פּובליציסטיק

ס׳איז מיר צו האַנט געקומען די וואָך אַן "אַטעיִסטיש הייליק־בוך." זיי רופֿן עס (Atheist Bible). פֿרעגט מיך בחרם, ווי אַזוי דאָס איז געשען. אָבער איך זע דאָך שוין, אַז איך וועל זיך נישט אַזוי גרינג אַרויסדרייען פֿון באַשרײַבן דאָס "הייליקע ביכל פֿון דער נײַער לערע אין יודאַיִזם." געשריבן דעם טעקסט האָבן צוויי מחברטעס — עמיליאַ זאָלאָטאָוו און איזאָלדאַ אַפּאַטאָווסקי. ביידע האָבן זיי זיך באַקענט אין "יוניאָן היברו־קאַלעדזש" און באַקומען זייערע דאָקטאָראַטן אין "יוניאָן גראַדזשועט־סקול."
עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז מיט יאָרן צוריק האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט ערגעץ אין ווילעדזש, וווּ מ׳האָט געפּראַוועט אַן אַטעיִסטישן סדר. איך האָב טאַקע דעמאָלט געשריבן וועגן דעם. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ חידוש. צווישן עולם האָב איך באַמערקט מיטליעריקע און עלטערע בחורטעס און גרויע מאַנספּאַרשוינען מיט רויטע שניפּסן. איך האָב באַלד דערקענט אויף די פֿרויען, אַז זיי שטאַמען אָפּ פֿון די לינקע קרײַזן. די האָר אויפֿן קאָפּ איז בײַ זיי געווען באַקרוינט מיט אַ קאָקס, די יופּעס קאָלירטע און קיין שמינקע מיט פּודער האָבן זיי נישט באַנוצט. איך בין זיכער געווען, אַז זיי זײַנען אַמאָל געגאַנגען אין חדר פֿון די "אָרדן־שולן," וווּ זייער גאָט איז געווען פֿערדינאַנד־לאַסאַל־מאַרקס און לענין, ווי אויך דער גרויסער העלד פֿון די פֿעלקער "טאָוואַרישטש" סטאַלין.
לשון־קודש איז צווישן זיי און זייער אַטעיִסטישן סדר נישט געווען בנימצא. דאָס הייסט, מען האָט דאָרט דאָס אַרטיקל נישט געזען, נישט געהערט און נישט געלערנט, און זייערע טעקסטביכער האָט מען פּובליקירט אָן די סוף ייִדישע אותיות. אונדזער לשון האָט מען דאָרט געשריבן פֿאָנעטיש, דאָס הייסט, אַז שבת האָט מען אויסגעלייגט שאַבעס און שלום — שאָלעם. דעריבער איז די חבֿרה אויסגעוואַקסן מיט אַ נטיה צו טענהן, אַז זיי קענען גאַנץ ייִדיש פֿון אויסנווייניק.
אַ געזעצלעכע פֿרוי צו האָבן איז בײַ זיי געווען אַ שאַנדע, און שטעלן חופּה־וקידושין איז געווען אויסער די ראַמען פֿון זייער רויטער "תּורה." מיט דער צײַט האָבן זיי אויסגעביטן דאָס רענדל, פֿון אָרטאָדאָקסאַלן האָבן זיי זיך פֿאַרוואַנדלט אין ראַדיקאַלן.
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז יענעם אויפֿדערנאַכט האָט מען געפּראַוועט אַן ענגלישן סדר מיט אַן ענגלישער הגדה, און געלייענט פּרקים מיט פּסוקים וואָס האָבן זיך געקלעפּט ווי אַן אַרבעס צו דער וואַנט, ווען עס איז געקומען צו די פֿיר בנים פֿון דער הגדה, — דעם חכם, דעם רשע, דעם תּם און דעם שאינו יודע לשאול. וועגן דעם זון וועלכער האָט אַפֿילו נישט געוווּסט וואָס צו פֿרעגן, האָב איך עס צוגעשריבן צו דער חבֿרה אַטעיִסטן, און דאָס גאַנצע געשעעניש איז מיר אַרויס פֿון זכּרון.
ערשט די טעג, איז מיר אָנגעקומען מיט דער גאַלאַגאַנסקער פּאָסט אַ בוך. טראַכט איך זיך, כ׳האָב אָסור נישט קיין פּאָליצעס מער און נישט קיין צײַט אַרײַנצוקוקן אין דעם פּנים־חדשות. ווען איך האָב דאָס הייליקע "ביכלײַן," געעפֿנט, בין איך געווען אַ טשוטקעלע דערשטוינט, נישט געוווינט און זיכער נישט באַלוינט.
