- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צבֿי צעלמאַן, האָט פֿון קליינערהייט אָן ליב באַקומען די ציגײַנער. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע, האָבן די ציגײַנערישע טאַבאָרן נאָך געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. דער יונגער צבֿי פֿלעגט אויסבעטן בײַ דער מאַמען אַלטע, צעריסענע בגדים, אָנטאָן זיי און לויפֿן זיך שפּילן מיט די ציגײַנערלעך. שפּעטער, ווען ער איז אויסגעוואַקסן און אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, האָט צבֿי פֿאַרהיט די ליבע צו דעם דאָזיקן וואַנדערנדיקן פֿאָלק. אין 1940 האָט ער אין בוקאַרעשט אַרויסגעגעבן אַ ביכל אונטערן טיטל: "ציגײַנער־מאָטיוון". (ליד און סאָנעט). דאָס זײַנען ניט לידער וועגן ציגײַנער, ווי לאָמיר זאָגן, בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן "ציגײַנער־באַלאַדע": איין מאָל אין אַ פּורים — אויף יום־כּיפּור, גיי איך אין שיל אַרײַן. ניט אויף דער נאַכט, צו כּל־נדרי, נאָר אין דער פֿרי, ווען מע זאָגט יזכּור. אויך אין דעם טאָג פֿאַסט איך. די עטלעכע שעה, וועלכע כ׳פֿאַרברענג צווישן די דאַוונענדיקע ייִדן, מיינען אַוודאי נישט, אַז כ׳שלאָג זיך על־חטא פֿאַר מײַנע באַגאַנגענע זינד. כ׳בין נישט קיין גרויסער פֿרומאַק און ניט קיין קליינער אַפּיקורס. וואָס זשע דען? — דאָס זאָגן יזכּור נאָך די עלטערן און קרובֿים און דאָס פֿאַסטן איז פֿאַר מיר שוין געוואָרן אַ טראַדיציע. אַ סך ישׂראלים שטעלן ניט פֿלייש און מילכיקס אויף איין טיש, עסן ניט קיין חזיר, רירן זיך ניט צום ברויט אום פּסח; ניט דערפֿאַר וואָס זיי זענען גלויביקע מענטשן — ס׳איז שוין אַזאַ טראַדיציע! ניט ווייניק פֿון די רעליגיעזע מינהגים זײַנען געוואָרן וועלטלעכע טראַדיציעס. אַ נײַע טראַדיציע האָבן אײַנגעפֿירט די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — זיי יום־טובֿן ראָש־השנה כּמעט אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל, באַגעגנט דעם נײַיאָר, — דעם "נאָווי גאָד", לויטן גריגאָריאַן־קאַלענדאַר. די גאַנצע משפּחה נעמט זיך צענויף בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש, מען עסט און מע טרינקט, מע ווינטשט זיך אַ גליקלעכן נײַעם יאָר, עס פֿעלט נאָר שאַמפּאַניער. ס׳טרעפֿט זיך, אַז אויפֿן ראָש־השנהדיקן טיש שטייט אויך אַ טעלערל מיט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך חזיר־וווּרשט... אין מײַן לעצטן "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַשריבן די מחלוקתן צווישן ישׂראל־אַרכעאָלאָגן בשײַכות דער אַנטדעקונג פֿון צוויי זילבערנע מטבעות בעת די אויסגראָבונגען אונטער אַן אַלטער מיקווה בײַם כּותל־המערבֿי. זייער גלויבן, אַז די דאָזיקע אַנטדעקונג פֿון די מטבעות באַווײַזט, אַז דער קעניג הורדוס איז ניט געווען דער, וועלכער האָט אויסגעענדיקט דאָס בויען פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, ווי היסטאָריקער האָבן געהאַלטן ביז איצט. אַזוי ווי מיר פֿײַערן אין די איצטיקע טעג דעם יום־טובֿ חנוכּה, איז כּדאַי