- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וואָס זשע האָב איך פֿון דעם הײַנט-צו-טאָג? גאָרנישט, אַ חוץ אַ קאָפּדרייעניש. איך געהער ניט צו דער קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווילן זיך גלײַך טיילן מיט דער גאָרער וועלט, ווען זיי דערהערן אָדער דערשמעקן עפּעס אַ נײַעס (שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס איך האָב די טריבונע פֿון “פֿאָרווערטס") אָדער ווען זיי מאַכן אַ פֿרישן פֿאָטאָ פֿון זייער קאַץ. מיט אַנדערע ווערטער, איך בין נאָך אַלץ ניט — לויט אַלע סימנים — פֿון דער קאַטעגאָריע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט, און האָבן נאָך אַלץ, אַפּנים, אין זינען מאַרק צוקערבערג. אין דעם זין, געהער איך נאָך אַלץ, אויב איר ווילט, צו מיטלעלטער און פֿאַרשטיי פּשוט ניט די מענטשן וואָס אַנטוויקלען אַן אמתע “פייסבוק"-מאַנקאָליע. פּסיכאָלאָגן האָבן זיך שוין אויסגעלערנט צו דערקענען סימפּטאָמען פֿון דער דאָזיקער קרענק, וואָס איז איינע פֿון אַ סך אַזעלכע אינטערנעץ-מאַנקאָליעס. אַפֿילו אָן “פֿייסבוק" פֿאַרברענג איך, למשל, זייער אַ סך צײַט בײַם קאָמפּיוטער. די בליצבריוו אַליין נעמען דאָך אָפּ אַ שטיקל לעבן. צו באַגרענעצן עס טראָג איך אין מײַן קעשענע אַן אַלטפֿרענקישן טעלעפֿאָן, אָן אַן אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ-וועלט. מישע כאַזין איז אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער און איבערזעצער פֿון רומעניש און ייִדיש. אַ דאַנק זײַן זעלטענעם טאַלאַנט, זײַנען אַ סך ווערק פֿון די ביידע ליטעראַטורן באַקאַנט געוואָרן דעם רוסישן לייענער. אַ דאַנק זײַן שאַרף אויג און שאַפֿערישער פּען, האָבן זיך באַוויזן אין זײַנע אייגענע ביכער לעבעדיקע און בולטע געשטאַלטן פֿון זײַנע מיטצײַטלער: שרײַבער, מאָלער, אַקטיאָרן, זשורנאַליסטן, געלערנטע — ייִדן און נישט ייִדן — מענטשן פֿון זײַן טאָג־טעגלעכקייט.
אין נאָמען פֿון דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע, פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן) דאָס יאָר 1963, אויפֿן היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען מער־ווייניקער אַ ווייכס, אָדער ווי מע פֿלעגט זיך וויצלען — אַ וועגעטאַרישס. סטאַלינס גוף האָט מען אַרויסגעטראָגן פֿונעם מאַווזאָליי, וווּ ער איז געלעגן לעבן לענינען; נאָכן טאָטאַלן פּאָגראָם פֿון דער ייִדישער קולטור, האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין מאָסקווע דער ייִדישער ליטעראַרישער חודש־זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", ס׳האָבן זיך באַוויזן קאָנצערט־גרופּעס, וואָס האָבן געשפּילט ייִדישע טעאַטער־שטיקלעך און מוזיק. און דאָך, איז דער מצבֿ פֿון אַ ייִדישן שרײַבער געבליבן אַ וואַקלדיקער, ווי ער וואָלט געגאַנגען נישט אויף דער יבשה, נאָר אויף אַ פֿאַרפֿרוירענעם טײַך, ווען דאָס אײַז האָט זיך קוים פֿאַרצויגן. אַ סך קלאַסישע מפֿרשים פֿרעגן טאַקע די דאָזיקע קשיא. מיר דאַכט זיך אָבער, אַז ס׳איז בעצם אַ רעטאָרישע קשיא, וואָס יעדער ווייסט שוין דעם ענטפֿער דערויף. די תּורה רעדט נישט בלויז וועגן ייִדן, דערפֿאַר הייבט זי זיך אָן דווקא מיט אַלמענטשלעכע ענינים. און כאָטש אַ סך פּרשיות אינעם חומש האָבן צו טאָן מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע מיצוות, קאָן מען נישט איגנאָרירן די אַרומיקע וועלט און מע קאָן פֿון יעדן תּורה־ענין אָפּלערנען אַן אוניווערסאַלן לימוד. מע ווייסט דאָך, אַז אין דער קריסטלעכער וועלט