פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס עלטער איך ווער און וואָס מער איך שרײַב, אַלץ מער דערקען איך זיך אין מײַן טאַטנס פֿעליעטאָנען און אַרטיקעלעך. מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, האָט געאַרבעט פֿאַר דער מלחמה, אין לאַזאַר כּהנס "טאַגעבלאַט." נאָך דער באַפֿרײַונג און נאָך דער פּליטה פֿון רויטן גן־עדן, האָט ער געשריבן אין אַ מינכענער ייִדישער צײַטונג, ס׳רובֿ סאַטירעס און אויך ערנסטע אַרטיקלען וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדן אין אונדזער פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע האָט זײַן יוניאָן אים געשיקט אַרבעטן בײַ זעצערײַ אין אַ ייִדישער טעגלעכער צײַטונג וואָס איר נאָמען איז פֿאַר אים געווען — סם.
די טעג האָב איך זיך גערויעט אין מײַנע שופֿלאָדן און געפֿונען אַ האַנט־געשריבן אַרטיקעלע וואָס מײַן טאַטע ע״ה, האָט נישט פֿאַרעפֿנטלעכט. וויל איך איר זאָלט הערן ווי ער שילדערט זײַן קינדהייט און יוגנט־יאָרן אין לאָדזש. ער רופֿט עס:

"לאָדזש, דו ביסט פֿאַר מיר טויט!"

לאָדזש, דו ביסט אַמאָל געווען מײַן שטאָט און איך האָב דיך ליב געהאַט ס׳לעבן. באַלוט (אַן אָרעמע געגנט אין לאָדזש), דו ביסט אַמאָל געווען מײַן היים. אויף איינע פֿון דײַנע גאַסן בין איך געבוירן געוואָרן און שנעל פֿאַריתומט געוואָרן. איך האָב פֿאַרברענגט מײַנע יונגע יאָרן און געחלומט דעם זעלבן חלום וואָס יעדעס באַלוטער קינד האָט געחלומט, נעמלעך ווי אַזוי זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער אָרעמקייט וואָס האָט געגעסן אונדזערע יונגע לײַבער און נשמות... איך האָב געקענט יעדע גאַס און יעדעס געסעלע, יעדן הויף אויף אונדזער גאַס. מיר, יונגע קינדער פֿון באַלוטער אָרעמקייט, האָבן פּונקט ווי מיליאָנען קינדער איבער דער וועלט, געוויינט און געלאַכט, געהונגערט און זיך ווײַטער געשפּילט.
מיר האָבן געפּאָמפּעט וואַסער פֿון דער פּלומפּ וואָס איז געווען פֿאַרפֿיקסירט בײַ אונדז אין הויף, און געטראָגן וואַסער כּמעט אויף יעדן שטאָק צו פֿאַרדינען אַ גראָשן. אין יעדן הויף אין באַלוט איז געווען אַ פּלומפּ, אין פֿאַרמעגלעכע הייף זײַנען געווען דרײַ פּלומפּן. מען האָט געטראָגן די פּאָמעשעפֿער (עמערס) מיט אומריין וואַסער אין זליוו. אַ הילצענער קאַסטן מיט אַן אײַזערנער שיאַטקע (דראָט) איז געשטאַנען אין מיטן הויף וווּ דאָס אומריינע וואַסער איז אַרײַן אין רינשטאָק, און עס האָט זיך געטראָגן אַ געשטאַנק איבערן גאַנצן הויף, נאָר מיר קינדער האָבן עס נישט געפֿילט. אויף אונדזערע הייף האָבן זיך געכאָוועט שטשורעס (ראַצן) און מיר האָבן זיך געיאָגט נאָך זיי ווי די קעץ.
מיר זײַנען אַרומגעלאָפֿן איבער די גאַסן ביז צום באַלוטער מאַרק, וווּ ייִדן האָבן געהאַנדלט מיט אויבסט, גרינצײַג. מיר האָבן זיך געשלאָגן מיט די גוייִשע קינדער און נישט איין מאָל בין איך אַהיים געקומען מיט בײַלן אין קאָפּ. מיר זײַנען געלאָפֿן צו יונה פּילצערס פּלאַץ וווּ מען האָט פֿאַרקויפֿט עפּל, האָבן מיר געוואַרט אפֿשר וועט מען אַרויסוואַרפֿן אַן עפּעלע, און אַז מען האָט עס געפֿונען האָט מען זיך געפֿילט ווי אַ זיגער.
מיר האָבן זיך געשפּילט אין יאָגעלעך, געלאָפֿן ביז מ׳איז אָנגעקומען צום אַלטן בית־עולם, געלאָפֿן ביז טראַנטשיקס־פֿעלד און איינער האָט געוואָלט איבעריאָגן דעם צווייטן. מיר האָבן געזונגען לידעלעך וואָס מען האָט געהערט פֿון אונדזערע באָבעס:

"מען האָט שוין אויסגעהרגעט אַלע סטרײַקערס —
זיי דרייען זיך אַרום ווי די פּגרס.—
גיי פֿאַרשטיי? אָדער:

"עליע־מעליע־יאָסקע —
אַ שוואַרצע כּלה האָסטו.—

אין דער וואָכן זײַנען מיר געגאַנגען לערנען אין חדרים און מאַנכע קינדער אין די פֿאָלקשולן. אין די שבתים זײַנען מיר געלאָפֿן קיין יוליאַנאָוו, אַ גאָרטן אין ראַדאָגאָשטש, דורך אונטערוועגן נישט צו באַדאַרפֿן באַצאָלן פֿאַרן אַרײַנגאַנג. מיר זײַנען געלאָפֿן אין קאָליע־גאָרטן, נישט ווײַט פֿון וואַרשעווער ווינער־וואָקזאַל און נישט איין מאָל זיך געדאַרפֿט פֿאַרטיידיקן פֿון די פּוילישע שקצים, געכאַפּט קלעפּ און דערלאַנגט קלעפּ.
געגאַנגען אין אַנשטאַטס־גאָרטן, אין שענקעוויטשעס פּאַרק. מיר, אַ חבֿרה יונגאַטשעס פֿון זיבן אָדער אַכט, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע און הונגעריקע, זײַנען אָפֿט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אויף גאַנצע טעג, געהערט ווי די עלטערן ליאַרעמען:
"ער וועט אונדז לייגן אין דר׳ערד אַרײַן," און מיטן "ער" האָט מען געמיינט מיך, דעם יתום. אַ סך האָבן געקרעכצט:
"נעבעך אַ ווייטיק. נישטאָ ווער עס זאָל אים לערנען, פֿירט ער די גרענדע. ער וועט דאָך פֿאַרפֿירן אונדזערע קינדער אין דר׳ערד אַרײַן."
מיר זײַנען נאָכגעלאָפֿן אַ מיידל וואָס איז געקומען צו אירע עלטערן פֿון פּאַריז און האָט געטראָגן הויזן. זײַנען מיר איר נאָכגעלאָפֿן מיט געוואַלדן און געשרייען ביז זי איז קוים אַנטלאָפֿן מיטן לעבן. איבער אונדזערע גאַסן איז קיין מיידל נישט געגאַנגען אין קיין הויזן.
מיר האָבן געלאַכט פֿון דער וועלט, געריטן אויף פֿערד. בײַ ייִדע (יהודה) נתגען, דעם פֿערד־הענדלער, וואָס זײַנע שטאַלן זײַנען געווען בײַ אונדז אין הויף, האָט מען דערווײַל פּרובירט זיצן אויף דעם פֿערד.
אַבֿרהם שוסטער האָט געהאַלטן אַ טויבנשלאַק, האָט מען זיך געיאָגט נאָך די טויבן. און טאָמער ס׳איז אונדז געלונגען אַרײַנצונאַרן אַ פֿרעמדע טויב אין זײַן טויבנשלאַק איז זײַן פֿרייד געווען אונדזער פֿרייד. און טאָמער איז זײַנס אַ טויב פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, איז זײַן טרויער געווען אונדזער טרויער. עס האָט אונדז גאָרנישט געשראָקן. מיר האָבן געוווינט אין אונדזער שטוב, אויף אונדזער הויף, אין אונדזער באַלוט, אין אונדזער לאָדזש וואָס מיר האָבן אַלע אַזוי ליב געהאַט.
פֿרײַטיק זײַנען מיר געגאַנגען אין דער באַלוטער מיקווה זיך טובֿל זײַן. שבת זײַנען מיר געגאַנגען אין דער זעלבער מיקווה נאָך הייס וואַסער און פֿאַרדינט דרײַ קלעצלעך צוקער, צו קענען טרינקען טיי נאָכן טשאָלנט.
אויף אונדזער הויף זײַנען געווען צוויי שטיבלעך. אַ גערער־שטיבל און אַ חבֿרה־ בחורים־שטיבל. מיר זײַנען געגאַנגען דאַווענען אין דער חבֿרה־בחורים־שטיבל, געוואַרט אויפֿן קידוש און נישט איין מאָל געכאַפּט אַ טרינק בראָנפֿן מיט אַ שטיקל קוגל. פֿאָרט אַ יתום.
אויף אונדזער הויף האָבן אַממיינסטן געוווינט האַנט־וועבער מיט שטולן אין שטוב. דאָ האָבן געוווינט שנײַדער, שוסטער. געווען אַ בעקערײַ, אַ פֿערד־הענדלער און עטלעכע געוועלבער. מײַן שטיפֿמוטער איז געווען אַ שייטל־מאַכערין. כּמעט אַלע האָבן געוווינט אין איינצלנע שטיבער. דאָרט איז געווען אַלץ: דער וועבער־שטול, די קיך, ס׳בעט. דאָרט האָט מען געבוירן קינדער אָן שפּיטעלער. בלויז אַ הייבאַם איז געווען דערבײַ.
וואַנצן און לײַז זײַנען כּמעט געווען אין יעדער שטוב. מײַז זײַנען געווען אָפֿטע געסט. וועש וואַשן איז געווען אַ גאַנצע אונטערנעמונג. דאָס האָט געדויערט אַ צוויי־דרײַ טעג. אַ סך האָבן געוואַשן אַליין, אַ סך האָבן צוגענומען וועשינס. צווישן די וועשוואַשער זײַנען אויך געווען מענער. אין זכּרון איז מיר פֿאַרבליבן בערעלע וועשער. ער האָט בײַם רײַבן דאָס שטיקל וועש אויפֿן וואַשברעטל צוגעזונגען אַ לידעלע:

"איצט קומט אָן אַ בינטל רויזן
ווײַל כ׳גיי וואַשן דער באַלעבאָסטעס הויזן."

מיר האָבן אים נאָכגעשריגן:
"בערעלע וועשער! האָפּ! האָפּ! האָפּ!
אין איין שוך און אין איין זאָק."

אין באַלוט זײַנען געווען הויפֿזינגער וואָס זײַנען געגאַנגען איבער די הייף און געזונגען אָדער געשפּילט אויף אַן אינסטרומענט, און דערבײַ געבעטן נדבֿות. אויף אונדזער הויף פֿלעגט קומען דער לאָדזשער ישיבֿה־בחור. זײַן לידל איז געווען:

"וואַרפֿסט אַראָפּ אַ קאַליקע פֿון דריטן שטאָק."

זײַנען מיר געוואַקסן און אויסגעוואַקסן מענטשן און יעדער פֿון אונדז איז געגאַנגען זײַן וועג. איינער איז געוואָרן אַ שנײַדער, אַ צווייטער אַ שוסטער, אַ דריטער אַ שלאָסער און איך אַ דרוקער. די מיידלעך האָבן אָנגעהויבן צו קוקן אויף אונדז ווי אויף דערוואַקסענע און פּרובירט ווײַזן אַז זיי זײַנען אויך נישט קיין "שיפּע־זיבעלעך." עס געדענקט זיך מיר נישט קיין איין שידוך וואָס זאָל האָבן אויסגעפּיקעוועט פֿון אונדזערע קינדער־יאָרן.
דערווײַל איז לאָדזש געוואַקסן. די טעקסטיל־אינדוסטריע האָט געשמט איבער דער וועלט, נאָר אין די גרויסע פֿאַבריקן וואָס האָבן געהערט צו פּאָזנאַנסקין און אָשר כּהנען, און אַ צאָל אַנדערע ייִדישע פֿאַבריקאַנטן, האָט מען קיין ייִדן נישט צוגעלאָזט. צו קיין עפֿנטלעכע אַרבעטן האָט מען קיין ייִדן אויך נישט צוגעלאָזט.
דער "בונד" האָט אויסגעקעמפֿט, אַז מען זאָל אָנשטעלן עטלעכע ייִדישע אַרבעטער צו די עפֿנטלעכע אַרבעטן.
דערפֿאַר אָבער איז דאָס ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכע לעבן געווען רײַך אויף אַלע געביטן: טעאַטער, ספּאָרט, פּרעסע, געזאַנג־פֿאַראיינען, שולוועזן, פּאַרטייען פֿון אַלע ריכטונגען אין ייִדישן לעבן, שולעס און שילן. טעאַטער האָט מען געשפּילט אין פֿילהאַרמאָניע־זאַל, אין שטאָטישן טעאַטער, אין "סקאַלאַ"־טעאַטער, אין זאַל פֿון מאַנטויפֿיל. משה בראָדערזאָן האָט אָנגעפֿירט מיטן "אַררט." בײַ אים האָבן זיך אויסגעפּיקעוועט דזשיגאַן און שומאַכער, מאַלי פּיקאָן איז געקומען פֿון אַמעריקע. זי איז געווען אַן אָנפֿאַנגערין און געוואָרן אַ "סטאַר," אין לאָדזש ווען זי האָט געשפּילט "ציפּקע פֿײַער," און "יאַנקעלע." מאָריס שוואַרץ איז געקומען קיין לאָדזש שפּילן טעאַטער. איך קען אַזוי אויסרעכענען און אויסרעכענען...
