פּובליציסטיק
פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַנט האַלט אַ פּאָרטרעט פֿונעם "כעזבאָלאַ"־פֿירער כאַסאַן נאַסראַלאַ, דעם 21סטן נאָוועמבער 2012, לעבן דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע
אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַנט האַלט אַ פּאָרטרעט פֿונעם "כעזבאָלאַ"־פֿירער כאַסאַן נאַסראַלאַ, דעם 21סטן נאָוועמבער 2012, לעבן דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע
Credit: Getty Images
... עס שטייט געשריבן: "און מײַן פֿײַנט זאָל זען, און ס׳זאָל אים די בושה פֿאַרדעקן".
מדרשים, אויפֿן ים
"און גאָט איז זיי געגאַנגען פֿאָרויס, בײַ טאָג — מיט אַ וואָלקנזײַל..."
מדרשים, יציאת־מצרים

גאָט צו דאַנקען, דער הוראַגאַן "סענדי" און די "וואָלקנזײַל"־אָפּעראַציע זײַנען פֿאַרבײַ. מיר האָבן פֿאַרמאַכט די צעגליטע טעלעוויזיעס, אויפֿגעהערט צו באַקומען די שרעקלעכע פֿאָטאָס פֿון די צעשמעטערטע דירות פֿון אונדזערע ניו־יאָרקער קרובֿים, און זיך אומגעקערט צום שטייגער־לעבן. אָבער, ווי עס פֿלעגט זאָגן מײַן וויזשניצער רבי, — גאָט איז אַ פֿאָטער, אויב נישט קיין טשיריק איז אַ בלאָטער.
מע ווערט עלטער און דווקא די קרענק דערמאָנען דיר, אַז דו ביסט נאָך לעבעדיק. יעדעס מאָל, ווען איך הייב אָן קרעכצן און שרײַען, אַז אָט די מינוט גיי איך שטאַרבן, און וואָס גיכער זאָלן קומען די קינדער צו הערן ווי איך זאָג די לעצטע "קרישמע", ענטפֿערט מיר מײַן פֿרוי, אַז איך רעד סתּם אין דער וועלט, גאָלע נאַרישקייטן; ווײַל זי, ס׳הייסט מײַן פֿרוי, איז זיכער, אַז "די לעצטע דורות פֿון די ייִדישע שרײַבער זײַנען געבענטשט מיט אַריכות־ימים. און בכלל, גיט זי שטענדיק צו, אויב דאָס לעבן איז אַ באַשערטע זאַך, לעבט מען אַזוי לאַנג ווי דיר איז באַשערט. און פֿאַרגעס נישט, אַז דו ביסט דאָך אַ שטיקל ייִדישער שרײַבער".
יאָ אַ שרײַבער, ניט קיין שרײַבער, אָבער אַז מע לעבט פֿון אַ סירענע צו אַ סירענע, ליגט מיר נישט דער קאָפּ אַרײַנצוקוקן אין אַ בלאַט, און דאָ פּלוצעם איז געוואָרן מחיה־שטיל, און כ׳האָב איבערגעבלעטערט אַ פּאָר אייראָפּעיִשע עלעקטראָנישע צײַטונגען, און דערזען, אַז בעת דער מלחמה, אַחוץ די "פֿאַרשטענדלעכע" פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען אויך פֿאָרגעקומען אַ פּאָר דעמאָנסטראַציעס אין עטלעכע שטעט פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דהײַנו, אין דער רוסישער מאָסקווע, אינעם גרוזינישן טביליסי און אין מאָלדאַווישן בעלץ. דער מחבר פֿונעם עלעקטראָנישן אַרטיקל (צום באַדויערן, כ׳האָב ניט געפֿונען זײַן נאָמען) האָט ביטער געטענהט, אַז אויף דער אַנטי־כאַמאַס־דעמאָנסטראַציע אין מאָסקווע איז ניט געקומען קיין איין פֿאָרשטייער פֿון די גרויסע רוסלענדישע ייִדישע קולטור־טוערס; אַפֿילו די, וועלכע האָבן אַחוץ דער רוסישער אויך די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. און דער מחבר פֿונעם אַרטיקל ברענגט אַ גאַנץ פֿײַנע רשימה פֿון די באמת גרויסע רוסלענדישע קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. מילא, ניט געקומען איז ניט געקומען... מסתּמא, זײַנען זיי אַלע געווען באַשעפֿטיקט מיט מער וויכטיקע זאַכן ווי צו זאָגן אַ נחמה־וואָרט זייערע זיידע־באָבעס, טאַטע־מאַמעס, ברידער־שוועסטער, און סתּם סימפּאַטישע מענטשן. כ׳האָב נאָך אַ מאָל איבערגעלייענט די לאַנגע רשימה פֿון די באמת באַוווּסטע רוסיש־ייִדישע קינסטלער, אַ גרויסע טייל פֿון וועלכע איז באַצייכנט געוואָרן מיט פֿאַרשיידענע מעדאַלן און טיטולן פֿאַר די אויסערגעוויינטלעכע דערגרייכונגען אין דער בוראַטישער, קאַזאַכישער, אינגושעטישער, אַזערישער און נאָך אַ פּאָר צענדליק אַנדערע קולטורן, אַחוץ פֿון דער אייגענער, ס׳הייסט, די ייִדישע קולטור... און צו מײַנע ליפּן האָט זיך גלײַך צוגעקלעפּט אַ קליין, אָבער זייער אַ ביטער וואָרט — אַ בושה. און כ׳האָב זיך דערמאָנט אין אַ בייזן און שטעכיקן רוסישן אויסדרוק וועגן יענע מענטשן, וועלכע האָבן "פֿאַרלוירן דעם לעצטן טראָפּן בושה", דהײַנו — "דאָרט, וווּ בײַ אים איז פֿריִער געווען דאָס געוויסן, איז אויסגעוואַקסן ‘אַ כריין מיט אַ רעטעך’."
