פּערזענלעכקײטן
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַבֿרהם סוצקעווער
כ׳וועל אָנהייבן פֿון די שורות:
איצט שלאָפֿן די פֿידלען פֿאַרפֿרוירן אין שניי,
כאָטש דער ניגון איז נאָך וואַרעם
און ריזלט ווי בלוט אין זיי…

צי ווייסטו, טײַערער לייענער, ווער ס׳האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע שורות? צי געדענקט איר, ליבהאָבער פֿון די "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" די שורות:
אין טונקלעניש פֿון צימער האָט מײַן טיש געכליפּעט:
— העלף! איך וויל ווערן צוריק אַ בוים.

צי נאָך אַ סטראָפֿע:
איצט בין איך אַ קריגל מיט קוואַלנדיקן ווײַן.
ס׳האָט גאָט די זיסטע טרויבן אויסגעקוועטשט
און געגאָסן זיי אין מיר אַרײַן.
דאָס קריגל קערט זיך אום צו ליים.
און דער ווײַן —
צו גאָט אַהיים.

כ׳האָב זיך פֿאַרליבט אין יעקבֿ פֿרידמאַנס לידער, וועלכע איך ברענג העכער צופֿירן, נאָך אין קעשענעוו, איבערלייענענדיק זײַן ביכל: "די לעגענדע נח גרין", וואָס איז דערשינען אין 1960 אין ניו־יאָרק. דאָס ביכל האָט מיר געגעבן צו לייענען יחיאל שרײַבמאַן, וועלכער האָט זייער הויך געשאַצט יעקבֿ פֿרידמאַנס שאַפֿונג.

רעליגיע, קהילה־לעבן

מיר זענען שוין אין מיטן פֿון חודש אלול. די הייסע זומערטעג זענען שוין כּמעט פֿאַרבײַ. די קילע ווינטן אין די אָוונטן זאָגן אָן דעם אָנקום פֿון דעם האַרבסט, און די קלאַנגען פֿון דעם שופֿר נאָך די סליחות אין די פֿרימאָרגנס, זאָגן אָן, אַז אָט, אָט וועלן מיר באַגעגענען ראָש־השנה פֿון דעם אָנקומענדיקן, נײַעם יאָר, תשע״ג.

הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, האָט לויט דעם באַשלוס פֿון דעם חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל, דער נײַער שוליאָר זיך אָנגעהויבן דעם 27סטן אויגוסט, מיט 5 טעג פֿריִער, ווי געוויינטלעך, כּדי די תּלמידים זאָלן באַווײַזן באַצײַטנס זיך צוצוגרייטן ווי געהעריק צו די ימים־נוראָים.

געשיכטע
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לייב קוויטקאָ צווישן זײַנע יונגע לייענער
די דאַטע 12טער אוי גוסט 1952 איז אַ בלוטיקער פּונקט אין די ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער און לייב קוויטקאָ. בלויז אַ פּונקט! נאָר דורך דעם דאָזיקן פּונקט האָבן מיר, צום באַדויערן, אויפֿגעהערט צו זען דעם גאַנצן זאַץ, וואָס שטייט פֿאַרן פּונקט און וואָס הייסט — לעבן! דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון די דערשאָסענע ייִדישע שרײַבער. פֿאַר אַ סך הײַנטיקע יונגע ייִדישיסטן זענען בערגעלסאָן, האָפֿשטיין, מאַרקיש, פֿעפֿער און קוויטקאָ שרײַבער, וועלכע מע האָט דערשאָסן דעם 12טן אויגוסט. און אויף דעם פֿאַרענדיקן זיך זייערע קענטענישן, וועגן די דאָזיקע קרבנות פֿונעם סטאַלין־רעזשים. די טראַגעדיע פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור באַשטייט ניט נאָר אין דעם, וואָס מע האָט אומגעבראַכט אירע בעסטע פֿאָרשטייער, נאָר אויך אין דעם, וואָס מע דערמאָנט זיך אין זיי נאָר דעם 12טן אויגוסט! די שוואַרצע ליכט פֿון דעם דאָזיקן בלוטיקן טאָג האָט פֿאַרבלענדט די העלע שײַן פֿון זייער שאַפֿן. די דאַטע, מיין איך, האָט קיין שום שײַכות נישט צו ליטעראַטור. דאָס איז אַ היסטאָרישער פֿאַקט, מיט אַ פּאָליטישער באַפֿאַרבונג. נישט אומזיסט קומען אין ישׂראל צו די אונטערנעמונגען, וועלכע מע פֿירט דורך אין דעם טאָג, דעפּוטאַטן פֿון כּנסת. פֿאַר פֿאַרשיידענע פּאָליטישע ספּעקולאַנטן איז דאָס אַ מעגלעכקייט אַן איבעריק מאָל אַ שפּײַ צו טאָן אין דער ריכטונג פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע ליטעראַטור ליגט זיי אין דער זיבעטער ריפּ.