איך זאָל דערציילן פֿאַר אונדזערע לייענער, אַז אָט דער זעלבער קעניג הורדוס, וועלכע איז געווען אַ האַלבער ייִד, האָט געהאַט אַ נאָענטע שײַכות מיט דער חשמונאָים־משפּחה. הורדוס איז געווען באַקאַנט ווי דער "קעניג פֿון יהודה". ער האָט געקעניגט אין די יאָרן 37—7 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, אין דער רוימישער אימפּעריע. דער רוימישער אימפּעראַטאָר אַנטאָניוס האָט אים באַשטימט צו זײַן קעניג פֿון יהודה, ווײַל ער האָט אים געטרײַ און איבערגעגעבן געדינט אין פֿאַרשיידענע קאַפּאַציטעטן. בעת זײַן קעניגרײַך האָט דער קעניג הורדוס אויסגעברייטערט די גרענעצן פֿון יהודה, אײַנשליסנדיק גאַנץ גליל, די בערג פֿון חרמון און אַנדערע שטחים פֿון לאַנד. הורדוס איז געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע, דערפֿאָלגרײַכסטע צווישן די פֿאַרשיידענע קעניגן, וועלכע האָבן דאַן געקעניגט אין דער אימפּעריע פֿון רוים. אונדזער שטענדיקער מחבר עקיבֿא פֿישבין איז געוואָרן 95 יאָר יונג. די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע האָט ערשט לעצטנס אָפּגעדרוקט זײַן פּרעכטיקן אַרטיקל וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע. מיר דערוואַרטן פֿון אים נײַע עסייען, וואָס זײַנען שטענדיק באַלערנדיק און אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. נעמט אָפּ אונדזערע האַרציקע חבֿרישע באַגריסונגען און וווּנטשן. מיט אַ 15 יאָר צוריק האָב איך אין ירושלים דורכגעפֿירט אַן אָוונט, געווידמעט דעם ייִדישן שרײַבער אירמע דרוקער, וועלכן מע פֿלעגט אין די ייִדיש־קרײַזן רופֿן "דער ייִדישער ראָמען ראָלאַן". דרוקער האָט גלענצנדיק געקענט די ייִדישע און וועלט־מוזיק, אַליין גוט געזונגען און געווען אַ גרויסער מבֿין אויף חזנות. נאָר אַזאַ מומחה ווי ער האָט געקאָנט אָנשרײַבן דאָס פּרעכטיק־קינסטלערישע ווערק — "קלעזמערס". ווען דער אָוונט האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ מענטש מיט אַ שטעל פֿונעם פֿראַנצויזישן אַקטיאָר און זינגער איוו מאָנטאַן. דאָס איז געווען עקיבֿא פֿישבין, אַ ייִדישער זשורנאַליסט און קונסט־פֿאָרשער. גאָר גיך האָבן מיר ביידע דערפֿילט — מיר זײַנען מענטשן פֿון איין שניט. איך פּערזענלעך האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿישבין — אַ זעלטענע פּערזענלעכקייט, פֿול מיט וויסן אין געביט פֿון מוזיק און קונסט — איז בפֿירוש דער מענטש, וואָס איך קאָן בײַ אים אַ סך לערנען. טאַקע דעמאָלט האָט ער מיר געשענקט זײַן עסיי־בוך "אין די טריט פֿון קינסטלער". געזאָגט: — איך וועל ניט שטאַרבן, — צווישן קיריל־אַלפֿאַבעט, צווישן לאָנקעס פֿרעמדע ניט ליגן, אַ דורכגעזאַפּטער מיט ריחות פֿון שאָף, פֿון ברינדזע מיט מאַמעליגע, און קינדערשפּילן צווישן בלאָטיקע פֿאַרבן...1) די סטראָפֿע פֿון דעם ליד "שושלת", ("דינאַסטיע"), וואָס ס’האָט אָנגעשריבן אויף עבֿרית אַ ישׂראלדיקער פּאָעט, אַ געבוירענער אין 1943 אין דער פֿראַנצויזישער טולוז. ער איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט ניט ווײַט