- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַיאָר זענען מיר אין ישׂראל געווען געבענטשט מיט אַ סך רעגנס וואָס האָבן אָנגעפֿילט די שטענדיק טרוקענע טײַכן און קוואַלן, מיט ממש שטורעמדיקע וואַסערן. דער באַרג חרמון אין צפֿון פֿון לאַנד, און אַנדערע הויכע פּלעצער, זענען באַדעקט געוואָרן מיט אַ ווײַסן, טיפֿן שניי־באַדעק, אַפֿילו ירושלים האָט זוכה געווען צו עטלעכע טעג פֿון דעם זעלטענעם שניי, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט קינד־און־קייט אַ סך פֿאַרגעניגן. די וואַרעמע זון האָט צעפּראַלט די קנאָספּן פֿון די ביימער, און אַלץ אַרום האָט זיך צעבליט מיט פֿיל פֿאַרביקע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן און צוויטן, וואָס פֿאַרשיכּורן ממש יעדן איינעם מיט זייערע אַראָמאַטישע ריחות. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער פֿרילינג וועט אונדז ברענגען אַ ביסל רו און גענעזונג צו אונדזער פֿיזישן און גײַסטיקן צושטאַנד, אַ פֿאַרלײַכטערונג און אַ געוויסע לייזונג צו אַלע אונדזערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַפֿילו פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס באַשעפֿטיקן אונדז און באַשווערן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אין ליכט פֿון די פּאָליטישע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגערודערט די מערסטע שכנותדיקע לענדער אַרום אונדז, וועט אונדזער קליין לענדעלע אויסמײַדן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן און סכּנותדיקע ענדערונגען, און פֿאַרבלײַבן אַן אינדזל פֿון אײַנגעהאַלטענער זעלבסט־באַהערשונג. און לייזן אירע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען מיט ווירדע, כּבֿוד און זיכערהייט. פֿרויען זײַנען אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען אַ קוואַל פֿון שאַפֿערישער באַגײַסטערונג, אָדער ווי מע רופֿט עס אויף דער פּאָעטישער שפּראַך — מוזעס. הײַנט, אין די ערשטע וועסנע־טעג, וואָלט איך געוואָלט דערמאָנען דווקא די ייִדישע פֿרויען, וועלכע זענען געווען מוזעס פֿאַר די ניט־ייִדישע שאַפֿערס, אָפֿט מאָל, קריסטן לויטן גלויבן. וואָס האָט אַזוי צוגעצויגן די ניט־ייִדישע טאַלאַנטן צו די ייִדישע טעכטער? זייער שיינקייט? — פֿאַרשטייט זיך! אָבער וואָס פֿאַר אַ שיינקייט?
"כ’האָב געהערט פֿון אַזאַ אָרט, אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ס’קומען זיך צונויף אַמאָליקע בונדיסטן, בין איך געקומען זען און כ’בין שוין דאָרט פֿאַרבליבן", דערציילט טורבינער וועגן זײַן ערשטן אײַנדרוק פֿון דער באַגעגעניש מיט די העלדן פֿון זײַן פֿילם. אָנערקענונג און פֿאַרשטענדעניש זײַנען די עיקרדיקע מאַטעריאַלן, מיט וועלכע ערן באַנוצט זיך פֿאַר דעם נאַראַטיוו פֿון זײַנע פֿילמען. ערשט ווען מען קוקט זיך גוט צו צו זײַן פֿילמאָגראַפֿיע — פֿיר פֿילמען ביז איצט, אײַגעשלאָסן אויך זײַן אָקאָרשטיקן "בונדיסטן", וואַרפֿט זיך באַלד אין די אויגן די כּמעט העראָיִשע טעמאַטיק פֿון זײַנע פֿילמען — אין תּוך, די געשיכטע און דורכפֿאַל פֿון קעמפֿער פֿאַר אַ בעסערער, נאָר אומדערגרייכלעכער יושרדיקער וועלט. דער ערשטע פֿילם זײַנער "מצפּן" (קאָמפּאַס), אין 2003, וועגן יענער ראַדיקאַלער גרופּירונג, וואָס איז געווען אַקטיוו אין לאַנד אין די 60ער און 70ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אַלע דאָ געבוירענע, יונגע סאָציאַליסטן, נישט־אײַנשטימיקע מיטן ציוניזם, האָבן זיי געפֿאָדערט צו אָנערקענען די נאַציאָנאַלע רעכט פֿון די פּאַלעסטינער. באַלד פֿון אָנהייב אָן האָבן זיי נישט געהאַט קיין מעגלעכקייטן, אַז זייער קאַמף זאָל זיך אײַנגעבן.