נײַעס
פֿון יוסף געלסאָן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לאַנגע יאָרן גייט אָן אַ שטילע אָבער אַ כּסדרדיקע פֿאַרניכטונג פֿון די אַרכיטעקטור־רײַכע ייִדישע קוואַרטאַלן אין דער אַלטער שטאָט לעמבערג. לעצטנס, האָט מען זיך גענומען פֿאַר דער שיל "חידושים" אָדער "יעקבֿ גלאַנזער־שיל" (געבויט פֿון 1840 ביזן יאָר 1843) — איינע פֿון די צוויי פֿאַרבליבענע שילן אין דער שטאָט, וועלכע געפֿינט זיך אין דער אַלטער היסטאָרישער קראָקער געגנט.
צו פֿאַרשטיין בעסער וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר, לאָמיר זיך דערמאָנען אין עטלעכע וויכטיקע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע. נאָך דעם ווי דער פּוילישער קיניג קאַזימיר האָט אין 1340 פֿאַרכאַפּט לעמבערג, די הויפּט־שטאָט פֿון גאַליציע, האָט ער געהייסן אַריבערטראָגן דעם צענטער דרומדיקער, נענטער צום לאַטײַנישן קוואַרטאַל, וווּ ס׳האָבן שוין לאַנגע יאָרן געוווינט ייִדן.
די נײַע שטאָט, וואָס האָט אין יאָר 1356 באַקומען איר באַזונדערן סטאַטוס, האָבן באַזעצט די דײַטשישע קאָלאָניסטן; צוזאַמען מיט זיי זײַנען אין לעמבערג געקומען די ייִדן. האָט זיך שוין אַזוי באַקומען, אַז אין לעמבערג זינט דעם 14טן יאָרהונדערט ביזן יאָר 1756 האָבן עקזיסטירט צוויי ייִדישע קהילות: איינע אינעם באַפֿעסטיקטן טייל, און די צווייטע איז געבליבן אין דער קראָקער געגנט. אין 1624, בעת אַ הייסן זומער, איז די קראָקער געגנט פֿאַרברענט געוואָרן. דעמאָלט האָט דער קיניג דערלויבט די ייִדן אויפֿצושטעלן אַ נײַע גאַס — פֿון דעם אַלטן מאַרק ביזן טײַך פּאָלטווע, אויפֿן שטח פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "פּאָזנאַן־הויף", וואָס האָט געהערט צו דער מאָשקאָוויטש־משפּחה.

