|
דער צווייטער צוזאַמענטרעף פֿון דער שרײַבער־גרופּע "יונג־ישׂראל" אין קיבוץ יגור, פֿרײַטיק און שבת, דעם 24־25סטן אָקטאָבער 1952. עס שטייען, פֿון רעכטס: אַבֿרהם רינצלער, רחל פֿישמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יאָסל בירשטיין, אַבֿרהם סוצקעווער, רבֿקה באַסמאַן, משה גורון, משה יונגמאַן, צבֿי אײַזנמאַן און שלמה וואָרזאָגער |
|
אויך אַ קולטור־אַנשטאַלט, אַזוי ווי יעדע לעבעדיקע באַשעפֿעניש נייטיקט זיך אין מזל. און דער ייִדישער קולטור־קרײַז אונטער דער אָנפֿירונג פֿון סאָניאַ ראָזענבערג, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט פֿריִער אין לייוויק־הויז און הײַנט אין בית שלום־עליכם, איז געבוירן געוואָרן נישט אַנדערש ווי אונטערן סימן פֿון מזל.
שווערע אַרבעט, איבערגעגעבנקייט, אויסדויער זײַנען די אויסגעשפּראָכענע כאַראַקטער־שטריכן וואָס באַצייכענען סאָניאַס טעטיקייט מיט דעם קולטור־קרײַז אונטער איר אויפֿזיכט. דער לעצטער צוזאַמענקום פֿון סעזאָן — שוין כּמעט אַ טראַדיציע — ווערט געווידמעט דעם פֿאָרטראָג פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, דאָס מאָל וועגן “יונג־ישׂראל" — די לעגענדאַרע גרופּע פֿון ייִדיש־שאַפֿונג אין ישׂראל, וווּ רבֿקה באַסמאַן איז געווען אַ טייל פֿון איר.
רבֿקה באַסמאַן, וואָס טריפֿט מיט דיכטונג, ווי פֿון אַן אייביקן קוואַל, און איז אַזוי ברייטגיביק מיט איר אייגענער פּאָעזיע, גיט זיך לײַכט נישט איבער, ווען זי דאַרף דערציילן וועגן אירע “יונג־ישׂראל"־קאָלעגן און חבֿרים און איבער זייער שאַפֿונג. דעריבער זיצט דער עולם אַזוי געשפּאַנט און וואַכזאַם אויסצוהערן דעם פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט אירן. זיי ווייסן נישט גענוי, אָבער אינטויִטיוו פֿילן זיי, אַז דאָ הערן זיי זיך צו צו אַ זעלטענעם ווידוי־אויפֿטריט וואָס פֿאַר דער לעקטאָרין איז עס אַזוי אייגן און נאָענט במשך יאָרן־לאַנג.
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים הייבט אָן איר פֿאָרטראָג פֿאָרלייענענדיק איר ליד “יונג־ישׂראל" אויף ייִדיש און נאָך דעם אויף העברעיִש, אין איר אייגענער איבערזעצונג:
“די ווײַטע ‘יונג־ישׂראל’ האָט זיך אויסגעטאָן פֿון צײַט
און זיך אָנגעטאָן אין אותיות פֿון אַן אַלטן אַלף־בית,
וואָס היט די סודות פֿון בטחון שטומערהייט.
עס טרעפֿט אַז אין דעם אַלטן אַלף־בית
צעזינגען זיך די אותיות אויפֿן קול
און ווי אַ צוזאָג קומט צוריק און ליכטיק דער אַמאָל".
נישטאָ קיין מער אויטאָריזירטער עדות ווי רבֿקה באַסמאַן צו דערציילן די געשיכטע פֿון יענע יונגע ליטעראַטן און דיכטער, וועלכע האָבן זיך איבערגעגעבן צו שאַפֿן דווקא אין ייִדיש אין דעם אומטאָלעראַנטן ישׂראל פֿון יענע יאָרן. און זי זאָגט, אַז זי וועט עס טאָן “מער לעבעדיק ווי היסטאָריש". אַלע זײַנען זיי געווען לעבנס־געבליבענע פֿונעם חורבן, אַלע האָבן געטראָגן אין זייער ביאָגראַפֿיע דערשיטערנדיקע איבערלעבונגען, אַלע האָבן זיי אָנגעהויבן צו שאַפֿן אין ייִדיש נאָך פֿאַרן חורבן. געווען אַזעלכע, וועמען ס’איז נאָך געלונגען אַרויסצולאָזן אַ בוך אַפֿילו פֿאַר דער קאַטאַסטראָפֿע.
