- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דערציילונג אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר. די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן... פּאָליטיק, זאָגט מען, איז אַן אָנגעבלאָזענער באַלעם אין די הענט פֿון פּאָליטיקערס. און פּאָליטיקערס האָבן געוויינטלעך בײַם עולם נישט קיין גוטן שם. אויך פּאָליטיק, וואָס פֿון איר איז אָפּהענגיק דער גורל פֿון דער מענטשהייט און דער קיום פֿון דער וועלט, מיט וועלכער זי פֿירט אייגנטלעך אָן, איז אין אַלגעמיין נישט קיין באַליבטער ענין, און זייער אַ סך מענטשן טרייסלען זיך אָפּ פֿון איר ווי פֿון אַ מגפֿה. איך קען אַ סך — אַפֿילו אינטעליגענטע — מענטשן, וואָס זאָגן, אַז זיי לייענען נישט אין די צײַטונגען און זשורנאַלן קיין זאַך וואָס האָט צו טאָן מיט פּאָליטיק. די מערסטע מענטשן לייענען נאָר די בײַלאַגעס וועגן ספּאָרט; אַנדערע — נאָר וועגן ליטעראַטור, קולטור און קונסט — סײַדן, עס טרעפֿט עפּעס אומגעוויינטלעכס: ווען אַ מענטש בײַסט אַ הונט, און נישט פֿאַרקערט, ווען אַ פּרעזידענט פֿון אַ מדינה ווערט געמישפּט פֿאַר שאַנד־אַקטן, פֿאַר פֿאַרגוואַלדיקונג, אָדער ווען עס טרעפֿט צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער, דער זעקסטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען שטענדיק אַ שליסל צו זייער לעבן און שאַפֿן. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער (1918—1998), דער שרײַבער, פּובליציסט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (1987—1998), ווילט זיך ברענגען פֿאַר די לייענער אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אין דער ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין פֿאַרבינדונג מיטן חורבן. מרדכי שטריגלער איז בערך אין עלטער פֿון 11 יאָר אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, ווײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם לייענען ה. לייוויקס אַ בוך לידער, וואָס איז געלעגן אונטער דער גמרא. גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, דעם 11טן אַפּריל 1945, נאָכן איבערלעבן 12 דײַטשע לאַגערן, האָט שטריגלער געזוכט אַ וועג אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט ה. לייוויקן אין ניו־יאָרק. אין דעם בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", וואָס מיר ברענגען ווײַטער, קומט דאָס בולט צום אויסדרוק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אַנטוויקלט אַ בריוו־אויסטויש צווישן דעם 26־יעריקן שרײַבער און דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פֿון ניו־יאָרק. די עדיציע פֿון אָט דעם בריוו־אויסטויש נעמט אַרום אַ קײַמא־לן פֿון 76 בריוו, וועלכע זענען דעשיפֿרירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן־כּהן, דירעקט פֿון די כּתבֿ־ידן. די טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" דער "יום־השואה והגבֿורה" — דער אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה — איז שוין פֿאַרבײַ, אָבער דאָך, פֿילן מיר נאָך אַלץ אין אונדז דעם צער און ציטער, וואָס נעמט אונדז אַרום, ווען עס קומט אָן און ווען עס לאָזט איבער מיט אונדז דער אומהיילבאַרער ווייטיק, ביז דעם קומענדיקן יאָר. עס איז שטענדיק שווער, זייער שווער, זיך צו באַרויִקן פֿון דעם וואָס מען זעט און מען הערט אין די דאָזיקע דערמאָנונגס־טעג, אין דער מעדיאַ און מען לייענט די שילדערונגען אין דער פּרעסע. די אָנדענק־פּראָגראַמען לזכר דעם אומקום פֿון אונדזערע משפּחות בעת דעם חורבן און די שאַלנדיקע סירענע־קלאַנגען אין דעם אַלגעמיינעם טרויער־טאָג שטעלן אָפּ, ניט נאָר די באַוועגונג און פֿאַרקער אין די גאַסן און שאָסייען