געשיכטע
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צווייטער צוזאַמענטרעף פֿון דער שרײַבער־גרופּע "יונג־ישׂראל" אין קיבוץ יגור, פֿרײַטיק און שבת, דעם 24־25סטן אָקטאָבער 1952. עס שטייען, פֿון רעכטס: אַבֿרהם רינצלער, רחל פֿישמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יאָסל בירשטיין, אַבֿרהם סוצקעווער, רבֿקה באַסמאַן, משה גורון, משה יונגמאַן, צבֿי אײַזנמאַן און שלמה וואָרזאָגער
אויך אַ קולטור־אַנשטאַלט, אַזוי ווי יעדע לעבעדיקע באַשעפֿעניש נייטיקט זיך אין מזל. און דער ייִדישער קולטור־קרײַז אונטער דער אָנפֿירונג פֿון סאָניאַ ראָזענבערג, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט פֿריִער אין לייוויק־הויז און הײַנט אין בית שלום־עליכם, איז געבוירן געוואָרן נישט אַנדערש ווי אונטערן סימן פֿון מזל.
שווערע אַרבעט, איבערגעגעבנקייט, אויסדויער זײַנען די אויסגעשפּראָכענע כאַראַקטער־שטריכן וואָס באַצייכענען סאָניאַס טעטיקייט מיט דעם קולטור־קרײַז אונטער איר אויפֿזיכט. דער לעצטער צוזאַמענקום פֿון סעזאָן — שוין כּמעט אַ טראַדיציע — ווערט געווידמעט דעם פֿאָרטראָג פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, דאָס מאָל וועגן “יונג־ישׂראל" — די לעגענדאַרע גרופּע פֿון ייִדיש־שאַפֿונג אין ישׂראל, וווּ רבֿקה באַסמאַן איז געווען אַ טייל פֿון איר.
רבֿקה באַסמאַן, וואָס טריפֿט מיט דיכטונג, ווי פֿון אַן אייביקן קוואַל, און איז אַזוי ברייטגיביק מיט איר אייגענער פּאָעזיע, גיט זיך לײַכט נישט איבער, ווען זי דאַרף דערציילן וועגן אירע “יונג־ישׂראל"־קאָלעגן און חבֿרים און איבער זייער שאַפֿונג. דעריבער זיצט דער עולם אַזוי געשפּאַנט און וואַכזאַם אויסצוהערן דעם פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט אירן. זיי ווייסן נישט גענוי, אָבער אינטויִטיוו פֿילן זיי, אַז דאָ הערן זיי זיך צו צו אַ זעלטענעם ווידוי־אויפֿטריט וואָס פֿאַר דער לעקטאָרין איז עס אַזוי אייגן און נאָענט במשך יאָרן־לאַנג.

קולטור
פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"מײַן שטעטעלע בעלץ", 1930ער יאָרן
אוי, געוואַלד, דו, בעסאַראַביע...
"אוי, די פֿעלדער פֿון בעסאַראַביע,
לאַנד פֿון ווײַן און לאַנד פֿון טרויער,
אַז איך דערמאָן זיך אין דײַנע טאָלן,
איז נאָר איך וויין און איך באַדויער."
איציק מאַנגער, "דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע"

צי איז דאָ אויף דער וועלט נאָך אַזאַ רײַך אָרעם לאַנד ווי בעסאַראַביע? און בכלל, ווער אַחוץ די בעסאַראַבער ייִדן רופֿט דאָס לאַנד מיט זײַן אמתן נאָמען — "בעסאַראַביע" און ניט "רעפּובליקאַ מאָלדאָוואַ", אָדער "מאָלדאַוויע"? און ווי נאָך, אַחוץ ארץ־ישׂראל קענט איר געפֿינען "בית־יהודי בעסאַראַביע", דאָס "הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן"?
וואָס קען מען זאָגן? בעסאַראַביע האָט אַ "ייִדיש מזל". די הערשער אירע פֿלעגן זיך בײַטן ווי די צײַטן פֿון יאָר, — טערקן, רוסן, רומענער... אָבער, דווקא די עטנישע און שפּראַכלעכע פֿילפֿאַרביקע אַרומיקע סבֿיבֿה האָט צוגעגעבן דעם בעסאַראַבער ייִדנטום אַ באַזונדערע באַזונדערקייט, ווי אויך אויסגעפֿורעמט אַ פּרעכטיקן, אויסערגעוויינטלעך זאַפֿטיקן דיאַלעקט, אויף וועלכן מען האָט גערעדט אויף אַ ריזיקער טעריטאַריע פֿון אַקערמאַן ביז כאָטין. ס׳איז דאָך נישט קיין חידוש, ווען מע לעבט צווישן רומענער, כאָכאָלן, קאַצאַפּן, פּאָליאַקן, ליפּאָוואַנער, דײַטשן, גאַגאַוזן, רוסן, בולגאַרן און ציגײַנער. אַ סך ציגײַנער און קיין איין און איינציקע חסידישע קהילה. וווּ נאָך, חוץ בעסאַראַביע, רוען אויפֿן הייליקן אָרט, בשכנות, איינער לעבן צווייטן, — דערעדזשי, אַבראַמאָוויטש, בערעסטעטשקאָ, האַנאָווער, קאָלפּאַקטשי, באַרדיטשעווער, וואַרזאַר, סאַראַדזשאַ, מאָשקאַוצאַן און פּערלאָוו. אַלע — כּשרע ייִדן.

ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


וואָס הערט מען אין ים?
— מע כאַפּט פֿיש!
(אַ פֿאָלקסווערטל)



וועט איר זאָגן: "שטראַם־גראַם", "נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן", "עס הייבט זיך ניט אָן און עס לאָזט זיך ניט אויס", "ס׳אַראַ שײַכות: אונדזער פּרץ, זייער העמינגוועי און פֿיש"... נאָר לאָמיר ניט כאַפּן קיין פֿיש פֿאַר דער נעץ.
אין איינער פֿון אונדזערע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס האָבן מיר זיך פֿאַרהאַלטן אויף אַ ווײַלע אין דעם אוקראַיִנישן שטעטל בוטשאַטש. הײַנט וווינען שוין דאָ ניט קיין ייִדן. אַ מאָל איז דאָס געווען אַ ייִדיש שטעטל. דאָ איז געבוירן געוואָרן דער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער, דער געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז, ש״י עגנון. ער האָט אַ דערציילונג "מזל דגים" — דאָס מזל פֿון פֿיש, וווּ דער שרײַבער דערמאָנט וועגן אַ באַוווּסטן היסטאָרישן פֿאַקט: די פֿישער פֿונעם שטעטל האָבן זיך צונויפֿגערעדט צו העכערן די פּרײַזן אויף פֿיש. די אָרטיקע ייִדן באַשליסן צו בויקאָטירן די פֿישהענדלער. דער שטעטלדיקער רבֿ האָט צײַטווײַליק באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער פֿליכט צו עסן פֿיש. זיך האַלטן בײַ דער פֿליכט איז אָנגעקומען ניט גרינג, ווײַל מיר ווייסן דאָך, אַז אַ ייִד דאַרף עסן פֿיש לכּבֿוד שבת, פֿאַרן פֿאַסטן יום־כיּפּור און נאָך און נאָך. געפֿילטע פֿיש איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קיך און פֿונעם ייִדישן שטייגער. נאָר די באַפֿעלקערונג פֿון בוטשאַטש האָט אויסגעהאַלטן און די פֿישהענדלער האָבן געמוזט זיך אונטערגעבן...
אַפֿילו אויף יענער וועלט וועלן די צדיקים עסן דאָס פֿלייש פֿונעם לעגענדאַרן פֿיש לוויתן.

געזעלשאַפֿט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

...און דײַן פֿעטער, ער זיצט אין די אָסטראָגן
אוי, און דײַן מומע איז אַ טרײַ־לאַ־לאַ...