פֿון מיר — אין חולון, און הייסן הייסט ער יוסי. זײַן פֿאַמיליע איז... אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב געאַרבעט, האָט מען געוווּסט, אַז כ’זאַמל מאַטעריאַלן וועגן באַוווּסטע, און אין בעסאַראַביע געבוירענע, ייִדן. אָשר, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אָפּטייל, וווּ מע גיט אַרויס ביכער פֿאַר די לייענער, האָט מיך אין אַ געוויסן טאָג געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, וואָס שטאַמט פֿון בעסאַראַביע? — געוויס, אַז איך ווייס! — זאָג איך אים. — ניין, ניט דער העברעיִשער דיכטער פֿון בעלץ, נאָר אַן אַרגענטינער, וואָס האָט געשריבן אין שפּאַניש און אַ פּאָר גוטע צענדליק יאָרן געהיילט זיך אין אַ משוגעים־הויז. — נו אויב אַזוי — ענטפֿער איך — איז ער זיכער פֿון אוריִעוו (אוריִעווע, אָרכיי). אָשר מאַכט גרויסע אויגן: — פֿון וואַנען ווייסטו? — דאָ האָב איך זיך שוין צעלאַכט און דערציילט דעם באַוווּסטן אין אונדזערע מקומות וויץ: ס’טרעפֿן זיך צוויי בעסאַראַבער ייִדן און איינער פֿרעגט דעם אַנדערן: איר זענט אַן אוריִעווער? ענטפֿערט אים דער צווייטער ייִד: "איר זענט אַליין אַ משוגענער". "קאַרמען", די אָפּערע פֿון פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע, איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אָפּערע־ווערק אין דער געשיכטע פֿון מוזיק (און אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע). אַזוי איז די סיטואַציע הײַנט־צו־טאָג. אַ קאַפּיטשקע אַנדערש האָט די געשיכטע אויסגעזען אין יאַנואַר 1875, ווען נאָך דער פּרעמיערע האָט דער שאָקירטער באַלעבאַטישער עולם "אָפּגעדאַנקט" דעם ספּעקטאַקל מיט קנאַפּע אַפּלאָדיסמענטן. צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע, האָבן אַ טייל מוזיק־מבֿינים שאַרף קריטיקירט די אָפּערע. די "שאַרפֿע קעפּ" פֿון דער באַלעבאַטישער קריטיק האָבן די אָפּערע "קאַרמען" געפּסלט!... וואָס איז געווען די סיבה פֿון דער נעגאַטיווער אָפּשאַצונג פֿונעם מוזיקאַלישן ווערק פֿון ביזע? שאָקירט האָט די באַזוכער קודם־כּל די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי קאַרמען, וואָס זינגט די הויפּטראָלע. די קריטיק, וואָס האָט געפֿורעמט דעם בירגערלעכן געשמאַק, האָט געפּסקנט — "קאַרמען" טראָגט נישט קיין מאָראַלישן כאַראַקטער... די רייד פֿון דער קריטיק האָבן נישט געשטערט, אַז די אָפּערע "קאַרמען" איז אין די ערשטע דרײַ חדשים געגאַנגען אַריבער דרײַסיק מאָל, און גלײַך אַריבער אויף אַ בינע אין ווין און אין דער וועלט. די טײַערע משפּחה רויף איז פֿון קעשענעוו! דעם זומער זײַנען מיר נאָך אַ מאָל געווען בײַ זיי צו גאַסט. מיר, דאָס מיינט, דובֿ־בער קערלער און איך אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע — 2011. פֿאַר וואָס נאָך אַ מאָל? ווײַל אַן עלטערער מענטש קאָן דאָך ניט אַלץ געדענקען. ווען מע קומט צו אים דאָס צווייטע, צי דאָס דריטע מאָל, דערמאָנט ער זיך אין זאַכן, וועגן וועלכע ער האָט פֿריִער פֿאַרגעסן. ווען מיר זענען