איבערן לאַנד, נאָר אויך אויף אַ ווײַל, אונדזער אָטעמצוג. זיי ברענגען פֿאַר די אויגן די בילדער פֿון יענע טראַגישע, שוידערלעכע טעג פֿון מאָרד און חורבן פֿון אונדזערע ליבסטע; פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק. אין דער טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" אין ירושלים, האָבן 6 ניצולי־השואה — געראַטעוועטע פֿון חורבן — אָנגעצונדן משׂואות — שטורקאַצן. יעדער איינער פֿון זיי איז באַגלייט געוואָרן פֿון אַן אייניקל, וועלכע האָבן בײַ דער געלעגנהייט זיי עפֿנטלעך באַגריסט און אויסגעדריקט זייער ליבע, דאַנק און שטאָלץ, וואָס זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון טויט און זוכה געווען צוריק אויפֿצושטעלן אַ היים — אַ משפּחה אין ישׂראל. דער דאָזיקער זשעסט פֿון המשך־דור איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אָנערקענונג פֿון אַלעמען. "יד־ושם" שטייט דאָס יאָר אונטערן צייכן "אויפֿזאַמלען די פֿראַגמענטן פֿון זכּרון", און איז איצט אַרויס מיט אַ רוף צו דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַטייליקן אין אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם פּראָיעקט צו ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנקייט די רעשטלעך פֿון חורבן און אומקום. דער ציל איז צונויפֿצוזאַמלען אין אַרכיוו פֿון "יד־ושם" בריוו, דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרשיידענע חפֿצים, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד. "יד־ושם" ווענדט זיך צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, זייערע קינדער און אייניקלעך זיך צו באַטייליקן אין דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט צו ראַטעווען און אָפּהיטן די דאָזיקע פֿראַגמענטן פֿון זכּרון פֿאַר די קומענדיקע דורות. יעדער בריוו אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, אָדער דאָקומענט אַנטהאַלט אַ טייל פֿון דער געשיכטע און דעם גורל פֿון אונדזערע נאָענטע. זינט זײַן גרינדונג האָט "יד־ושם" געשטרעבט צו דערגיין צו אַלע רעלעוואַנטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע אין שײַכות מיטן גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן און די מיליאָנען פֿאַרפֿאָלגט־געוואָרענע אין דער צײַט פֿון חורבן. באַזונדערס איצט, ווען דער דור פֿון די לעבן־געבליבענע ווערט אַלץ קלענער, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג: זאַמלען די פֿראַגמענטן און זיי אַרײַנפּאַסן אין זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט. שעקספּיר (1564—1661) איז איצט בײַ אונדז דער אַמערסטן פֿאָרגעשטעלטער דראַמאַטורג. פֿאַר וואָס? אָן אַ באַזונדערער סיבה, סתּם אַזוי! אמת, בלויז זײַנע קאָמעדיעס: "אַ סך רעש איבער גאָרנישט" — אין באר־שבֿע; "די 12טע נאַכט" — אין "חאן"־טעאַטער, ירושלים; "ראָמעאָ און יוליאַ" אין "קאַמרי". אָט די לעצטע, כאָטש אַ טראַגעדיע, קאָן מען זי אויך אַרײַנרעכענען, ווי אַ באַזונדערער פֿאַל, ווי אַ קאָמעדיע; צוליב די אומוויליקע קאָמיש־לעכערלעכע אויסגליטשן, מיט וועלכע אָט די ווערסיע האָט זיך אויסגעצייכנט. אויסער דעם, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ גאַנץ בכּבֿודיקער זאַמלונג פֿון טעאַטער־ווערק, וואָס ס׳האָט אונדז איבערגעלאָזט, פֿאַר אַלע דורות, וויליאַם שעקספּיר — אויך באַקאַנט ווי דער "באַרד פֿון עיוואָן". יאָרן־לאַנג האָבן די טעאַטערס, ווי אויך דאָס פּובליקום זיך געהאַלטן אַ ביסל אָפּגעטיילט פֿון שעקספּירן, וואָס במשך די יאָרהונדערטער איז פֿאַרבליבן ווי "אַ האַרט ניסל". דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן רעספּעקט מיט אַ געמיש פֿון מורא, טאָמער וועט מען, חלילה, נישט פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר. נאָר די יעניקע וואָס האָבן זיך דאָך יאָ דערנענטערט צו אים, האָבן קיין חרטה נישט געהאַט; פֿאַרקערט, דאָס וואָס זיי האָבן געווינען, האָט זיי באַרײַכערט מיט אַ וועלט־וויסן, קולטור און שיינקייט. עס דערנענטערט זיך כ״ז ניסן, דער טאָג ווען ייִדן אומעטום וועלן אָפּמערקן דעם יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה — דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. מיר באַוויינען דעם טראַגישן אומקום פֿון אונדזערע זעקס מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון אונדזערע אַמאָליקע היימען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אויסגעפֿירט דורך די היטלעריסטישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אונדזערע וווּנדן זענען נאָך אַלץ ניט פֿאַרהיילט, אונדזערע פּײַנלעכע זכרונות פֿון יענע יאָרן, נאָך אַלץ ניט פֿאַרווישט... מיר, די על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן, זענען די לעצטע עדות פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה אין אונדזער ייִדישער געשיכטע. אין אַ צײַטונג־מאַטעריאַל וועגן די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", האָב איך געשריבן: "...גאָר באַזונדער דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן, אַז אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג פֿאַרנעמט צווישן אַזוינע מחברים ווי אַבֿרהם סוצקעווער, הערש סמאָליאַר, הירש דאָבין, און מאיר יעלין אַ ביז גאָר חשובֿ אָרט מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע)". איר צושטײַער אין אונדזער חורבן־ליטעראַטור איז נישט צום איבערשאַצן. ס’איז ווי זי וואָלט געגעבן אַ שבֿועה, ווי אומדערטרעגלעך שווער און פּײַנלעך דאָס זאָל ניט זײַן, נאָר ביז דעם לעצטן אָטעם נישט אַרויסלאָזן די פּען פֿון האַנט און אָן אויפֿהער, מיט באַוווּסטזיניק אונטערגעשטראָכענער ייִדישקייט, דערציילן וועגן די אומגעבראַכטע קדושים; דערציילן טיף־יחידיש, מיט פּראָסט־האַרציקע וואָכעדיקע רייד, מיטן שטילן ווייגעשריי, וואָס זאָל זיך לאָזן ווײַט הערן. איר ווייגעשריי דערגייט צום לייענער נאָר דערפֿאַר, ווײַל אַליין איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אונטערן נאַצישן חלף, ווען איר האָט באַדאַרפֿט ערשט ווערן פֿערצן יאָר און דאָס וואָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין האָט זיך פֿאַראַנקערט ביז הײַנט אין איר זכּרון. זי איז אין פֿולן זין פֿון וואָרט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם זכר. עס איז ממש געווען אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען אין די פֿרילינג־טעג, צווישן פּורים און פּסח אין טבֿריה. די בערג און טאָלן אַרום זענען באַדעקט מיט אַ שלל פֿון קאָלירפֿולע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן. דער פֿלאַך פֿון די שימערירנדיקע וואַסערן פֿון כּנרת, האָט אַ דאַנק די רעגנס פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער, זיך באַדײַטנדיק געהויבן און זיך דערנענטערט צו די ברעגן פֿון דער אָזיערע. די לופֿט איז קיל און ליבלעך. עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו שפּאַצירן געמיטלעך לענג־אויס דער שיינער פּראָמענאַדע אַרום דער כּנרת. אין פֿאַרגלײַך צו די הייסע און שווערע זומער־חדשים, וואָס וועלן זיכער אָנקומען נאָך פּסח, איז איצט אין טבֿריה, און אין די אַרומיקע קיבוצים און מושבֿים, ממש אַ מחיה... איז טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט קומען איצט קיין טבֿריה, צו געניסן פֿון דעם מילדן, אָנגענעמען קורצן פֿרילינג־פּעריאָד אין גליל בכלל, און אין טבֿריה בפֿרט. די וואָך