ווערט דער תּנ״ך אָנערקערט ווי אַ הייליקער ספֿר, וואָס דינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע און מחשבֿה פֿאַר פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע דענקער און קינסטלער במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר. אַדרבה, זענען די קלאַסישע ייִדישע פּירושים אויף דער פּרשה "בראשית" אָפֿט די לענגסטע, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער תּורה. יעדער פֿילט, למשל, אַז די מעשׂה וועגן אָדם און חוה איז אָנגעלאָדן מיט "70 פּנימער" פֿון פֿילזײַטיקן באַדײַט, וואָס יעדער מענטש קאָן אין איר געפֿינען עפּעס אַ חידושדיקע פּערזענלעכע עצה. דאָס, וואָס מע פֿרעגט כּלערליי קשיות וועגן דעם אָרט, וואָס די מעשׂה־בראשית פֿאַרנעמט אין דער תּורה, איז אַ קלאָרער אָנווײַז אויף דעם, אַז זי בלײַבט אייביק וויכטיק און רעלעוואַנט פֿאַר אַלעמען. פֿאַראייניקטע שטאַטן. — פֿופֿצן פֿירער פֿון אַמעריקאַנער קירכן און אַנדערע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס האָבן מאָנטיק אָנגעשריבן אַ בריוו, אין וועלכן זיי רופֿן דעם קאָנגרעס צו באַטראַכטן, צי די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל ווײַטער געבן ישׂראל די מיליטערישע שטיצע. די מחברים פֿונעם בריוו בעטן דעם קאָנגרעס דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג, כּדי צו באַשטימען, צי די שטיצע פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער קומט, מעגלעך, אין סתּירה מיט די אַמעריקאַנער געזעצן וועגן די אויסערן־באַציִונגען און וואָפֿן־האַנדל. אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן נישט קיין געזעצלעכע רעכט צו העלפֿן דעם צה״ל. יום־כּיפּור, אין טאָג ווען ייִדן פֿאַסטן, גיי איך אין אַן אַשכּנזישער שיל, וואָס איז ניט ווײַט פֿון מײַן וווינונג. בלעטערנדיק אַ מחזור, וואַרט איך, ווען מע וועט אָנהויבן זאָגן יזכּור. דאָס מחזורל איז מיט אַן איבערזעצונג אויף ייִדיש, לייען איך די פֿאַרשיידענע תּפֿילות. וואָס בעטן מיר בײַ גאָט? — ער זאָל אונדז פֿאַרשרײַבן אין אַ גאַנצער צאָל הימלביכער. טראַכט איך: צי נעמט טאַקע דער אייבערשטער אַ פּען אין דער האַנט אויף צו פֿאַרשרײַבן אונדז? ווער הײַנט צו טאָג אויף דער ערד, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט בוכהאַלטעריע באַניצט זיך מיט אַ פּען? — בלויז מיט אַ קאָמפּיוטער! און גאָט? מיר בעטן דאָך: פֿאַרשרײַב אונדז אין ספֿר־החיים, אין ספֿר פֿון רחמים, אין ספֿר פֿון די צדיקים, אין ספֿר פֿון פּרנסה און מזונות, אין ספֿר פֿון גאולה און ישועה, אין ספֿר פֿון זכיות, אין ספֿר פֿון סליחה און מחילה... אַגבֿ, איך האָב אויך אויסגעטראַכט פֿאַר זיך אַ ספֿר: איצט נאָכן פֿאַסטן וויסן וויל איך וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — דער פּענסיע־פּלאַן פֿון "בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל" איז לעצטנס אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין די הענט פֿון אַ דרויסנדיקן פֿאַרוואַלטער: די אַמעריקאַנער רעגירונג — אַ שריט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן זאָרג וועגן דער פֿינאַנציעלער צוקונפֿט פֿון דער אָנגעזעענער, 169־יאָריקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. מיר האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ כאָפּטע טאַשנציִערס אויף יענער זײַט ים פֿאַרן חורבן. בלאַטע, קליינע און גרעסערע גנבֿים, אַזעלכע וואָס זײַנען באַפֿאַלן מענטשן אין מיטן גאַס, אין וועג און וווּ ס׳האָט