- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן ניט געקאָנט גלייבן וואָס אונדזערע אויערן האָבן געהערט אויף דער ראַדיאָ, ווען הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו, אַליין אַ געראַטעוועטער פֿון חורבן, איצט פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם"־ראַט האָט מיט אַ ציטערנדיק קול פֿאַרדאַמט דעם דאָזיקן קרימינעלן אַקט. אונדזערע אויגן האָבן ניט געוואָלט גלייבן, ווען מיר האָבן געזען אויף דעם טעלעוויזיע־עקראַן, און מיט עטלעכע טעג שפּעטער — אויף דעם שער־בלאַט פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס", פֿון יוני 15—21 — דאָס שוידערלעך בילד פֿון גראַפֿיטי־אויפֿשריפֿטן אויף דעם "מויער פֿון געדענקען" און אויף דעם דענקמאָל פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אין "יד־ושם", וואָס זענען געשריבן געוואָרן מיט "פֿרומע" ייִדישע הענט: "אם היטלר לא היה, הציונים היו ממציאים אותו" — ווען ס’וואָלט ניט געווען קיין היטלער, וואָלטן די ציוניסטן אים דערפֿונדן"; ווי אויך אַ צאָל אַנדערע, שמוציקע באַשולדיקונגען קעגן מדינת־ישׂראל, אירע מנהיגים און קעגן צה״ל, דער ישׂראל־אַרמיי. דערווײַל האָט די ישׂראל־פּאָליציי נאָך אַלץ ניט געכאַפּט און ניט אַרעסטירט די דאָזיקע פֿאַרברעכער. די זיכערהייט־אינסטאַנצן וועלן זיכער דערגיין ווער עס איז געשטאַנען הינטער דעם דאָזיקן אומפֿאַרשעמטן אַקט. אַ פּאַראַדאָקס! ווען בית די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס בעטן מיר, אַז די ייִדן, בײַ וועלכע מיר נעמען אינטערוויוען, זאָלן דערציילן וועגן זייער לעבן נאָך דער מלחמה (עס גייט די רייד וועגן אַ צײַטאָפּשניט פֿון מער ווי זעכציק יאָר), האָבן זיי נישט וואָס צו דערציילן! — קוקט נישט אַרײַן אין מײַן צײַטונג, איר גנבֿעט בײַ מיר פֿון מויל אַרויס די שענסטע תּשובֿות... אַ גילגול פֿון אַ תּשובֿה אַ בינטל מחשבֿות צום וואָרט מיט אַן אומבאַקוועם געפֿיל שרײַב איך איצט די דאָזיקע שורות, אינספּירירט פֿון אַ מאמר, וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון דעם 13—19 אַפּריל דאָס יאָר, אויף דער זעלבער זײַט, אויף וועלכער עס פֿלעגט אין משך פֿון 14 יאָר דערשײַנען רעגולער דער קאָלום מיט מײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿון ישׂראל. איך מיין דאָ דעם מאמר פֿון דעם חשובֿן ד"ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק) אונטערן קעפּל "ייִדישע טעמאַטיק", אין וועלכן ער באַהאַנדלט דעם כאַראַקטער און אופֿן פֿון אָפּמערקן דעם "טאָג פֿון אומקום און גבֿורה", דעם יאָרטאָג פֿון דעם ייִדישן חורבן אין אייראָפּע. איך האָב באַוווּנדערט דעם חשובֿן מחבר פֿון דעם מאמר מחמת דער געניטער פּראָפֿעסיאָנעלער לײַכטקייט, מיט וועלכער ער באַהאַנדלט אַזאַ שווערע, אַזאַ פּײַנלעך אָנגעווייטיקטע טעמע, און באַזונדערס די לײַכטקייט מיט וועלכער ער ברענגט אַרויס זײַן עצה צו דערטיילן אַ רעליגיעזן סטאַטוס די יערלעכע אָנדענק־אַקטן פֿון דעם "יום השואה", ווי מען רופֿט אים אין ישׂראל. אָט די כּלומרשט זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע לײַכטקייט האָט מיך אָבער אויך טיף שאָקירט. דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום. אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל. אַן אומעטיקע אײַנגעהאַלטנקייט האָט געהערשט יענעם מיטוואָכדיקן פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג". קיין שום אַפּלאָדיסמענטן האָבן נישט באַגלייט דעם אויפֿטריט פֿון די פֿאַרשיידענע אָנטייל־נעמער, נישט די קינסטלערישע אויפֿפֿירונגען, אויך נישט די מינדלעכע אויפֿטריטן, אַזוי ווי ס’איז אָנגענומען בײַ טרויער־פֿאַרזאַמלונגען, און דער דאָזיקער מינהג האָט נאָך מער פֿאַרשווערט די סײַ ווי דריקנדיקע שטימונג. די באַקאַנטע פֿידלערין חיה ליבֿני האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער טרויער־אַטמאָספֿער, שפּילנדיק מאָריס ראַוועלס "קדיש" און נאָך דעם אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישע לידער וואָס, דאַכט זיך, זיי וויינען אַרויס פֿון איר "ייִדיש פֿידעלע". אַן אַקטיווע באַטייליקונג האָט יענעם פֿרימאָרגן געהאַט דער כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג" אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַליזאַ בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו; געזונגען האָט דער כאָר אַן אָפּקלײַב פֿון צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער, וואָס האָבן באַקומען דאָס מאָל אַן אומעטיקע צוגאָב־דימענסיע. די טרויער־ליכט האָבן ווי שטענדיק אָנגעצונדן די חורבן־לעבנס־געבליבענע, וואָס זײַנען כּמעט אַלע זינגערס פֿונעם כאָר. אָנהייבן וועל איך אַזוי, ווי שלום־עליכם הייבט אָן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס": משה העס איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט באָן (דײַטשלאַנד) אין יאָר 1812 אין אַ משפּחה פֿון רבנים און תּלמידי־חכמים. זייער הויז האָט געטובֿלט אין פֿרום ייִדישן גײַסט ווײַט פֿון די נײַע ווינטן וואָס האָבן דאַן אַרומגעכאַפּט די ייִדישע סבֿיבֿה. זייער הויז איז געווען פֿון רײַכן סוחרישן שטאַנד. דער קליינער משה האָט זיך דערצויגן אין דער היים פֿון זיידן וואָס איז געווען אַ ייִד פֿון אַלטן שניט ייִדישע סוחרים תּלמידי־חכמים, וואָס אײַנגעטונקען אין ייִדישע לעבנסזאַפֿטן, האָבן זיי געהיט דעם גײַסט פֿון ייִדישן לעבן. משה העס האָט פֿון זיידן גאַנצע עמערס ייִדיש וויסן געשעפּט. דער פֿרום־האַרציקער ייִד האָט באַאײַנדרוקט דאָס קינד מיט זײַן וויסן, מיט זײַן טיפֿער אמונה אין נצח־ישׂראל — ער האָט אים באַאײַנדרוקט מיט זײַן האַרבן געשטעל לגבי די אַסימילאַטאָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" טוט משה העס דערמאָנען דעם זיידן זײַנעם: "אַ גאַנץ יאָר, נאָך זײַנע טעגלעכע געשעפֿטן, פֿלעגט דער זיידע ביז האַלבער נאַכט לערנען תּלמוד מיט מפֿרשים: ער פֿלעגט לייענען פֿאַר זײַנע אייניקלעך אַגדות וועגן חורבן־ירושלים, און די שניי־ווײַסע באָרד פֿון אַלטן מאַן האָט זיך באַנעצט מיט טרערן. יאָ — אויך מיר, קינדער, פֿלעגן נישט קאָנען אײַנהאַלטן זיך פֿון געוויין; באַזונדערס, ווען ער האָט דערציילט ווי די מאַמע רחל איז אויפֿגעשטאַנען פֿון קבֿר און געקלאָגט אויף אירע אומגליקלעכע קינדער". אין אינטערנעץ אויף You Tube געפֿינט מען "טום־באַלאַלײַקע" אין דער אויספֿירונג פֿון דרײַ חזנים אין דער אַמסטערדאַמער פּאָרטוגעזישער שיל — נפֿתּלי הערשטיק, אַלבערטאָ מיזרחי און בן־ציון מילער. זייער זינגען ווערט באַגלייט פֿון אַן אָרקעסטער און אַ וואָקאַלער גרופּע. דאָס זינגען זייערס מאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק. פֿאַר מיר איז אָבער וויכטיק געווען נאָך איין זאַך — די ערנסטע באַציִונג אי פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, אי פֿון די חזנים צו אַ ייִדיש ליד, צו אַ טעקסט אויף ייִדיש. כ’מיין נישט, אַז אַלע צושויער אין דער פֿולגעפּאַקטער אַמסטערדאַמער סינאַגאָגע, וואָס האָבן שטורמיש אַפּלאָדירט נאָך דער אַרויסטרעטונג, האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש. מע וואָלט געקענט, מסתּמא, איבערזעצן די ווערטער פֿון דעם ליד אויף האָלענדיש, אַז אַלע זאָלן עס פֿאַרשטיין, אָבער וואָס פֿאַר אַ טעם וואָלט עס געהאַט?... וואָס פֿאַר