פּובליציסטיק
פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"די גרעסטע השפּעה אויף מיר האָט געהאַט די ייִדישע פֿאָלקסמוזיק. איך הער ניט אויף צו זײַן אַנטציקט פֿון איר. זי איז אַזוי פֿילזײַטיק. זי קען זײַן זייער פֿריילעך און אין דער אמתן זײַן טיף טראַגיש. דאָס איז כּמעט תּמיד אַ מין לאַכן מיט טרערן. אָט די דאָזיקע אייגנטימלעכקייט, די דאָזיקע מעלה פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסמוזיק איז זייער נאָענט צו מײַן פֿאָרשטעלונג פֿון דעם ווי אַזוי דאַרף מוזיק זײַן. זייער אָפֿט שאַץ איך אָפּ אַ מענטשן, לויט זײַן באַציִונג צו די ייִדן."
דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש, רוסישער קאָמפּאָזיטאָר
אַ מענטש אַ חכם איז געווען דער דאָזיקער קאָמפּאָזיטאָר, דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש. וועגן זײַן געניאַלער מוזיק איז בכלל נישטאָ וואָס צו רעדן. ווען איר הערט זײַנע ווערק, איז אײַך ממש שווער צו זאָגן, — "כ׳האָב געהאַט אַ גרויסע הנאה פֿון דער מוזיק", — אָבער פֿון די ערשטע קלאַנגען פֿילט איר שוין, אַז מע האָט צו טאָן מיט עפּעס פֿון אַ ששת־ימי־בראשית־קאַטעגאָריע, — אַ מדרגה, וואָס געפֿינט זיך אויף דער גרענעץ פֿון "געטלעכע געפֿילן" און "שעפֿערישן משוגעת". אַז איר נעמט אין די הענט די פּאַרטיטור פֿון שאָסטאַקאָוויטשעס וואָקאַל־ציקל "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע", דערפֿילט איר גלײַך אין זיך אַ קליין אומבאַהאָלפֿן קינד, וואָס האָט נאָך נישט אָנגעהויבן צו רעדן, אַפֿילו אויב איר זענט דער גרעסטער מומחה אין די מוזיק־ענינים. איך רעד שוין נישט וועגן דעם, אַז ס׳איז אַ גרויסער ספֿק, צי ס׳וועט זיך אויסגעפֿינען אויף דער וועלט אַ פּאַסיקער זינגער, וועלכער וואָלט געקאָנט אויסזינגען פּונקט דאָס, וואָס שאָסטאַקאָוויטש האָט געפֿילט און געשאַפֿן.
די געשיכטע פֿון שאַפֿן דעם דאָזיקן ייִדישן וואָקאַל־ציקל איז זייער אַ באַנאַלע. אין איינעם אַ זומער, אין אַ צײַטונג־קיאָסק לעבן זײַן דאַטשע, האָט שאָסטאַקאָוויטש דערזען אַ זאַמלביכל "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע", געקויפֿט עס, און ווײַטער — דערפֿילט אין די פֿאָלקס־לידער דאָס, וואָס האָט נישט געלאָזט אים צו רו, ביז וואַנען זײַן נשמה האָט זיך ניט "אויסגעגאָסן" אויפֿן נאָטן־פּאָפּיר.
הקיצור, דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש האָט דערפֿילט, אַז אין דער ייִדישער נשמה שטעקט עפּעס אַזוינס, וואָס די ייִדן אַליין איגנאָרירן זייער אָפֿט, אָדער דערמאָנען זיך אין "דעם", ווי מע זאָגט, נאָר "איין מאָל אין פּורים". איך מיין די רעגלאַמענטירטע ייִדישע שטרעבונג צו בעטן אַנטשולדיקונג בײַ די לעבעדיקע און אַ מחילה בײַ די טויטע, ווײַט אָפּגעשיידט זאָל מען ווערן. מיט איין וואָרט — אַ מענטש נייטיקט זיך אין "סליחות" און אין אַ "סליחות־צײַט".
ווען איר נעמט אין די הענט די גרעסטע און די בעסטע זאַמלונגען פֿון די ייִדישע פֿאָלקס־לידער, זעט איר, אַז אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַרנעמען אין זיי די דיאַלאָג־לידער, דהײַנו, — ער פֿרעגט, זי ענטפֿערט, און פֿאַרקערט. דער סוף פֿון די דאָזיקע לידער איז שטענדיק דער זעלבער, — מע קומט צו אַ פּשרה און מע צעקושט זיך, ווײַל אַ מענטש נייניקט זיך אין "סליחות".
צו בעטן אַנטשולדיקונג בײַ אַ מענטשן איז שווער, אַפֿילו שווער מיט רוחות; אָבער, ווי פֿלעגט עס זאָגן מײַן קלוגע שוויגער, אונדז צו לאַנגע יאָרן, — זאָלן אונדזערע שׂונאים אַזוי לאַנג דויערן, וויפֿל ס׳וועט בײַ אײַך דויערן צו טאָן אַ גוטע זאַך. איז צו וואָס דאַרפֿן מיר האָבן אומזיסטע שׂונאים?...
איינע פֿון אונדזערע בעסטע לידער־זאַמלונגען איז "ייִדישע פֿאָלקסלידער" פֿון עמיל סעקולעץ, אַרויס אין בוקאַרעשט, אין 1959. איר קענט דאָרט געפֿינען כּמעט אַלץ, וואָס איז געווען פּאָפּולער בײַ די ייִדן אין די 1920ער ביז די 1950ער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. אָבער דער זאַמלער אַליין האָט געהאַט אַ געוויסע פּראָבלעם מיט די אינפֿאָרמאַנטן; נישט אַלע האָבן געדענקט די ווערטער פֿון אָנהייב ביזן סוף. איינע פֿון אַזעלכע פּערל איז דאָס ליד "פֿאַר דיר וועל איך קויפֿן", אין וועלכן עס פֿעלן ס׳רובֿ ווערטער. עמיל סעקולעץ ווײַזט אָן, אַז "ביידע זײַנע אינפֿאָרמאַנטן (אין די יאָרן 1944 און 1950) האָבן איבערגענומען דאָס ליד בײַ יאָסעלע לערנער, אין שטעפֿאַנעשט, סוטשאַטער געגנט, לעבן באָטאָשאַן, צוריק מיט יאָרן."
איך האָב פֿאַרשריבן דאָס ליד אין יאָר 1976, בײַ אַ וווילן ייִד, שיקע נאַדלער, פֿונעם בעסאַראַבער שטעטל רישקאָן.

— לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן,
אָט גיב איך דיר מײַן וואָרט, —
אויב כ׳וועל ווידער גיין מיט סאָסיען,
שטאַרבן זאָל איך אַפֿן אָרט,
אויב כ׳וועל ווידער גיין מיט סאָסיען
שטאַרבן זאָל איך אַפֿן אָרט.
— גוט, מענדל־סערצע, יאָ, מע קען אײַך,
יאָ, מע קען אײַך,
אַ מאַנצביל איז פֿאַרשטעלט,
אַ מאַצביל איז פֿאַרשטעלט,
ווײַל צוזאָגן און ליב האָבן
קאָסט אײַך נישט קיין געלט.
ווײַל צוזאָגן און ליב האָבן
קאָסט אײַך נישט קיין געלט.
— צוליב דיר וועל איך פֿאַרקויפֿן
מײַן געלן לאָשיק
און כ׳וועל קויפֿן אַ שקאַפּקעלע אַן אַנטיק.
מיט די שענסטע פֿאַעטאָנען
וועל איך זי שפּאַנען,
און כ׳וועל דיך קאַטײַעווען* אומזיסט.
— איך דאַרף נישט אומזיסט,
כ׳וועל גלײַכער באַצאָלעווען,
אַבי נישט צו פֿאָרן מיט דיר,
אַבי נישט צו פֿאָרן מיט דיר.
און טאַקע מענדל־קאַטשקע,
ער גיט מיר די וויאַטשקע**
און בעט מיך אַף אַ שפּאַציר.
— טאָ וועל איך דיר קויפֿן
קרעלן מיט וועניטשקעס***,
און פּודרע מיט וואָדיקאָלאָן****,
פּודרע מיט וואָדיקאָלאָן...
איך וועל דיך אויספּוצעווען
מיט זײַדענע פּליאַטיצעס*****,
ווי אַ דאַמע פֿונעם גרעסטן סאַלאָן.
— איך דאַרף נישט דײַנע דאַמעצעס,
איך דאַרף נישט דײַנע פּליאַטיצעס,
אַ כּפּרה זיי ביידע פֿאַר מיר,
אַ כּפּרה זיי ביידע פֿאַר מיר,
— אוי, בראָנציע־בראָנטשעניו,
זײַ נישט אַ פּאַסקודניצע
און בלאָז זיך נישט אָן, ווי אַ פּאָכיר.
— איך דאַרף נישט דײַנע פּליאַטיצעס,
איך דאַרף נישט דײַנע דאַמעצעס,
איך דאַרף נישט דײַן וואָדיקאָלאָן...
אַבי דו ביסט מײַנער,
אוי, מענדל־סערצע,
בײַ מיר ביסטו ווערט אַ מיליאָן.

שירע גאָרשמאַן, זכרונה לבֿרכה, מײַנע אַ לערערקע און אַ פּרעכטיקע ייִדישע שרײַבערין, פֿלעגט מיר תּמיד זאָגן: "מעכל, געדענק, ניט אַזוי דאָס קעלבל וויל זויגן, ווי די קו וויל אויסגעזויגט ווערן".
גאָטעניו, אַז איך גיי שוין יאָ צו די "סליחות", טאָ זאָל איך כאָטש האָבן בײַ וועמען צו בעטן...



* קאַטײַעווען — אַרומפֿירן
** וויאַטשקע — סימפּאַטיע
*** וועניטשקעס — געמיינט, פֿאָכערס
**** וואָדיקאָלאָן — אָדעקאָלאָן
***** פּליאַטיצעס — קליידלעך