זיך געמאַכט. הײַנט לעבט מען אין אַ פֿרײַער מדינה וווּ מ׳גנבֿעט אויטאָס, מ׳באַגנבֿעט בענק, מ׳כאַפּט אַרויס בײַטלען בײַ פֿאַרבײַגייער. יעדן טאָג הערט מען אַ נײַ שטיקל אַרבעט וואָס אַ סך מאָל ענדיקט עס זיך מיט אַ ביטערן סוף. שווינדל איז געוואָרן אונדזער טעגלעך ברויט אין דער גאָלדענער מדינה. בענק, וואָל־סטריט, געשעפֿטסלײַט, הויזבאַזיצער, פּראָפֿיטירער ווי מײַדאָף און אַנדערע גנבֿים, באַנדיטן און ספּעקולאַנטן. יעדעס מאָל וואָס איך הער אַ ייִדישן נאָמען פֿאַרבונדן מיט אַ שווינדל ווער איך פֿאַרציטערט. נאָך אַלעמען, מיר זײַנען פֿאָרט אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק, אַן אויסדערוויילטע אומה. אין די טעג פֿון סוף־יאָר און אָנהייב־יאָר איז מסתּמא די בעסטע צײַט צו דערמאָנען דאָס ייִדישע ווערטל, אַז ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי. אונדזער פֿאָלק, לויטן ייִדישן לוח, לעבט 5773 יאָר און ס’איז גאָר נישט די צײַט צו זאָגן ווידוי. איז לאָמיר זיך אויך אין די טעג האַלטן בײַ דעם אַלטן מינהג, זיך אומקוקן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר און זיך באַמיִען אונטערציִען אַ שטיקל סך־הכּל. צוליב דעם וואָס די שרײַבערינס זענען ענג פֿאַרבונדן מיט דער פֿרומער קהילה — זייערע קינדער לערנען זיך אין די אָרטיקע שולן, און די מאַמעס האָפֿן, ווי אַלע פֿרומע עלטערן, צו געפֿינען אַ גוטן שידוך פֿאַר זיי — האַלטן די פֿרויען תּמיד אין זינען געוויסע גרונט־כּללים בײַם שרײַבן זייערע דערציילונגען און ראָמאַנען: אויסמײַדן מאָרדן, גוואַלד־מעשׂים, אויסגעלאַסנקייט און גראָבע ווערטער; און פֿאַרזיכערן, אַז די העלדן, וועלכע האָבן געזינדיקט, זאָלן במשך פֿונעם ווערק תּשובֿה טאָן. די פֿרומע שרײַבערין, בריטאַני ניומאַרק (אַ פּסעוודאָנים, פֿאַרשטייט זיך), איז אָבער פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. זי צענזורירט נישט די געדאַנקען און געפֿילן, וואָס ווערן אַריבערגעטראָגן אויפֿן פּאַפּיר. אין אירע דערציילונגען און פּאָעזיע, געפֿינען זיך נישט בלויז פֿרומע ייִדן, נאָר אויך סעקולערע אַקאַדעמיקער און באָהעמישע פֿרויען. אין דער דערציילונג, The Lost Girl [דאָס פֿאַרלוירענע מיידל], למשל, קומט פֿאָר אַ ליבע־סצענע צווישן אַ חרדישער חתונה־געהאַטער ביבליאָטעקאַרין און אַ צווייטער פֿרוי; און ווײַטער לייענען מיר אַ האַרץ־רײַסנדיקע סצענע, וווּ צוויי חסידישע בחורים פֿאַרגוואַלדיקן אַ מיידל אויף דער גאַס. "מײַן פֿרומקייט און מײַן שרײַבן זענען בײַ מיר צוויי באַזונדערע זאַכן," האָט ניומאַרק דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "ווען איך שרײַב מײַנע שורות, בין איך הונדערט פּראָצענט אָפֿנהאַרציק," האָט זי געזאָגט. "אָבער ווען איך פֿאַרמאַך די העפֿט, בין איך ווידער די פֿרומע טאַנטע ביילע."
אַנומלטן האָט מיך אַ באַקאַנטע פֿאַרבעטן אויף מיטאָג. זי האָט זיך דערוווּסט, אַז איך עס בייגל באַשמירט מיט ווייכן קעז, געמישט מיט ציבעלעס. האָב איך באַשלאָסן נישט צו עסן קיין פֿרישטיק צוליב דעם מיטאָג. נאָך אַלעמען, דער בייגל מיטן ווייכן קעז און ציבעלע וועט מיך זעטיקן. האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז דער מיטאָגטיש איז געווען געפּאַקט מיט געסט, באַקאַנטע און פֿרײַנד. מיר האָבן זיך נישט געזען אַ שאָק מיט יאָרן, איז געווען וועגן וואָס צו רעדן. מיר האָבן זיך דערוווּסט ווער עס האָט חתונה געהאַט און ווער עס איז געוואָרן אַ מאַמע; ווער האָּט אָנגעוווירן אַ מאַמע און ווער ס׳האָט צוגעקריגן שטיפֿקינדער. |