— כ׳האָב גערעדט מיט דער מאַמען... בין איך אים אי מוחל, אי מקנא געווען, ווײַל ווי עס זינגט זיך אין אונדזער באַרימט ליד: "...גליקלעך און רײַך איז דער מענטש וואָס האָט אַזאַ שיינע מתּנה... אַן אַלטיטשקע ייִדישע מאַמע..." דער אויסדרוק "ייִדישע מאַמע" איז אַרײַן אויך אין אַנדערע שפּראַכן און איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַגריף. דאָס ליד גופֿא, איז אַ וועלט־שלאַגער און ווי עס דאַכט זיך מיר, פּאָפּולערער פֿון דעם איטאַליענישן ליד "מאַמאַ", וואָס איז באַקאַנט אין ראָבערטינאָ לאָרעטיס אויספֿירונג. "ייִדישע מאַמע" האָבן געזונגען אויף ענגליש: פּאָל ראָבסאָן, דין ריד, טאָם דזשאָנס; אויף אונגעריש יאַנאָש קאָאָש און אויף פֿראַנצויזיש שאַרל אַזנאַוווּר; אויף שפּאַניש נינאָ בראַוואָ און אויף רוסיש און ייִדיש יוסף קאַבזאָן, טאַמאַראַ גווערדציטעלי און אַפֿילו אויף אַראַביש — דער אַלזשירער זינגער סאַלים כאַלאַלי. דאָס ליד האָט מען אויך געקאָנט הערן אויף דײַטש, פּויליש, טשעכיש, פֿיניש... אייניקע זינגער זינגען עס מיט נײַע ווערטער, פּשוט וועגן אַ מאַמע, אָן אַ נאַציאָנאַליטעט. פֿאַר וואָס זשע איז דער אויסדרוק "ייִדישע מאַמע" געוואָרן אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט? וואָס האָבן מיר אין זינען ווען מע זאָגט "ייִדישע מאַמע"? אין אַ טאָג אין איינער פֿון די ישׂראלדיקע רוסישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען האָט מען איבערגעגעבן דאָס ליד "ייִדישע מאַמע", נאָך דעם האָט אַ צוהערער אָנגעקלונגען מיט טענות: "איך האַלט, אַז בײַ אַלע פֿעלקער האָבן די מאַמעס ליב זייערע קינדער ניט ווייניקער ווי די ייִדישע מאַמע".
די צוויי רעדאַקטאָרן פֿון בוך, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, שרײַבן אין זייער אַרײַנפֿיר, אַז דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז געווען חיים ביידערס קרוינווערק, אויף וועלכן דער מחבר האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן ביז די לעצטע טעג זײַנע; אַז צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט האָבן אים אויסגעפֿעלט אפֿשר נאָך אַ צוויי־דרײַ יאָר. האָבן טאַקע זיי, די אויבנדערמאָנטע תּלמידים און פֿרײַנד זײַנע, זיך אונטערגענומען חיים ביידערס לעבנסווערק צו דערפֿירן צום לייענערס טיש. זינט איך האָב באַקומען דעם לעקסיקאָן, קען איך זיך פֿון אים ניט אָפּרײַסן: איך געפֿין כּסדר נעמען און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון נאָענטע און ווײַטע באַקאַנטע, איינצלהייטן פֿון זייער לעבן און שאַפֿן; דערמאָן זיך סיטואַציעס, ווען דאָס לעבן האָט מיך מיט זיי צונויפֿגעפֿירט. אומגעריכט (און איך בין זיך מודה — מיט פֿרייד) האָב איך געפֿונען אין בוך אויך זיך אַליין מיט אַ היימישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ניט געקענט זיך דערמאָנען, ווען איך האָב ביידערן מיטגעטיילט מײַנע פּרטים. די גאַנצע געשיכטע איז געווען פֿאַר מיר אַ סורפּריז. בלעטערנדיק דעם לעקסיקאָן האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿרוי, צו וועלכער איך האָב געהאַט אַ שײַכות, אָבער קיין מאָל זי ניט געזען. איך האָב געהאַט פֿאַרגעסן איר פֿאַמיליע און איצט דערזע איך אין לעקסיקאָן: בליומע קאָטיק!