די גרעסטע צאָל ביר־באַרן אין תּל־אָבֿיבֿ זײַנען אויף די גאַסן אַלענבי און בן־יהודה. דערפֿאַר רוף איך זיי — די באַר־גאַסן. כ׳זיץ אין איינעם פֿון די באַרן בײַ אַ קופֿל ביר, כ׳טראַכט אַרום אַ נײַע ליד מײַנע, צי אַ דערציילונג, צי אַן אַרטיקל. כ׳זיץ און טשעפּע קיינעם ניט. איז ניין, מוז צוקומען עפּעס אַ מאַן צו מיר, זיך אָנבייגן צו מײַן אויער און שטיל פֿרעגן: "איפו יש פּה בית־זונות?" — ווי איז דאָ דאָ אַ הײַזל, וווּ מע קאָן קריגן אַ זונה? פֿאַר וואָס פֿרעגן זיי דווקא מיך, ווייס איך ניט. און אויב איך ווייס יאָ, וועל איך דען זאָגן, אַז אויף דער גאַס אַלענבי נומ׳ ..., צי אויף בן־יהודה נומ׳...
אין יאָר 2004, בלויז אין דער תּל־אָבֿיבֿער געגנט אין פֿאַרשיידענע מאַסאַזש־קאַבינעטן, ווי עס הייסן דאָ די דאָזיקע בית־זונות, האָבן געהאַנדלט מיט זייער ליבע מער ווי 4 טויזנט פֿרויען, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזעלכע "מאַסאַזש־קאַבינעטן" האָבן עקזיסטירט אין אַלע גרויסע ישׂראלדיקע שטעט. נאַט אײַך אַ בילדל פֿון יענער צײַט: צוויי געזונטע שומרים, באַגלייטן 5 מיידלעך צו אַ קאָנצערט. וואָסי? די באָלעבאַטים פֿונעם "קאַבינעט" האָבן אָרגאַניזירט פֿאַר זייערע מיטאַרבעטערינס אַ קולטור־פּראַגראַם. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך די קולטור־פּראָגראַמען גייט אָן די אַרבעט אויף אַ גאָר אַנדערן קולטורעלן ניוואָ! נאָכן יאָר 2004, אַ דאַנק דעם נײַעם געזעץ פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, די אַלפֿאָנסן האָבן געקאָנט באַקומען פֿאַר זייער אַרבעט 20 און מער יאָר אָסטראָג (פֿאַר 2004 — ביז 3 יאָר), איז דאָס דאָזיקע געשעפֿט אַ ביסל געפֿאַלן. איצט דינגען 3—5 מיידלעך אַ דירה, צי אַ ווילע, ווי אויך אַ שומר און הייבן אָן זייער אַרבעט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת דער דעמאָנסטראַציע, האָט איינער, משה סילמאַן, זיך אונטערגעצונדן, ווי אַ סימן פֿון זײַן פּראָטעסט. אויפֿן בילד: אַ גרופּע ישׂראלים פּרוּווט אויסלעשן דאָס פֿײַער, כּדי אים צו ראַטעווען. פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז ער געשטאָרבן פֿון די וווּנדן, און זונטיק האָט מען אים באַערדיקט אין חולון.
די וואָרענונג האָט שוין פֿון לאַנג אַראָפּגעשײַנט פֿון דער וואַנט, אָבער קיינער האָט צו איר זיך נישט גענוג ערנסט באַצויגן. ווייניק ווער האָט אויף איר זיך אומגעקוקט. נאָר אין פֿאָריקן יאָר, אין טאָג פֿון דער באַסטיליע, דעם 14טן יולי 2011, ווען עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער ערשטער פּראָטעסט־געצעלט אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ און עס איז פֿרידלעך "אויסגעבראַכן" די "קאָטעדזש־רעוואָלוציע", האָט זי גענאָסן כּמעט פֿון אַלעמענס סימפּאַטיע: אַלע — פֿון די גאַסן־קערער ביז די באַנקירן און נאָך העכער — ביז דעם מדינה־פּרעזידענט מיטן פּרעמיער־מיניסטער און דעם פֿינאַנץ־מיניסטער — אַלע האָבן זי געצערטלט און זיך אין איר פֿאַרליבט. אַזוי שטאַרק זיך אין איר פֿאַרליבט, ביז וואַנען זי איז פֿון דער ברענענדיקער ליבע געוואָרן דערשטיקט. ווי זאָגט דאָס באַקאַנטע, עטוואָס באַנאַלע פֿאָלקס־ווערטל: די ליבע האָט געברענט, ווי אַ נאַסע שמאַטע...