אַ טעם האָבן, צום בײַשפּיל, די פֿאָרשטעלונגען אויף דער רוסישער שפּראַך פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער "שלום"? דער פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון רוסלאַנד, אַלעקסאַנדער לעווענבוק, וואָס פֿירט אָן מיט דעם ייִדישן(?) טעאַטער האָט געגעבן אַן אינטערוויו, אויף רוסיש, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַן באַזוכן ישׂראל, וועלכן מע קאָן אויך געפֿונען אין אינטערנעץ. לייענענדיק דעם דאָזיקן אינטערוויו, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם ווערטל: אַ ייִד אַ חכם מאַכט זיך נישט תּמעוואַטע. נאַט אײַך איין בײַשפּיל פֿון דעם שמועסט: ווער איז געווען בראָניסלאַוו הובערמאַן? בראָניסלאַוו הובערמאַן, דער געבוירענער אין דער פּוילישער שטאָט טשענסטאָכאָוו, איז געווען אַ זעלטענער פֿאַרטײַטשער פֿון נגינה: ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אויסנאַמיקע טעכנישע באַגאַבונג, טעמפּעראַמענט און גײַסט. הובערמאַן איז געווען אַ וווּנדערקינד! דער ערשטער מבֿין אויף אים איז געווען זײַן טאַטע דער אַדוואָקאַט, אַ מוזיקער פֿון זעלבסטבילדונג. דער פֿאָטער, ווען ער האָט אים גענומען אין די הענט אַרײַן, איז ער איבערראַשט געוואָרן פֿונעם געוואַלדיקן טאַלאַנט פֿון זײַן קינד. דער קליינער יונג האָט געמאַכט קאָלאָסאַלע פֿאָרשריטן. עפּעס דערציילט מען מופֿתים פֿון קליינעם בראָנעק! צו פֿינף יאָר איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ פּוילישן אַריסטאָקראַטישן סאַלאָן און פֿון זכּרון איבערגעחזרט די פֿידל־שאַפֿונג, וועלכע דער אָפֿיציעלער גאַסט־פֿידלער האָט אויסגעפֿירט! דער עולם איז געווען דערשטוינט — אַ קינד זאָל אַזעלכס באַווײַזן! ער וואַקסט אַ גאָון, דער קליינער יונג! הכּלל, די געסט האָבן זיך שוין אַוועקגעשטעלט אין דער ריי אויסצוקושן דאָס אויסנאַמיקע קינד. לענגויס אַ דאָרפֿישן טראָטואַר גייט אַ היגער לערער מיט זײַן זעקס־יעריק טעכטערל. אין מיטן וועג פֿאָרט דורך אַ נײַער אויטאָ. דער שאָפֿער פֿונעם אויטאָ גיט אַ סיגנאַל. דאָס טעכטערל פֿרעגט: — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? — דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער! זיי גייען ווײַטער. נאָך איין אויטאָ פֿאָרט דורך און גיט אַ סיגנאַל. — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? — דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער! די דריטע מאַשין גיט דעם לערער אַ סיגנאַל. — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? הונדערטער פּערסאָנאַזשן האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די דערציילונגען פֿון יענטע מאַש; און אויב עמעצער אין דער צוקונפֿט וועט וועלן אויפֿשטעלן אַן אַנטראָפּאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד און ייִדענע, מוז מען אויך אַרײַנקוקן אין די ווערק פֿון יענטע מאַש. מיר ווינטשן אײַך געזונט און פֿרייד פֿון אײַער שאַפֿערישקייט, וואָס פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם אָרון־קודש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. רעדאַקציע אַלע אין שטאָט האָבן זי געקענט און קיינער האָט נישט געוווּסט איר אמתן נאָמען. קיינער האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען זי שטאַמט און בכלל ווער זי איז, אַ ייִדישע צי אַ קריסטלעכע. האָט מען זי אויפֿגענומען אַזוי ווי זי איז געווען און אויך צו דעם מאָדנעם נאָמען מאָנאַ־לייזיע, וואָס מ’האָט איר צוגעזעצט הינטער די אויגן; זיך באַצויגן ווי צו אַ פֿאַרשטענדלעכער זאַך, ווײַל... נאָך אַלעמען, איז זי קיינעם נישט אַזוי שטאַרק אָנגעגאַנגען. |