אַנטאָן רובינשטיין "איך זאָג אײַך ווי אַ פּראַוואָסלאַוונער צו אַ פּראַוואָסלאַוונעם: פֿאַרשעמט ניט די ייִדישע נאַציע!" יולי גוסמאַן
יצחק גנוז, ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער באַערט מיט ליטעראַטור־פּרײַז מיט אַ חודש צוריק, האָבן 14 העברעיִשע שרײַבער און דיכטער באַקומען דעם פּרעסטיזשפֿולן ליטעראַטור־פּרײַז א״נ פֿון פֿאַרשטאָרבענעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול. צווישן זיי האָט זיך געפֿונען אונדזער גוט־באַקאַנטער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער יצחק גנוז.
די פֿאָרשטעלונג "די פֿרויען פֿון טראָיאַ", לויט דער באַוווּסטער אַנטי־מלחמה־טראַגעדיע, געשאַפֿן דורכן גריכישן טראַגיקער אייריפּידעס אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער הײַנטיקער צײַטרעכענונג, וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אונטער דער רעזשי פֿון דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ. איצט געפֿינט זיך נינאַגאַוואַ מיט זײַנע אַסיסטענטן אין ישׂראל, כּדי דורכצופֿירן טרעפֿונגען מיט די ישׂראל־שוישפּילער, אויסצוקלײַבן די יעניקע, וואָס וועלן אָנטייל־נעמען אין דער פֿאָרשטעלונג. אויף דער אָקאָרשט פֿאָרגעקומענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער יאַפּאַנישער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל אונטערגעשטראָכן די גלענצנדיקע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָס הערשן צווישן ביידע מדינות זינט 1952. דאָס דריקט זיך אויך אויס אין דער גרייטקייט פֿון אויסערן־מיניסטעריום צו שטיצן דעם פּראָיעקט. די מולטי־קולטורעלע ווערסיע פֿון "די פֿרויען פֿון טראָיאַ" וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן סוף יאָר אין יאַפּאַן און אין תּל־אָבֿיבֿ, און וועט באַצייכענען 60 יאָר דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע מדינות. עטלעכע ווערטער וועגן דער קינסטלערישער פּערזענלעכקייט פֿון יוקיאָ נינאַגאַוואַ גופֿא.
פֿון ערגעץ איז אין יאָר 1994 געקומען קיין קעשענעוו אַ "קאַראַוואַן", אַ צענדליק וואַגאָנטשיקלעך פֿון פּילגרימען. דער אָנפֿירער, אַ נאָרוועגער, פֿון די עולי־רגל, אַממערסטן עוואַנגעליסטן, איז געקומען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און געבעטן בײַ אונדז מאַטעריאַלן וועגן יוסף ראַבינאָוויטשן. ביז דעמאָלט האָב איך דעם נאָמען נישט געהערט. נעם איך זיך לייענען און בלעטערן די קירכלעכע פּרעסע פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט. יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש (1837—1899) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן זיידע און טאַטע זײַנען געווען רבנים און ער אַליין האָט באַקומען אי אַ רעליגיעזע, אי אַ וועלטלעכע בילדונג. אין 1882, נאָך די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין רוסלאַנד, האָט ער באַזוכט פּאַלעסטינע. אין ירושלים, ווען ער איז געשטאַנען אויפֿן הר־הזיתים, האָט זיך אים געעפֿנט דער סוד פֿון יעזוסעס ווערטער אין דער עוואַנגעליע, וועלכע ער האָט גוט געקענט: "אָן מיר קאָנט איר גאָר ניט טאָן". ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַלע צרות פֿון די ייִדן זענען שולדיק די ייִדן אַליין, ווײַל זיי האָבן ניט אָנערקענט יעזוסן פֿאַר אַ משיח. און יוסף ראַבינאָוויטש האָט אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן.
"דער אויפֿשטײַג און אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל די אָפּערע "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" געהערט צו יענעם סאָרט שאַפֿונגען, וואָס פֿיל קולטור־געברויכער האָבן אַן אַנונג איבער דעם; זיי ווייסן מער־ווייניקער, וואָס דאָס איז אַזוינס, זיי האָבן געהערט וועגן דעם... אָבער נישט קיין סך פֿון זיי האָבן דאָס געזען. מיר אָבער, די אָפּערע־גייערס אין ישׂראל, האָבן מזל, מיר האָבן זי ווירקלעך געזען, מיר האָבן באַקומען די מעגלעכקייט זי אָפּצושאַצן אָן פֿאַרמיטלער, אין איר גאַנצן פֿאַרנעם; און דאָס אַ דאַנק דעם קולטורעל־קינסטלערישן אומרו וואָס כאַראַקטעריזירט חנה מוניצן, די דירעקטאָרין פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, ווי אויך די קינסטלערישע עצה־געבער אירע.