ווערט 50 יאָר זינט דער פֿאַנטאַסטישער דאַטע — דעם 12טן אַפּריל 1961, — ווען דער ערשטער מענטש אין דער וועלט, יורי גאַגאַרין, איז געפֿלויגן פֿון דער ערד אין קאָסמאָס אַרײַן. מיר, די לעבעדיקע עדות פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער געשעעניש, געדענקען פּרטימדיק אַלץ, וואָס דאַן איז פֿאָרגעקומען: דעם אומקער פֿון יורי גאַגאַרין אויף דער ערד, זײַן אָנקום אין מאָסקווע, זײַן באַגעגעניש מיט דער משפּחה, זײַן אויפֿשטײַגן צוזאַמען מיט כרושטשאָוון און אַנדערע אָנפֿירער פֿון לאַנד אויף וו. לענינס מאַווזאָליי, און גאַגאַרינס רויִקע ווערטער, געווענדט צום ריזיקן עולם, וואָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן רויטן פּלאַץ. מיר געדענקען אויך די ווײַטערדיקע עטאַפּן פֿון דער קאָסמאָס־געשיכטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. און דערין אויך דעם פּלוצעמדיקן, אומדערוואַרטן, טראַגישן צופֿאַל, ווען גאַגאַרין איז, נאָכן אויספֿאָרן אַ האַלבע וועלט און דורכמאַכן באַגעגענישן מיט אָן אַ שיעור מענטשן, מיט אַ מאָל, בײַ זיך אין לאַנד אומגעקומען אין אַן אַוויאַ־קאַטאַסטראָפֿע. דאָס איז געווען ניט צו באַגרײַפֿן... אַן איין און איינציקער ווײַסער אויטאָ האָט זיך באַוויזן אויפֿן וועג. יעדעס מאָל וואָס זײַנס אַ ראָד האָט געטראָפֿן אין אַ גריבל, האָט דער אויטאָ זיך געגעבן אַ שאָקל, אויפֿהייבנדיק אַ וואָלקנדל שטויב אין דער לופֿטן. און אַזוי איז דער אויטאָ געפֿאָרן ביז ער האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן דעם איינציקן בוים. איציק איז אַרויס פֿונעם אויטאָ און פֿאַרמאַכט די טיר מיט אַ שטאַרקן קלאַפּ. די קורצע, שטײַפֿע האָר אויף די באַקן זיך געשניטן צו זײַן אַ שטעכיק בערדל. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ געמיש פֿון מלבושים, וואָס ער האָט אַרויפֿגעשלעפּט אויף זיך אין אײַלעניש. אַ ברייט, רויט, אויסגעדינט "טריינינג" העמד. אַ פּאָר געלע, צעקנייטשטע הויזן און אַ ווײַס בייסבאָל־היטעלע מיט אַ שמאָלן, לאַנגן דאַשיק — אַ מתּנה פֿון זײַן ניו־יאָרקער פֿעטער מיט יאָרן צוריק. אויף די פֿיס האָט ער געטראָגן אַ פּאָר בלאָע סאַנדאַלן. אין דער רעכטער האַנט — געהאַלטן אַ זעקעלע מיט אַ מאַראַנץ, אַ סענדוויטש מיט קעז און אַ פֿלאַש וואַסער. ער האָט אײַנגעאָטעמט די פֿרישקייט וואָס דער ווינט האָט אים צוגעטראָגן. פֿון דעם פֿאָלקלאָריסטישן אוצר, און נישט נאָר פֿון דעם ייִדישן, איז זייער פּאָפּולער דאָס ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער ווי קיינמאָל, האָט געזאָגט אַ ייִד ווען ער האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן". אַ ייִד אַן אויסטויגער זוכט אַן אַלטערנאַטיוון אויסוועג, אַן אַנדערן טראַנספּאָרט־מיטל אָנצוקומען באַצײַטנס, אָדער וואָס גיכער, צום ציל פֿון זײַן נסיעה. דאַקעגן אַ טויגעניכטס, אַ שלימזל אָדער אַ בטלן אָן איניציאַטיוו, קלײַבט אויס, געוויינטלעך, די צווייטע ברירה: ער וואַרט אויף אַ צווייטער געלעגנהייט, אויף אַ נס, אויף דער קומענדיקער באַן. געשעט אָבער נישט זעלטן, אַז דער קומענדיקער צוג פֿאַרשפּעטיקט אָדער איז אַ שנעלצוג, וואָס שטעלט זיך נישט אָפּ אויף דער געגעבענער סטאַציע, און דער מענטש בלײַבט מיטן בלויזן ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל"... אַזוי זעט אויס די איצטיקע רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, וועלכע האָט דעם 1טן אַפּריל פֿאַרענדיקט די ערשטע העלפֿט פֿון איר קאַדענץ: אַ זעלבסצופֿרידענע פֿון איר עצם אויסהאַלטן און איבערלעבן אַלע שטרויכלונגען און קריזיסן און דעם דרוק פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, פֿון איבערלעבן די שׂרפֿות אַרום אונדז. |