דאָס בוך קאָסט מיר נישט קיין גראָשן. טראַכט איך זיך, אין מײַן פֿרײַער צײַט וועל איך אַרײַנקוקן דערין. ווער ווייסט, אפֿשר וועל איך אין דעם געפֿינען דעם סוד פֿון אונדזער צעמישעניש. ס׳האָט מיך דערמאָנט אין מײַנעם אַ לערער; אַ טײַערער ייִדישער לערער, דווקא אין "אַרבעטער־רינג"־מיטלשול. דעמאָלט בין איך אַלט געווען אַ יאָר 14־15. וואָס האָב איך געוווּסט פֿון געשיכטע־ביכער, האָט מען געעפֿנט זײַנס אַ ביכעלע און ער האָט אונדז באַקענט מיט די נײַן געבאָט וואָס ייִדן האָבן באַקומען אויפֿן באַרג סיני. דער ערשטער געבאָט איז אויסגערונען. ערשט אַז איך קוק אויף צוריק קען איך זיך נישט אָפּוווּנדערן פֿון יענער ייִדישער געשיכטע־לעקציע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב זיך תּיכּף גענומען גריבלען אין די חמישה חומשי־תּורה און אויסגעפֿונען אַז משה רבנו האָט דווקא אַראָפּגעברענגט פֿון באַרג סיני צוויי לוחות מיט צען געבאָט. איז וווּ איז אַהינגעקומען די ערשטע דיבֿרה פֿון די עשׂרת־הדיברות? האָט דער לערער אונדז מסביר געווען, אַז די ערשטע דיבֿרה איז אַ לא דובים ולא יער, הילד איננו. נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן.
מיש איך אַזוי דאָס אַטעיִסטישע הייליקע ווערק און הער נישט אויף צו שטוינען. נישט שוין זשע דאַרפֿן די אַטעיִסטן אַ הייליק בוך? וואָסי, ס׳פֿעלן הייליקע ביכער אויף דער וועלט? מיר ייִדן האָבן אונדזערס און די אומות־העולם האָבן זייערס. איז מיט וואָס אונטערשיידן זיך זייערע הייליקע מאַנוסקריפּטן פֿון אונדזערע אין עגיפּטן, און די נחלויות אין מידבריות? זעץ איך זיך אַוועק און נעם בלעטערן.
דאָס ווערק איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אויף ענגליש און איך זעץ עס פֿאַר אײַך איבער וואָרט בײַ וואָרט אויף ייִדיש. דאָרט שטייט געשריבן בזה־הלשון:
1. איך בין אײַער אַטעיִסטישע גאָטיכע, און פֿאַרמאָג אַ גוואַלדיקע פֿיזיאָנאָמיע. דעריבער, זײַט וויסן, איר זאָלט נישט האָבן קיין אַנדערע גאָטיכע, ווײַל איך בין די אינטעליגענטסטע, אינטערעסאַנטסטע, קאָלאָסאַלסטע און אינטעלעקטועלסטע קינסטלערין פֿון זיי אַלע.
אויף מײַן האַרץ ליגט די אַלטקייט פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק און דער שימל פֿון די הייסע מידבריות פֿון פֿאַרצײַטיקן עגיפּטן. מײַן גאַרטל האַלט צוזאַמען דעם סכום פֿון אַלע האָמאָ־סאַפּיענער און האָמאָ־סאַפּיענעסטעס. איך הענג נישט פֿון קיין סלופּעס און נישט פֿון קיין ווענט. איך טראָג אַ פּעלערינע אויבנאָן. איך האָב גרויס גריזאָטע פֿון אײַערע דרוק־פֿעלערן אויף וועלכע פֿרעמדע האָבן זיך געלאָזט וווילגיין און געבויט גאַנצע טראַקטאַטן אויף אונדזערע שגועות און גראָבע גרײַזן. דערווײַל זיץ איך און גענעץ פֿון לאַנגווײַל.
איך האָב זיך געפּאַשעט אויף די ווערק פֿון מאַרקס און ענגעלס און אויך אויף די שריפֿטן פֿון זשאַן פּאָל סאַרטר. איך רעד אַ געשליפֿענעם רוסיש און אויך אַ גאַנץ נישקשהדיקן "לשון־הרע." איך האָב גרויס טאַלאַנט צו שפּרינגען פֿון אַ פּאַראַשוט און האַלט נישט פֿון קיין נאָזטיכלעך.
מיך קען מען געפֿינען צווישן די בלאָנדזשענדע שטערן און צווישן קייטי קאָלוויצעס מאָלערײַען. פּיקאַסאָ האָט זיך פּרובירט פֿאַרמעסטן מיט מיר, אָבער איך האָב אים געוויזן אַ לײַוונט וואָס ער האָט נישט געקענט בײַקומען. האָט ער מיר געוויזן זײַן "גערניקאַ" און איך האָב אים געוויזן מײַנע שאַגאַלישע קאָזעס.
איר מעגט עסן פֿון שענסטן און פֿון בעסטן, דער עיקר זאָל עס שמעקן מיט גלאַט. איר קענט אויך מאַכן פֿון צײַט צו צײַט אַ לחיים, אָבער ס׳מוז זײַן אונטער דער השגחה פֿון דער פֿירמע צאָך. מיר האָבן מיט זיי אַ קאָנטראַקט.