אַרײַנגעקומען אין זייער דירה האָבן מיר דערפֿילט, אַז דאָ הערשט אַן אומעטיקע שטימונג. שאַפּס רויף האָט אונדז ניט תּיכּף דערקענט און דאָס פּנים בײַ זײַן ווײַב, בײַ זעלדע דאַווידאָוונע, איז געווען כמורנע אָן אַ סימן פֿרייד. און מיר ווילן דאָך, אַז זי זאָל אונדז זינגען אַמאָליקע ייִדישע לידער. דאָ, נעמט אַרויס דובֿ־בער זײַן האַנט־קאָמפּיוטער און געפֿינט דאָרטן דעם פֿריִערדיקן אינטערוויו מיט זעלדע רויף, וואָס מיר האָבן פֿאַרשריבן נאָך אין 2006. אויפֿן עקראַן פֿונעם קאָמפּיוטער באַווײַזט זיך די פֿרוי זעלדע דאַווידאָוונע, וואָס זינגט אַזוי חנעוודיק אַמאָליקע ייִדישע לידער. זעען מיר ווי די קנייטשן אויף זעלדעס פּנים צעגלעטן זיך, זי טוט אַ שמייכל און דערנאָך צעלאַכט זי זיך פֿאַר פֿרייד. איר מאַן איז אויך געוואָרן פֿריילעכער און זאָגט אונדז: "ס’האָט שוין פֿון לאַנג בײַ אונדז אין שטוב ניט געקלונגען קיין געלעכטער!"... העכער צוויי וואָכן זענען שוין פֿאַרבײַ, זינט אונדזער קליין מדינהלע האָט ניט זוכה געווען צו זײַן אין דער רשימה פֿון די לענדער וואָס פֿאַרמאָגן איינע פֿון די "נײַע זיבן נאַטור־וווּנדער אין דער וועלט". מיר האָבן געהאָפֿט, אַז די דאָזיקע אָנערקענונג וועט זיך אויסווירקן עטוואָס פּאָזיטיוו אויף אונדזער איצטיקן געמיט־צושטאַנד אין לאַנד; עס וועט עטוואָס הייבן אונדזער אַלגעמיינע מאָראַל, און עס וועט פֿאַרשטאַרקן נאָך מער דעם אינטערעס בײַ די פּאָטענציעלע מיליאָנען טוריסטן אין דער צוקונפֿט צו באַזוכן ישׂראל און זען דעם ים־המלך, דעם דאָזיקן נאַטור־וווּנדער. אין דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 28 אָקטאָבער — 3 נאָוועמבער 2011 — ווערט אויפֿן סמך פֿון דער ייִט"אַ און NBC באַריכטעט, אַז דער ניו־יאָרקער טראַנספּאָרט־דעפּאַרטאַמענט האָט געדראָט אָפּצושאַפֿן זײַן קאָנטראַקט מיט אַן אויטאָבוס־פֿירמע, וואָס צווינגט די פֿרויען צו זיצן אינעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס, הינטער די מענער, אין אַ דירעקטער סתּירה מיט איר אָפּמאַך מיט דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע לויט וועלכן דער "אָפֿיציעל גוט־געהייסענער טראַנספּאָרט, טאָר ניט דיסקרימינירן קיין פּאַסאַזשירן; אַז די אויטאָבוס־פֿירמע טאָר ניט מאַכן קיין אויסנאַמען, וואָס שייך דעם ענין פֿון סעגרעגאַציע, באַגרינדעט אויף רעליגיעזע סיבות". ..."אויב אין די אויטאָבוסן וועט מען ווײַטער צעטיילן מענער פֿון פֿרויען, וועט דער דעפּאַרטאַמענט מעגלעך אָפּשאַפֿן דעם קאָנטראַקט". אין דער פּראָמינענטער וועלט־צײַטונג ״New York Times״ ווערט דערציילט, אַז "אין די אויטאָבוסן הענגען נאָטיצן, וואָס הייסן די פֿרויען־פּאַסאַזשירקעס צו באַצאָלן דעם שאָפֿער פֿון פֿאָרנט, און דערנאָך אַרײַנקומען דורך דער הינטערשטער טיר, ווען דער אויטאָבוס איז פֿול־געפּאַקט און ס׳איז שווער דורכצוגיין אינעם פֿרויען־טייל פֿון אינעווייניק..." איך הער שוין, ווי מע פֿרעגט מיך: פֿאַר וואָס דווקא "נעכטן, הײַנט, מאָרגן"? אויב מיט אויפֿמערק באַטראַכטן די הײַנטצײַטיקע