די צוויי ווערטער: ליבע און פֿײַער זײַנען, אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", געוואָרן אַן אָפּגעריבענע מטבע, זינט יצחק שמיר, דער נאָרוואָס פֿאַרשטאָרבענער, און נאָכן טויט שטאַרק געלויבטער פּרעמיער־מיניסטער פֿון די 1980ער יאָרן, האָט אַרויסגעלאָזט פֿון זײַן מויל די פּערלדיקע פֿראַגע: "וואָס ברענט?" — ווען מע האָט אים גערופֿן צוצואײַלן דעם שלום־פּראָצעס; און נאָך מער: זינט דער מלוכה־קאָנטראָלער מיכה לינדענשטראַוס האָט אַרויפֿגעלייגט אויף דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי און אויף דעם פֿינאַנץ-מיניסטער יובֿל שטײַניץ די מיניסטעריאַלע און פּערזענלעכע אַחריות פֿאַר דער ריזן־שׂרפֿה, וועלכע האָט מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרצוקט דעם וואַלד אויפֿן כּרמל צוזאַמען מיט 42 נפֿשות פֿון דער פֿײַערלעשער־קאָמאַנדע.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ דענקמאָל לכּבֿוד דער "מומע סאָניע" אין דעם אָדעסער מאַרק
פֿאַר וואָס גאָר אין אָדעס? פֿאַר וואָס, למשל, ניט — ווי גאָט אין וואַרשע? צי אין ירושלים ד׳ליטא, אין ווילנע? צי טאַקע ווי גאָט אין בערדיטשעוו? און וואָס איז שלעכט: "ווי גאָט אין בראָד", וואָס קלינגט ממש ווי אַ נאַטירלעך ייִדיש ווערטל? פֿון דעסטוועגן — אָדעס! פֿאַר וואָס?..
דער פּראָפֿעסאָר, פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי, האָט אויף אַ לעקציע זײַנער געגעבן אַזאַ ענטפֿער: אין אָדעס האָבן געוווינט רײַכע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טענות צו גאָט, ניט געדאַרפֿט בעטן בײַם אייבערשטן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע לעבנס־פֿאַרגעניגנס... דערפֿאַר האָט גאָט געקאָנט זיך דאָ, אין אָדעס, אָפּרוען, ווײַל קיינער האָט אים ניט געדולט דעם קאָפּ. דאָך, האָב איך אויף דער פֿראַגע מײַן אייגענעם ענטפֿער און, ווי מיר דאַכט, אַ מער פּרטימדיקן.
וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט אין זײַנע מעמואַרן "זכרונות פֿון מײַנעם אַ בן־דור" אַזוי געשריבן: "אָדעס איז געווען איינע פֿון יענע ווייניקע שטעט, וואָס שאַפֿן זייער אייגענעם טיפּ מענטשן. אין גאַנץ רוסלאַנד פֿאַרן קריג [1914—1918 — רעד.) זענען געווען נאָר דרײַ אַזעלכע שטעט: מאָסקווע, פּעטערבורג און אָדעס — וועגן פּעטערבורג — איז נאָך אַ פֿראַגע... אָבער וועגן מאָסקווע און אָדעס איז קיין פֿראַגע ניט: צוויי בולטע, ווי פֿון מאַרמאָר אויסגעהאַקטע טיפּן..." ווײַטער שילדערט זשאַבאָטינסקי אַ טיפּישן אָדעסער: "...אַ געניטער, אַ געריבענער, אַ שייגעץ, אַ פֿײַערדיקער יונגאַטש; אַ דרייער, אַ פֿאַרדרייער, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע, אַ לעבעדיקער, אַ שרײַער, אַן איבערטרײַבער, אַ שפּעקולאַנט..." פֿאַרשטייט איר דאָך, חשובֿע לייענער, אַז אַ מענטש מיט אַזוי פֿיל מעלות איז אַוודאי און אַוודאי, געווען אַ פֿריילעכער אָפּטימיסט. נאָך איין ציטאַט פֿון די "זכרונות...": "געלעבט האָט זיך גרינג און לוסטיק. די שטאָט האָט געהאַט איין תּורה־שבעל־פּה: כּל־זמן דו האָסט אויף וועטשערע, מעגסטו פֿײַפֿן אויף אַלע אַנדערע דאגות..."