“די גרופּירונג ‘יונג־ישׂראל’ האָט געגרינדעט און געשטיצט אַבֿרהם סוצקעווער אָנהייב 1950ער יאָרן און איך וואָלט זיי אָנגערופֿן ‘פֿריצײַטיק גרוי־געוואָרענע קינדער’. זיי פֿלעגן דערציילן צווישן זיך אויפֿטרייסלענדיקע שילדערונגען, אָבער צוזאַמען מיט דעם, האָבן זיי אָפּגעהיט דעם ניגון פֿון ייִדישן וואָרט און געפֿינען אין זיך דעם כּוח צו שרײַבן אין ייִדיש אַזוי ווי זיי האָבן עס געטאָן פֿאַרן חורבן. און דאָ אין לאַנד פֿאָרזעצן אַ נײַעם שעפֿערישן קאַפּיטל, אין ייִדיש — אַ פֿאַרבלוטיקטער, אַ ווייטיקלעכער, אָבער אַ המשכדיקער און אַ לעבעדיקער. דאָ אין לאַנד, צוזאַמען מיט ייִדיש־שאַפֿערס, וועלכע זײַנען שוין געווען פֿון פֿריִער, און האָבן אַרויסגעוויזן אינטערעס און עמפּאַטיע צו די דאָזיקע יונגע מענטשן; באַזונדערס דערמאָן איך דעם דיכטער יעקבֿ־צבֿי שאַרגעל. מיט דעם אַלץ וואָס די גרופּע האָט געפֿילט אין זיך, האָבן זיי פֿאַרמאָגט אָט יענע באַזונדערקייט און טיפֿן געפֿיל אויסצודריקן זייער אָנגעהעריקייט צו דער יונגער מדינה, וואָס האָט זיי צוגעזאָגט דאָס לעבן, ווען די אויסדרוקן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט איז נישט געווען פֿאַר זיי אַ באַזונדערע טעמע אין זייער שאַפֿונג; און איך דערלויב זיך צו זאָגן, אַז אַזעלכע אויסדרוקן צו באַשרײַבן אַזוי די מדינה געפֿינט מען נישט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור.
“צו דער גרופּע ׳יונג־ישׂראל׳ האָבן געהערט פֿון סאַמע אָנהייב די דיכטער משה יונגמאַן, רבֿקה באַסמאַן, אַבֿרהם רינצלער, רחל פֿישמאַן, ה. בנימין און משה גורי; און די פּראָזאַיִקער: צבֿי אײַזנמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יאָסל בירשטיין און שלמה וואָרזאָגער. די ערשטע מיטטיילונג מיטן טיטל ‘פֿון דער יונגער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל’, איז געווען אין ‘די גאָלדענע קייט’ נומ’ 7 אין 1951. דער נאָמען ‘יונג־ישׂראל’ איז דערשינען אין נומ’ 2 פֿון ‘די גאָלדענע קייט’ אין 1952. צוויי יאָר שפּעטער איז דערשינען זייער אייגענע פּובליקאַציע מיטן נאָמען ‘יונג־ישׂראל’. בסך־הכּל זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן בלויז דרײַ בראָשורן פֿון דער גרופּע: אין 1954, 1956 און 1957. אייניקע פֿון אונדז האָבן פֿאָרגעזעצט צו שאַפֿן אין ייִדיש אויך אין די קיבוצים, אין אַ דורכויסיק העברעיִשער סבֿיבֿה. אויסער די דרײַ דערמאָנטע בראָשורן זײַנען אויך דערשינען זיבן ביכער פֿון דער גרופּע, צווישן די יאָרן 1954 און 1966. מ’דאַרף אויך נעמען אין באַטראַכט, אַז די דאָזיקע גרופּירונג איז געקומען קיין ישׂראל אין סאַמע הויכפּונקט פֿון דער מדינה־אַנטשטייונג; זי איז געבוירן געוואָרן דווקא אין דער תּקופֿה פֿון דער העברעיִשער באַנײַונג, ווען די אַרומיקע געזעלשאַפֿט האָט נישט געהאַט קיין שום אינטערעס אין דער ייִדישער קולטור און נישט איין מאָל האָט זי טאַקע אַרויסגעוויזן, צו מאָל אַגרעסיוו, אַ נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדיש.
“איך געדענק, אַז נישט איין מאָל האָבן מיר סוצקעווערן געפֿרעגט: ווי אַזוי קעמפֿט מען קעגן דער איינזאַמקייט ווען ייִדיש ווערט פֿאַרשוויגן אין דער העברעיִשער סבֿיבֿה? און ער פֿלעגט אונדז ענטפֿערן: ‘דורך שעפֿערישער ווערטפֿולער פֿאָרזעצונג אין ייִדיש ווי אַ בריק צו דער ייִדישער קולטור אין אַלגעמיין, און ווי אַ וועזנטלעכער קאַמף אין דער נײַער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט, וואָס געהערט אויך אונדז’.
“צווישן די אָנגעהעריקע צו דער גרופּע זײַנען געווען אַזעלכע וואָס זײַנען געקומען דורך פּליטים־אײַנזאַמלונגען, די־פּי־לאַגערן וואָס מ’האָט אויפֿגעשטעלט נאָכן חורבן, אין מינכן, אין איטאַליע; אייניקע האָבן זיך באַזעצט אין קיבוצים, די אַנדערע האָבן געפֿונען זייער אָרט אין שטעט, באַזונדערס אין תּל־אָבֿיבֿ און חיפֿה.
