- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געווען בײַ אונדז אין שטעטל אַ ייִד, וואָס מע פֿלעגט אים רופֿן זיסיע־קוקורוזע. און כאָטש די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין כרושטשאָווס צײַטן, ווען דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק האָט אויף לינקס און אויף רעכטס פֿאַרזייט קוקורוזע, האָט זײַן צונאָמען "קוקורוזע", קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו כרושטשאָווס עקאָנאָמישער פּאָליטיק. זיסיע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך, אין וועלכן ס’האָבן געאַרבעט נאָר פֿרויען. איז כּדי צו מאַכן אויף די שנײַדערקעס אַן אײַנדרוק, פֿלעגט ער טראָגן אין אַ הויזן־קעשענע אַ קוקורוזע־קאַטשן, אַז די נייטאָרינס זאָלן מיינען, אַז ער האָט אין די הויזן אַ "גרויסע ווערט". ווען ס’פֿלעג שוין אָבער קומען צום ווײַזן וואָס ער קען מיט זײַן אייגענער "קוקורוזע" האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ מאַמעליגע. די אָנפֿירער פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן, דערמאָנען מיר איצטער דעם דאָזיקן זיסיע־קוקורוזע. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע וואַל־קעשענעס ריזיקע פּראָגראַמען, מע זאָל מיינען, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאָר ווערטלעכע זאַכן. און מע פֿאָכעט איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די פּראָגראַמען־"קוקורוזעס", מע גייט איבער פֿון איין פּאַרטיי אין אַ צווייטער, מע פֿאַראייניקט זיך, מע צעטיילט זיך — ס’טוט זיך חושך. אַ טייל צענטריסטן גייט איבער אין לינקן לאַגער, אַן אַנדער טייל — אין רעכטן; אָבער ניט דערפֿאַר, וואָס די אידעאָלאָגיע, צי די פּראָגראַם פֿון דער, אָדער יענער, פּאַרטיי איז זיי נענטער צום האַרצן, נאָר מע זוכט אַ פּלאַץ אין די פּאַרטיי־רשימות, וואָס זאָל זײַן נענטער צום אָנהייב פֿון דער רשימה, און קאָן גאַראַנטירן צו ווערן אַ חבֿר־הכּנסת. דאָס איז דער עיקר! געוועזענע דעפּוטאַטן בײַטן זייערע אידעאָלאָגיעס ווי דער ישׂראלדיקער וועטער בײַט זיך אום ווינטער. אָבער ווען מע קומט שוין אין כּנסת און מע דאַרף דאָרט עפּעס טאָן מיט די פּראָגראַמען פֿון די קעשענעס, לאָזט זיך אויס — אַ מאַמעליגע. שוין ווידער מלחמה־שפּאַנונג אויף די גרענעצן צום גליק, זענען אין ישׂראל ביז איצט ניט געווען קיין ערנסטע מענטשלעכע קרבנות, בלויז אַ צאָל הײַזער זענען שטאַרק באַשעדיקט געוואָרן. ס׳רובֿ ראַקעטן זענען געפֿאַלן אויף ליידיקע פּלעצער. אין די שטעט און ייִשובֿים, ווי שׂדרות, אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע א״אַנד הערשט אַ גרויסע שפּאַנונג. די שולן זענען געשלאָסן, די קראָמען — פֿאַרמאַכט; מען הערט שוין ווידער, פֿון צײַט צו צײַט, די אַלאַרם־וואָרענונגען "צבֿע אָדום". די באַפֿעלקערונג שטייט טאָג און נאַכט גרייט צו לויפֿן אין די שוצקעלערן. צה״ל, די ישׂראל־אַרמיי, האָט געענטפֿערט אויף די דאָזיקע בלוטיקע ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן. אַ צאָל אַראַבישע טעראָריסטן און ציווילע בירגער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, די מיטגלידער פֿון זײַן קאַבינעט און הויכע מיליטער־לײַט האָבן אָן אויפֿהער זיך באַראַטן און געלאָזט וויסן די אָנפֿאַלער איבער די גרענעצן, די אַראַבישע לענדער און דער וועלט בכלל, אַז "...ישׂראל וועט ניט בלײַבן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט קעגן די דאָזיקע אַטאַקעס פֿון די ראַקעטן אויף אונדזער סוּווערעניטעט". אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז אַלאַ אַקסעלראָד אַ מוזיקער, און אירע לעבנס-איבערלעבענישן נעמט זי אויף עמאָציאָנעל, בעיקר נאָכן געהער; מער דורך געפֿילן איידער דורך אַ פּראָצעס פֿון זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אַרום איר. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זי, אַ פּנים, אַרויסגעטראָגן אַ טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג, וואָס איז בײַ איר באַזונדערס בולט אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט שוועריקייטן צו קריגן אַשר-יצר-פּאַפּיר און מיט נוצן צײַטונגען פֿאַר אָט דער באַדערפֿעניש. מיט אַן אימפּעט דערמאָנט זי זיך וועגן דער דאָזיקער טראַוומע, און מע פֿילט, אַז זי האָט, נעבעך, מורא איבערצולעבן דאָס זעלבע נאָך מאָל, ווײַל אַזאַ געפֿאַר — די געפֿאַר פֿון סאָציאַליזם, און דאָס הייסט, בפֿרט, פֿון פֿאַרלירן צוטריט צו טואַלעט-פּאַפּיר — לויערט אויף אַמעריקע, אויב דאָס לאַנד וועט אויסקלײַבן באַראַק אָבאַמאַן. "די גרעסטע השפּעה אויף מיר האָט געהאַט די ייִדישע פֿאָלקסמוזיק. איך הער ניט אויף צו זײַן אַנטציקט פֿון איר. זי איז אַזוי פֿילזײַטיק. זי קען זײַן זייער פֿריילעך און אין דער אמתן זײַן טיף טראַגיש. דאָס איז כּמעט תּמיד אַ מין לאַכן מיט טרערן. אָט די דאָזיקע אייגנטימלעכקייט, די דאָזיקע מעלה פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסמוזיק איז זייער נאָענט צו מײַן פֿאָרשטעלונג פֿון דעם ווי אַזוי דאַרף מוזיק זײַן. זייער אָפֿט שאַץ איך אָפּ אַ מענטשן, לויט זײַן באַציִונג צו די ייִדן." באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג. פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן. פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט. אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס. די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט. דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער. די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט. ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן. פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון." אַ ספֿרדישע קהילה האָט אויך געהאַט אירע שילן אין דרום־בראָנקס, און דער "ספֿרדישער ייִדישער צענטער" אויף וואָלטאָן־עוועניו האָט זיך דאָרטן געפֿונען ביז די 1970ער יאָרן, ווען זי האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין פֿאָרעסט־הילס, קווינס. ס׳רובֿ ספֿרדישע בראָנקסער ייִדן זענען געקומען פֿון טערקײַ און גריכנלאַנד. אָבער אַחוץ דער רעלאַטיוו קליינער גרופּע האָבן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אָנגעפֿילט די שילן אין בראָנקס ביז די גרויסע ירידה האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף 1960ער יאָרן. הײַנט איז שוין נישטאָ ווער עס זאָל אַנטלויפֿן. אין 2003 זענען געבליבן אין בראָנקס 45,000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דעם וואָס ס׳איז געווען מיט צען יאָר פֿריִער. אין 1948 זענען געווען מער ייִדן אין בראָנקס ווי אין דער נײַער ישׂראל־מדינה. הײַנט געפֿינט זיך די גרעסטע ייִדישע קהילה אין בראָנקס אין ריווערדייל, אָבער זעלטן ווען וועט אַ ריווערדיילער ייִד זיך אָנערקענען ווי אַ בראָנקסער. די ייִדישע קהילה אין פּעלהאַם־פּאַרקוויי איז געוואַקסן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, אַ דאַנק דער אימיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן, אָבער עס זעט אויס, אַז דער צווייטער דור רוסישע ייִדן האָט זיך שוין אַריבערגעצויגן קיין ריווערדייל, קווינס און ברוקלין. וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פֿעברואַר 2011, נאָך דעם ווי דאָס מיידל האָט דערציילט, אַז ער איז געווען איר טעראַפּעווט און האָט איר געצוווּנגען, בעת דער קאָנסולטיר־סעסיע, צו טאָן סעקסועלע מעשׂים מיט אים. אָנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. לויט געוויסע קוואַלן, האָט וועבערמאַן אויך באַלעסטיקט אַנדערע סאַטמערער מיידלעך בעת זײַן כּלומרשטיקער טעראַפּיע. זינט זײַן אַרעסט, האָט די סאַטמערער קהילה, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם רבין, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פּעדאָפֿילן, טענהנדיק, אַז ער איז אומשולדיק. אַ וואַקסנדיקע צאָל מענטשן, סײַ פֿון דער חסידישער וועלט, סײַ פֿון נישט־חסידישע קרײַזן, האָבן שוין עפֿנטלעך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דער סאַטמערער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן, און פֿאַראַכטאָגן זונטיק האָט אַ גרופּע דעמאָנסטרירט פֿאַר אַ הויז אין פֿלעטבוש, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דער סאַטמערער קהילה. די גאַסטגעבער, שימי לאַקס און זײַן פֿרוי, זענען ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון די סאַטמערער געזעלשאַפֿטן, הגם זיי זענען אַליין נישט קיין חסידים. כאָטש דער בענעפֿיט איז נישט געווען ספּעציפֿיש צו העלפֿן וועבערמאַן, האָט דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, ירחמיאל לאָפּין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאָג וואָס קריטיקירט שאַרף די סאַטמערער שטיצע פֿון וועבערמאַן — דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאָזן די מנדבֿים וויסן, אַז די סאַטמערער קהילה פֿאַרטיידיקט די סעקסועלע באַלעסטיקער פֿון קינדער; בפֿרט, אַז דער ערן־גאַסט פֿונעם בענעפֿיט איז געווען נישט ווייניקער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין. אפֿשר מיינט איר, אַז אַרויסרופֿן עמעצן אויף אַ דועל איז ניט לויטן אַמעריקאַנער נוסח, אַז אונדזער מלוכה שטיצט זיך נאָר אויף געזעצן, ניט אויף געוואַלד־מעשׂים, קען איך אײַך ברענגען אַ משל פֿון אונדזערע “גרינדער־פֿאָטערס", וואָס האָבן געשאַפֿן די רעפּובליק: אונדזער ערשטער פֿינאַנץ־מיניסטער, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז אומגעקומען אין אַ דועל מיטן וויצע־פּרעזידענט אַראָן בור אין 1804. אַפֿילו דער “גרויסער באַפֿרײַער", אייברעהעם לינקאָלן, איז געגאַנגען אויף אַ דועל אין 1842, נאָר צום גליק, האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט אָן קרבנות. אַמעריקע שטאָלצירט מיט אַ לאַנגער טראַדיציע פֿון פֿירער און גענגסטערס וואָס שיסן כּסדר איינער אויפֿן צווייטן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן. ס׳איז דען דאָ נאָך אַזאַ לאַנד, וווּ דאָס רעכט צו טראָגן געווער ווערט באַשטעטיקט אין דער קאָנסטיטוציע? דווקא מיט דעם פּונקט זײַנען ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן — אָבאַמאַ און ראָמני — מסכּים. ( אַ ספּעציעלער אינטערוויו מיט עליק אלחנן, פֿון דער שיף "עסטעל" קיין עזה ) איין מאָל אַ טאָג דורך אַ סאַטעליט האָבן די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף "עסטעל" (Estelle), וואָס געפֿינט זיך די טעג ערגעץ וווּ אינעם מיטללענדישן ים אויפֿן וועג קיין עזה, אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ. אַזוי, דורכן דורכשרײַבן זיך, איז געפֿירט געוואָרן מײַן געשפּרעך מיט עליק אלחנן. עליק איז אַ שלום-אַקטיוויסט אין ישׂראל, און דערצו קען ער ייִדיש פֿון זײַנע ייִדיש־לימודים. האָבן מיר אויסגעניצט די דאָזיקע געלעגנהייט און געמאַכט דעם ספּעציעלן אינטערוויו. וואָס איז דער ציל פֿון אײַער מיסיע? וויפֿל מענטשן געפֿינען זיך אויף דער שיף? פֿון וואַנען קומען זיי? פֿון סאַמע אָנהייב האָב איך עס פֿאַרטײַטשט ווי זײַן (און, אַגבֿ, גאָר ניט אוניקאַל “זײַן") רעאַקציע אויף דער גוואַלדיקער סאָציאַלער און קולטורעלער איזאָלירטקייט, וואָס ער (און — נאָך אַ מאָל — ניט נאָר ער אַליין) האָט געפֿילט אין אַמעריקע. אַזעלכע ווי אָפּאַטאָשו האָבן זיך געקאָכט אין די אייגענע — אידעאָלאָגיש־צעברעקלטע און גאַנץ אָפּגעריסענע פֿון זייערע לייענער — אינטעלעקטועלע קרײַזן. און די דאָזיקע קרײַזן זייערע האָבן ווייניק, צי גאָרנישט, געהאַט צו טאָן מיטן ענגליש-רעדנדיקן הויפּטשטראָם. דער מצבֿ איז געווען, און נאָך מער אויסגעזען, אַנדערש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן, און דער ייִדישער שרײַבער, בפֿרט אַזאַ ווי אַפּאַטאָשוס חבֿר פּרץ מאַרקיש, האָט געהערט אויך צו אַלגעמיינע קולטורעלע קרײַזן. איך בין געווען צופֿרידן צו געפֿינען אַן ענלעכן “דיאַגנאָז" אין אַן אַרטיקל פֿון דעם זשורנאַליסט (געשריבן אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש) ישעיהו קלינאָוו, וואָס איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער ייִדישער פּרעסע-וועלט, ביז 1933 אין בערלין, דערנאָך אין ארץ-ישׂראל. טאָמער עמעצער זוכט אַ קלוגן אַנאַליז פֿון פּראָ-סאָוועטישקייט פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי יוסף אָפּאַטאָשו און דוד בערגעלסאָן, לייענט קלינאָווס “פֿאַר וואָס גייען זיי אַוועק?" אין דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “דער ייִדישער קעמפֿער", דעם 16טן נאָוועמבער 1934. |