געזעלשאַפֿט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יענטל, דו האָסט אַ נשמה פֿון אַ מאַנצביל.
פֿאַר וואָס זשע בין איך אַ נקבֿה?
אין הימל מאַכט מען אויך טעותים.
י. באַשעוויס־זינגער
("יענטל דער ישיבֿה־בחור")



לאָזט זיך אויס, אַז אויב דאָס ווערטל "דער רבי הייסט פֿריילעך זײַן און ניט משוגע זײַן" איבערזעצן אויף ענגליש, קאָן מען עס גאָר פֿאַרשטיין אַזוי: "אַז דער רבי הייסט זײַן אַ גיי...", ווײַל — זײַן פֿריילעך, מיינט — be gay...
ניט לאַנג צוריק איז אין תּל־אָבֿיבֿ דורכגעגאַנגען דער יערלעכער פּאַראַד "פֿון שטאָלצקייט". דאָס מיינט, אַז די געיס, לעסביאַנקעס, טראַנסוויסטיטן, טראַנס־סעקסואַלן..., גייען אין די רייען אויף אַ פּאַראַד, כּדי צו דעמאָנסטרירן פֿאַר דער אַרומיקער וועלט, זייער שטאָלצקייט מיט דעם, וואָס זיי זענען ניט אַזעלכע ווי אַנדערע, טראַדיציאָנעלע סעקסועל־אָריענטירטע מענטשן.
אין דעם פּאַראַד, וועלכן ס׳האָט געעפֿנט דער מייאָר פֿון דער שטאָט, רון חולדאי, האָבן אָנטייל גענומען צענדליקער טויזנטער מענטשן, היגע און אויך ספּעציעל געקומענע אַהער טוריסטן. מע דאַרף צוגעבן, אַז אין יאָר 2012 איז תּל־אָבֿיבֿ אָנערקענט געוואָרן, ווי די סאַמע פֿרײַנדלעכע שטאָט אויף דער וועלט צו די מענטשן מיט ניט־טראַדיציאָנעלער סעקסועלער אָריענטאַציע. דאָס צווייטע אָרט אין דעם דאָזיקן אייגנאַרטיקן פֿאַרמעסט האָט פֿאַרנומען ניו־יאָרק און דאָס דריטע — טאָראָנטאָ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז פֿאַר אונדז, די ישׂראלים, אויך אַ סיבה צו זײַן שטאָלץ מיט זיך.

געשיכטע, פּובליציסטיק

מיט פֿיל אינטערעס לייען איך די אַרטיקלען פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק) אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן "פֿאָרווערטס", איבערהויפּט צוליב איר פֿליסנדיקן און זאַפֿטיקן ייִדיש־לשון אינקרוסטירט אין אינהאַלט פֿון אַ דערציילונג אָדער אין פֿראַגמענטן פֿון קריטיק.
ווערטער, אויסדרוקן, גלײַכווערטלעך וועלכע איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדהייט־געסעלעך אין אַ שטעטל פֿון ביעלאָרוס (ווײַסרוסלאַנד). סלאַוויזמען מיט זייער פֿאָרמירונג אין ייִדיש אין אַ הילכיקער אונטערהאַנדלונג אין די קרעמלעך פֿון שטעטל און צווישן זיי. זייער פֿאַרבינדונג, וועלכע ווערט פֿאָרמירט אין די וועגן און אומוועגן אין די יאָרן פֿון אונדזער לעצטן חורבן און אויך נאָך דעם. יעדער אויסדרוק רופֿט און פֿאָדערט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג און אַרײַנקוק וואָס האָט אונדז געלערנט דבֿ סדן (סאַדאַן), און וואָס ווערן אויפֿגעלעבט אין דעם ייִדיש פֿון דער שרײַבערין.
באַקומענדיק דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 18 מײַ 2012, אין ערשטן בלעטערן האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן בײַם אַרטיקל פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן "אַזוינס טרעפֿט זיך איין מאָל אין אַ יובֿל".
אויפֿן בילד צום אַרטיקל זעען מיר אַ קינדער־גרופּע מיט זייערע מדריכים (דערציִער): "ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946". איך בין דערשיטערט געוואָרן, זעענדיק פֿאַר זיך אַ קינדער־גרופּע, אַ טייל פֿון אַ גרעסערער, וואָס איך האָב מיטגעפֿירט, ווי מדריך און לערער אין די וועגן פֿון "עקסאָדוס" אין די יאָרן 1946—1947, וועלכע זענען מיר ליב און טײַער.
די עלטערע פֿון די קינדער, פֿון לינקס, די מדריכה ברכה גאָלאָווענטשיטש, דער מדריך ישׂראל זאָגערמאַן; דער ערשטער פֿון רעכטס, עקיבֿא, אַ בחור פֿון דער "בריחה" (אַנטלויפֿן), וועלכע האָט געפֿירט אונדז מיטן וועג צום מיטלענדישן ים.