײַך און אָרעם, גוט־האַרציקע און רשעים, פֿרומע און פֿרײַדענקער. פֿאַראַן בײַ אים רבנים וואָס זײַנען עניוותדיק ווי דער חזון־איש. אַנדערע ווידער זײַנען בעלעטריסטיש־פֿיקטיוו ווי צמח אַטלאַס, אַ ראָש־ישיבֿה וועלכער איז פֿול מיט יצר־הרע ווען עס קומט צו פֿאַרהייראַטע פֿרויען. ער האָט אַפֿילו ספֿקות ווען עס קומט צו גאָט. אין זײַן פּראָזע האָט גראַדע געגריבלט זיך אין דער שפּאַנונג פֿון פֿרומקייט און אין דעם פֿאַרפֿירערישן מאָמענט פֿון וועלטלעכקייט.
איך וויל נאָך צוגעבן. אויב עס האַנדלט זיך אין פּאָעזיע, מוז דער איבערזעצער אַליין זײַן אַ פּאָעט. דער עיקר בין איך אַנטציקט פֿון קורט לעוויאַנטס אַנאַלאָגיע, אַז מיט ייִדיש מוז דער איבערזעצער קענען דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, לשון־קודש און ייִדישקייט. אויף אַ סימן וויל איך דאָ דערמאָנען דעם קאָלאָסאַלן טעות וואָס איז אַרײַן אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון חיים גראַדעס "מײַן קריג מיט הערש ראַסיינער." איך ציטיר גראַדען:
"איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר."
אויף ענגליש האָט עס געדאַרפֿט זײַן:
(I will give you a parable of the Prince and the Hermit)
אַנשטאָט דעם איז אַרויסגעקומען בײַם איבערזעצער:
(I will give you a parable of the Prince of Nazarene)
דער ציטאַט קומט גאָר פֿון יהודה הלויס בוך וועגן די כּוזרים. מיט איין וואָרט, וווּ געפֿינט מען הײַנט אַן איבערזעצער וואָס קען די אַלע דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, לשון־קודש און ייִדישקייט?