איר זאָלט זיך חס־ושלום נישט אַראָפּגליטשן פֿון וועג ווי אונדזער נבֿיא אלישע בן־אבֿויה האָט עס אַמאָל געטאָן. זײַן מאַמעשי נעבעך האָט זיך אײַנגעבעטן בײַ אים:
"אַבֿויעשי, אלישעלע קרוין מײַנער, זײַ אַ מענטש וועסטו עסן אין סוכּה." אָבער יענער האָט געטענהט ס׳זײַניקע. "איך בין אַן אַטעיִסט און רוף מיך קנאַקניסל," און וויסן זאָלט איר, אַז דער הײַנטיקער אַפּיקורס איז נישט דער אַמאָליקער אַפּיקורס. דער הײַנטיקער קען מער אָפֿט מאָל פֿונעם כעלעמער חזנס אינדיק.
איר זאָלט למען־השם באַקרוינען טאַטע־מאַמע מיט כּבֿוד, דרך־ארץ אַלע זייערע יאָרן. איר זאָלט זיי שאַנעווען און נישט טאָן זיי קיין קריוודעס און עוולות, דער עיקר ווען עס וועט אויף זיי אָנקומען די עלטער און זיי וועלן נישט וויסן וווּ און צו וועמען זיך צו ווענדן. געדענקט, אין מושבֿ־זקנים און "אַסיסטענט־ליווינג" גייט מען ווען מען האָט נישט קיין קינדער.
איר זאָלט נישט גנבֿענען, לקחענען, גזלען, און סתּם שינדן די הויט פֿון אָרעמערע פֿון אײַך, ווײַל סוף גנבֿ לתּליה. געלט קאָסט טײַער און מיר אַטעיִסטן מוזן באַווײַזן, אַז עטיק און מאָראַל איז אונדזער קרוינשטאָט. עטיק קומט פֿון עטיקאַ און מאָראַל פֿון מאָראַליקאַ. צוויי שטעט אינעם שטאַט יוטאַ לעבן דעם מאָרמאָנישן ים. דאָרט, אין זייערע אוניווערסיטעטן קען מען באַקומען אַן אָפֿיציעלע דערלויבעניש צו כאַפּן פֿיש און שמדן ייִדן.
איר זאָלט נישט גלוסטן צו יענעמס נישט געקוקט אויף דעם וואָס קען פֿאַרמאָגן אַ פֿאַרמעגן, איז ער אָבער אַ קאַליקע אויפֿן מאָגן. און אַפֿילו ווען יענער קען פֿאַרמאָגן אַ יאַכטע מיט אַ זעגלשיף. דאָס זאָל אײַך נישט קאַפּויער קומען. וואָס ס׳דאַרף אײַך יאָ אַרן איז דער פּרינציפּ פֿון זײַן אַנדערש, און אין דער זעלביקער צײַט צופּאַסן זיך. געדענקט, איך בין אײַער גאָטיכע, אויסגעלייגט "גטיכע" און וואַרפֿט מיר נישט דעם גט פֿאַר די פֿיס. זאָל עס זײַן אויסגעקריצט אויף אײַער שטערן. פּראַווען זאָלט איר אַטעיִסטישע יום־טובֿים מיט האָניק און קאַרפּנקעפּ, מצות און קניידלעך. און פֿאַרגעסט נישט למען־השם דעם כריין, דעם כריין וואָס רײַסט אויף ווי אַ ראַקעטע אײַערע נאָזלעכער בײַם עסן געפֿילטע פֿיש.
צוויי מאָל אין יאָר זאָלט איר רוען. מאַמעס־טאָג און טאַטעס־טאָג, צוויי חשובֿע אַטעיִסטישע חגאָות. יענעם טאָג זאָלט איר זיך אָפּהאַלטן פֿון אַרבעט, איר און אײַער הויזגעזינד, אײַער שוויגער און אײַער הינטעלע זשוליק.
געדענקט און פֿאַרגעסט נישט למען־השם אויפֿצושטיין חצות און באַוויינען אײַערע זינד קעגן זיך. אײַער דיעטע, אײַערע אויסגאַבעס און חובֿות, אײַערע צוזאָגן, אײַער נישט האַלטן וואָרט, און פֿאַרנאַכלעסיקן דעם ערשטן געבאָט.
די אַלע געבאָטן באַפֿעל איך אײַך צו האַלטן הייליק און כאָטש איך ווייס אַז בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן און ייִדענעס בושעוועט דער אַטעיִזם איז ער אָבער געבויט אויף:
"חומש ניע אומיעש (חומש קען איך נישט), רש״י ניע נאַשי (רש״י איז נישט אונדזערער), גמרא אַ צרה, און תּורה איז נישט קיין וואַזשנע סחורה."