“דערציילן וועגן ‘יונג־ישׂראל’ אָן סוצקעווערן איז אוממעגלעך", זעצט פֿאָר רבֿקה באַסמאַן, “ער איז געווען דער גרינדער, דער אָנפֿירער; סוצקעווער איז געקומען אין לאַנד אפֿשר צוויי יאָר איידער מיר אַלע זײַנען אָנגעקומען און געקומען איז ער מיט אַ מערקווערדיקער ביאָגראַפֿיע; ער האָט געהאַט אַ טרוים: צונויפֿזאַמלען אין לאַנד אַ גרופּע יונגע שרײַבער, וואָס זאָלן שאַפֿן אין ישׂראל אויף ייִדיש. דער מענטש וואָס האָט איבערגעלעבט אַליין דעם גיהנום און דאָס אויסגעדריקט דורך אַן אומגעהויער־דיכטערישן כּוח, האָט אויך געבראַכט צום אויפֿקום די אויסנעמעלכע צײַטשריפֿט ׳די גאָלדענע קייט׳, איז געווען איר רעדאָקטאָר, האָט אויך אײַנגעלאַדן די יונגע שרײַבער און פּאָעטן מיטצואַרבעטן מיט דער צײַטשריפֿט. ווי אַ באַשטעטיקונג פֿון מײַנע ווערטער", זעצט פֿאָר רבֿקה באַסמאַן, “וועל איך קורץ ציטירן סוצקעווערס ווערטער “שהחיינו" און אַזוי פֿאַרענדיקט ער דאָס דאָזיקע וווּנדערלעכע ליד:
ווען כ’וואָלט אַצינד, נאָך מײַן עקידה,
ניט מיטגעבוירן מיטן לאַנד,
וווּ יעדער שטיינדל איז מײַן זיידע,
געזעטיקט וואָלט מיך נישט דאָס ברויט,
דאָס וואַסער ניט געשטילט מײַן גומען,
ביז אויסגעגאַנגען כ’וואָלט פֿאַר נויט
און בלויז מײַן בענקשאַפֿט וואָלט געקומען.
“די גרופּירונג ‘יונג־ישׂראל’ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1951 און איז געווען טעטיק ביז 1960. אין וואָס איז באַשטאַנען די באַזונדערקייט פֿון ‘יונג־ישׂראל?’ ס’האָבן דאָך געהאַט עקזיסטירט מיט יאָרן צוריק דאָ אין לאַנד ווי אויך אין אַנדערע ערטער, נישט ווייניק גרופּירונגען וואָס האָבן געשאַפֿן אין ייִדיש? געווען איז עס אָבער אַבסאָלוט אין אַנדערע צײַטן און אין אַן אַנדער וועלט, און אויך דער ייִדיש איז נישט געווען דער זעלבער פֿאַרן חורבן און נאָך אים; די עקזיסטענץ פֿון ייִדיש איז געווען אַנדערש און אויך די ווירקלעכקייט איז געווען אַן אַנדערע. ‘יונג־ישׂראל’ איז געווען דער היסטאָרישער עדות פֿון צוויי אַזעלכע קעגנזײַטיקע פּאַסירונגען: דער חורבן און די אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. געווען זענען אַזעלכע, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿיזיש, אָבער נישט גײַסטיק; און אויך ווער ס’איז ממשיך געווען פֿאַרוווּנדיקט, אָבער מיט אַ האָפֿענונג און באַשלוס צו לעבן ווײַטער. די גרופּירונג ‘יונג־ישׂראל’ האָט דערוועקט גרויס אינטערעס אין דער ייִדישער וועלט. די העברעיִשע פּרעסע אין ישׂראל, אויסער אייניקע זײַטיקע פּובליקאַציעס, האָט געשוויגן. ס’איז אַ ספֿק, אויב ערגעץ וווּ האָט עקזיסטירט אַזאַ מוסטער פֿון פֿרײַנדשאַפֿט ווי ס’איז געווען די חבֿרשאַפֿט צווישן די אָנגעהעריקע צו דער גרופּע ‘יונג־ישׂראל’, וואָס אין קעגנזאַץ צו דעם ווערטל: ‘קינאת־סופֿרים תּרבה חכמה’, איז דאָס געווען אַן אינטעליגענטע, שעפֿערישע און חבֿרישע גרופּע און כ’קען זאָגן: אוי, די היסטאָריע! יעדער איינער פֿון דער גרופּע איז ווערט אַ סך ביכער! און איך האָף אַז פֿיל פֿאָרשערס וועלן זיך דערנענטערן צו ‘יונג־ישׂראל’ און וועלן געפֿינען אין זייער שאַפֿונג אויך תּשובֿות צו די פֿראַגעס וואָס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן אָן אַן ענטפֿער".