לאָדזש האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגענע פּרעסע. צווישן זיי: דער "לאָדזשער טאַגעבלאַט," דער "לאָדזשער פֿאָלקסבלאַט." אַ צײַט איז אַרויס אַ טאָגצײַטונג דער "לאָדזשער מאָרגנבלאַט," דער "עקספּרעס," און דער "וואָכנבלאַט." די צײַטונגען האָבן געדינט דעם "בונד," די "פּועלי־ציון," "מיזרחי." צווישן זיי אויך ספּאָרט־בלעטער, אַ חודש־זשורנאַל "דער יתום," א״אַנד.
אַ פּלעיאַדע שרײַבער האָבן באַשײַנט דאָס לאָדזשער קולטור־לעבן. צווישן זיי: משה בראָדערזאָן, ישׂראל ראַבאָן (מײַן טאַטנס אַ נאָענטער פֿרײַנד), אָקרוטני, אונגער, לאַזאַר און ישׂראל קאַהאַן, קאַצענעלסאָן, יאָנאַסאָוויטש און אַ וועלט מיט אַנדערע.
שילן זײַנען געווען אין יעדער טייל שטאָט. די "דײַטשע שיל," די "אַלטשטאָטישע שיל," די "ווילנער שיל," די "באַלוטער שיל" און צענדליקער אַנדערע. עס זײַנען געווען ייִדישע ביבליאָטעקן, ספּאָרט־קלובן און געזאַנג־פֿאַראיינען, פּאַרטייען פֿון יעדן מין און נייגונג אין ייִדישן לעבן. עס האָט געשוויבלט און געגריבלט מיט ייִדישקייט. אין יעדער ייִדישער שטוב, וווּ עס זײַנען געוואַקסן קינדער, האָט מען זיך געאַמפּערט ווער עס איז דער אמתער גואל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער "בונד" האָט אויפֿגעוויזן זײַן ריכטיקע שטעלונג אין לייזן די ייִדנפֿראַגע אין פּוילן און אין דער וועלט. דער ציוניזם האָט אויפֿגעוויזן, אַז זיי זײַנען די גערעכטע. דער קאָמוניזם האָט אַלע פֿאַרשריגן און באַוויזן, אַז נאָר דורך אַ וועלט־רעוואָלוציע וועט געלייזט ווערן די ייִדנפֿראַגע, אַ סימן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט "אויסגעלייזט די וועלט." מען האָט זיך געאַמפּערט, דיסקוטירט, זיך פֿאַרשריגן, ביז אַלץ איז אָפּגעווישט געוואָרן סײַ דורך דער ברוינער בעסטיע, דעם היטלעריזם, און סײַ דורכן "רויטן ריז," דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ביידע האָבן מיט זייערע אינטריגעס און שווינדל געהאָלפֿן אומברענגען אַ טייל פֿון ייִדישן פֿאָלק און סײַ די גאַנצע דעמאָקראַטישע וועלט וואָס האָט אין אונדזער אומגליק צוגעטראָגן איר חלק.
איצט ביסטו לאָדזש מיר אַ פֿרעמדע שטאָט, פּונקט ווי באָמביי אין אינדיע. דער אונטערשייד איז וואָס באָמביי האָט מיך נישט געירשנט, באָמביי האָט נישט געהאָלפֿן אומברענגען מײַנע ברידער און שוועסטער. אָבער דו לאָדזש, האָסט מיטגעהאָלפֿן און געירשנט און הײַנט מאַכסטו דעם אָנשטעל פֿון דעם אומשולדיקן. די געשיכטע וועט אין דיר נקמה נעמען.