געשעענישן, אויב מען באַמיט זיך צו דערגרונטעווען צו זייער יסוד, געפֿינט מען, אַז דער הײַנט איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דעם נעכטן; מע זעט אויך, די צאַרטע שפּראָצן, וועלכע וועלן זיך אין גיכן צעוואַקסן, צעבליִען. צווישן די דאָזיקע דרײַ צײַט־אָפּשניטן עקזיסטירט אַ דיאַלעקטישע פֿאַרבינדונג, און מע קאָן ניט אָפּטיילן דעם הײַנט פֿונעם נעכטן, און אָפּרײַסן דעם מאָרגן פֿונעם הײַנט. ס’רוישט אַרום אונדז דאָס הײַנטיקע לעבן. ערגעץ אין אַ שטוב, מיט דער הילף פֿון די עלטערן, טוט אַ קינד זײַן ערשטן שפּאַן. מיט דער הילף פֿון די לערער, הייבן די תּלמידים אָן אין די שולן צו לייענען, די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן — לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אויף צו באַהערשן די שפּיצן פֿון וויסנשאַפֿט. ערגעץ אין אַ שפּיטאָל גרייט זיך אַ כירורג צו אַן אָפּעראַציע. אין אַ ייִדישן טעאַטער הייבט מען אויף דעם פֿאָרהאַנג... עס זענען פֿאַראַן פֿיל טעמעס, וועגן וועלכע מע קאָן שרײַבן. עס וויל זיך אָבער אין יעדער אַרומיקער דערשײַנונג זען אַן אָפּשײַן פֿון דעם טאָג; דעם נעכטיקן און אַן אויפֿשטײַג פֿון אַ טאָג אַ נײַעם.
קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
דאַכט זיך, ערשט נעכטן איז עס געווען: אויפֿן רעפּובליקאַנער פֿאַרמעסט פֿון יונגע מוזיקער, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די גראַדואַנטן און סטודענטן פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע און דער ספּעציעלער מוזיקאַלישער מיטלשול פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער, האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט שפּילן דעם תּלמיד פֿון דער שול, דעם יונגן פֿידלער נאַום כאָש. מיט זײַן רײַפֿן טאַלאַנט, טעכניק און טיפֿער באַטראַכטקייט האָט ער זיך אויסגעטיילט צווישן די אַנדערע קאָנקורסאַנטן. דעמאָלט האָט כאָש געוווּנען דעם צווייטן פּריז, און זײַן אויפֿטריט איז באַמערקט געוואָרן אין די מוזיקאַלישע קרײַזן פֿון דער קרוינשטאָט. געבוירן געוואָרן איז נאַום אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿון אַ בויער־אינזשעניר און לערערקע פֿון געאָגראַפֿיע און געשיכטע. דעם נאָמען האָט ער געירשנט פֿון אַ קרובֿ, אים אויף לענגערע יאָר, אַ קרבן פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903. זײַנע עלטערן, ווי אויך אַנדערע טאַטע־מאַמעס אין יענע יאָרן, האָבן געטרוימט, אַז זייער זון זאָל באַקומען אַ מוזיקאַלישע דערציִונג און האָבן אים אָפּגעגעבן אין דער מוזיק־שול ער זאָל זיך לערנען שפּילן פֿידל. נאַום איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גוטע הענט; דער פֿידל־לערער עמנואל צינמאַן האָט געשמט מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון אַ געניטן פּעדאַגאָג. ער האָט באַלד דערזען אינעם ייִנגעלע אַ באַזונדערע פֿעיִקייט צו מוזיק און שוין ווײַטער נישט געצווייפֿלט, אַז נאַומס לעבנס־וועג וועט זײַן פֿאַרבינדן מיט דער קאַריערע פֿון אַ מוזיקער. |