כ׳האָב אַפֿילו ניט באַוויזן אַרויסצורעדן דאָס וואָרט "בושה", ווי מײַן אויג האָט זיך אָנגעשטויסן אויף אַ צווייטן אַרטיקל, וועגן דעם זעלבסטמאָרד פֿון אַ באַשיידענער בריטישער קראַנקן־שוועסטער דזשאַסינטאַ סאַלדאַניאַ, אַ רחמנות אויף איר, וועלכע האָט ניט געקענט איבערלעבן די שרעקלעכע בושה און דעם בזיון, וואָס ס׳האָבן אָנגעוואָרפֿן אויף איר אַ פּאָר אומשׂכלדיקע זשורנאַליסטן פֿון אויסטראַליע. מילא, די צוויי טיפּשעשאָקער אידיאָטן, אָבער דער רעדאַקטאָר?... צו וואָס פֿאַר אַ קרענק קוועטשט ער דאָרטן די באַנק, אין דער רעדאַקציע מיין איך? פּשוט, אַ פֿינצטערע בושה!!!
גאָטעניו, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, הייסט עס, אַז די בושה איז נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון דער וועלט, אויב זי, די בושה, קען דערהרגענען אַן איידעלע נשמה?... הייסט עס, אַז די עטישע נאָרמעס זײַנען דערווײַל ניט אָפּגעמעקט געוואָרן פֿון דער וועלט?... הייסט עס, אַז די עשׂרת־הדיברות וועלן ווײַטער דינען די מענטשן?... און אונדזערע שכנים־שוועסטערקינדער וועלן אויפֿהערן צו טאַנצן פֿון גליק נאָך יעדן "געלונגענעם ראַקעטן־שאָס" אויף תּל־אָבֿיבֿ?... און אונדזערע אייגענע ברידער און שוועסטער אין רוסלאַנד וועלן זיך אַ מאָל דערמאָנען אין זייערע ישׂראלדיקע, איראַנישע, זימבאַבווישע, סירישע קרובֿים און וועלן אויפֿהערן צו לעקן יענעמס דעם תּ...
סטאָפּ!!! ייִדיש איז טאַקע אַ גרויסע שפּראַך, אָבער "אַ כריין מיט אַ רעטעך" איז אויך גענוג שאַרף. און בכלל, שטייט דאָך געשריבן, — רחמנא ליבא בעי — נאָר גאָט קען מענטשנס האַרץ, און דעם טײַטש דערפֿון האָט מיר אַ מאָל אויפֿגעקלערט מײַן גרויסער לערער, שלמה שווײַצער, אונדז צו לאַנגע יאָרן, — "זאָלסט קיינעם ניט מישפּטן, ווײַל אַ מענטש קען ניט וויסן די כּוונות פֿון יענעמס האַרץ". דעריבער בין איך שטאָלץ און גליקלעך, אַז "מײַן" צײַטונג, דהײַנו "פֿאָרווערטס", וועט קיין מאָל ניט איבערטרעטן די שוועל פֿונעם געוויסן, אַפֿילו ווען דער רעדאַקטאָר וועט אַרויסקריגן אַן עקסטרע סענסאַציאָנעלע נײַעס, וואָס קען, חלילה, שאַטן אַ מענטשן, ווײַל "פֿאָרווערטס", פּונקט אַזוי ווי "די בושה" איז געווען און געבליבן אַ שטוטשנע סחורה.