אין אַ האַרבסטיקן טאָג אין יאָר 1951 איז ער אין צפֿון־אַמעריקע אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 57 יאָר. ער איז געווען אַ מיניאַטוריסט און אַ קאַריקאַטוריסט פֿון די גאָר בײַסיקסטע. שיק געהערט צו דער פּלעיאַדע ייִדישע קינסטלער וואָס זענען מיט אימפּעט אַרײַן אין דער וועלטקונסט און מרעיש־עולם געווען. אין זײַן בוך בשם "אַרטור שיק" זאָגט דער ייִדישער שרײַבער ש. ל. שנײַדערמאַן: "שיק איז געווען דער ערשטער ייִדישער קינסטלער וואָס האָט דאָס בילד צוריקגעבראַכט צום וואָרט, און די פּלאַסטישע קונסט האַרמאָניש צונויפֿגעוועבט מיטן ספֿר". דער ייִדישער היסטאָריקער באַלאַבאַן זאָגט: "שיק האָט משדך געווען דאָס וואָרט מיטן בילד — ער האָט פֿון וואָרט געמאַכט אַ בילד און פֿון בילד געשאַפֿן אַ וואָרט". איצטער זענען די שיק־קאַריקאַטורן אַ קוואַל פֿון בײַסיקער סאַטירע און חוזק — זיי טרעפֿן אַלע אין פּינטל אַרײַן. אַרטור שיק איז געבוירן אין לאָדזש (פּוילן) בײַ רײַכע און קולטורעלע עלטערן: זײַן היים האָט געטובֿלט אין ייִדישער און אייראָפּעיִשער קולטור. מען דערציילט, אַז צו זעקס יאָר האָט דער קליינער אַרטור גענומען צייכענען. צו נײַן יאָר האָט ער שוין גענומען לערנען תּורת־קונסט, און ווען די עלטערן האָבן אײַנגעזען, אַז אַרטורס טאַלאַנט נעמט רעדן רייד, האָבן זיי אים צו 16 יאָר געשיקט קיין פּאַריז לערנען קונסט. בשעת אַרטור שיק איז אין 1910 געקומען קיין פֿראַנקרײַך, איז פּאַריז, די מעטראָפּאָליע פֿון קונסט, אַ פֿאַרזאַמל פֿון יונגע טאַלאַנטן מאַרבע־פּינות־העולם. אײַ! האָט זיך אין דעם דעמאָלטיקן פּאַריז של־מעלה אַ ביסל גערודערט! די יונגע קינסטלערישע חבֿרה האָט רעוואָלטירט קעגן די דינים פֿון רעאַליסטישן באַנעם — זיי האָבן געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער קונסט. דער יונגער שיק האָט זיך צוגעהערט צו די פֿײַערדיקע דיסקוסיעס אין די קאַפֿעען פֿון פּאַריזער מאָנפּאַרנאַס, געוואָרן טיילווײַז מיטגעריסן מיטן שטראָם, אָבער נישט אויף לאַנג.
מדינת־ישׂראל איז אַ דינאַמיש, פּלוראַליסטיש און פֿאָרגעשריטן לאַנד, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון איר באַפֿעלקערונג שפּרודלט מיט שטענדיקער און אָנגייענדיקער וויטאַליטעט, ענערגיע און לעבנס־קראַפֿט; אָבער ליידער, אויך מיט קאָלאָסאַלע פּראָבלעמען און זאָרגן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, וואָס מיר קומט אויס צו באַשרײַבן פֿאַר אונדזערע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". אין לויף פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2011, און שוין אויך אין דעם ערשטן חודש פֿון דעם נײַעם יאָר 2012, זענען פֿאַרלאָפֿן אַ צאָל געשעענישן, וואָס האָבן אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג אין לאַנד גופֿא, און האָבן געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע און מעדיאַ אומעטום. זיי האָבן אונדז נישט געבראַכט קיין כּבֿוד, נאָר צער און ווייטיק; זיי האָבן פֿאַרשוואַרצט אונדזער פּנים פֿאַר דער גאָרער וועלט. * * * דאָס וואָס עס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ וואָך צוריק אין קרית־מלאכי, אַ שטאָט אויפֿן וועג קיין באר־שבֿע, איז געווען אַן עפֿנטלעכע אָפּשפּיגלונג פֿון דער טראַגעדיע פֿון די טויזנטער און טויזנטער נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע, וועלכע זענען פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. |