- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס מאָל קלײַב איך זיך פֿאַרפֿירן אַ געשפּרעך וועגן ייִדן — ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער בעת דער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה" (1941—1945), ווי מ׳האָט עס גערופֿן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ טעמע וואָס וועט לאַנג נאָך ניט פֿאַרלירן איר אַקטועלקייט. מיט נחת־רוח פֿון אַזאַ אַרבעט שמעקט ניט, ווײַל אַ רייד וועט אויך גיין וועגן באַוווּסטזיניקער רכילות־שרײַבערײַ. וועל איך זיך דערלויבן אַ ביסעלע פֿאַרציִען דאָס צוטרעטן צום עיקר. שוין אַ לענגערע צײַט ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אַלטע בריוו. דאָס מאָל ניט פֿון פּענקאָלעגעס. אייניקע פֿון זיי זײַנען אָנגעשריבן נאָך מיט 65 יאָר צוריק און מער, אָבער די אַלטמאָדישע פּען און טינט האָבן זייערס אויסגעהאַלטן און זיך ניט אונטערגעגעבן דער צײַט. אין דער אַרבעט האָב איך זיך אַזוי אַרײַנגעטאָן, אַז מיט אומגעדולד קוק איך אַרויס, אַז דער אָוונט זאָל וואָס גיכער אַראָפּ אויף דער ישׂראל־ערד, די היץ זאָל פֿאַלן, און זיך זעצן צום טיש. עס פֿירט זיך אין קאָמערציעלע געשעפֿטן, אין רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, אַז "מע נעמט" אַן אינווענטאַר־ציילונג, אַ סך־הכּל, פֿון די אַנטוויקלונגען און געשעענישן פֿון זייערע אינטערעסן אין דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר. אויך אין פּריוואַטן לעבן מאַכן מענטשן אַ סך־הכּל, און מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון פֿון דעם וואָס עס איז געשען מיט זיי אין דעם אַלטן יאָר און וווּ זיי האַלטן מיט זיך אין די טעג, ווען מיר שטייען פֿאַר דעם אָנקומענדיקן נײַעם יאָר. אומעטום, איבער דער גאָרער וועלט, האָט מען מיט צוויי נעכט צוריק געפּראַוועט הוליאַנקעס, געטרונקען און געגעסן, געטאַנצט און "געבאַלעוועט", זיך געלאָזט וווילגיין מיט פֿרייד, עקזאַלטאַציע און "הו־האַ", ווען מען האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דעם פֿאַרגייענדיקן אַלטן קאַלענדאַר־יאָר, און באַגעגנט דעם נײַעם אָנקומענדיקן יאָר 2011. דאָס נײַע יאָר 2011 עפֿנט זיך פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל אָן אילוזיעס און אָן דערוואַרטונגען. די צווייטע רעגירונג פֿון נתניהו — די 32סטע רעגירונג פֿון דער מדינה — איז ארײַנגעטראָטן אינעם דריטן יאָר פֿון איר הערשאַפֿט נאָך אַ יאָר פֿון אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער בטלנות: כאָטש נתניהו האָט זיך מתחייבֿ געווען, אַז די ערשטע פּריִאָריטעט אויפֿן סדר־היום פֿון זײַן נײַער קאַדענץ וועט זײַן דאָס דערגרייכן אַ סטאַבילן שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח, איז אָבער זײַן גאַנצער אָנשטרענג געווענדט אין דער ריכטונג פֿון צוימען און האַמעווען דעם גאַנג צו אַ שלום, שטרויכלענדיק די בעסטע געלעגנהייט, וואָס האָט זיך ווען־עס־איז געעפֿנט פֿאַר דער מדינה. אַרויסגעבראַכט האָט אונדז די אויסנעמלעכע געשטאַלט פֿון גליקל פֿון האַמעל פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי, בעת איר פֿאָרטראָג אין די ראַמען פֿונעם קולטור־פֿרימאָרגן אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". גיט נאָר אַ קוק וויפֿל מזל מיר האָבן! וויפֿל מ׳זאָל נישט רעדן וועגן שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט, געניסן מיר פֿון דענסטוועגן פֿון אויסגעצייכנטע אינטעלעקטואַלן, וואָס ייִדיש איז נאָך אַלץ פֿאַר זיי דער מקור פֿון וויסן, די היים וואָס שטענדיק קאָן מען זיך צו איר אומקערן און אפֿילו בלײַבן דאָרט אויף שטענדיק. פֿאַרשטעדלעך אַז אַזעלכע מחשבֿות האָט בײַ אונדז דערוועקט פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי, בעת איר באַלערנדיקער לעקציע, וווּ ס׳איז איר געלונגען אײַנפֿאַלעריש צוזאַמענבינדן וויסנשאַפֿט מיט ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט. צווישן די ייִדישע גדולים אין די דראַמאַטיש־גורלדיקע יאָרן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרנעמט שמעון דובנאָוו אַ זייער בכּבֿודיק אָרט. זײַן לעבנסווערק "די וועלט־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק" אין צען בענד איז פֿול, אָדער געקירצט, איבערגעזעצט געוואָרן אין כּמעט אַלע קולטור־שפּראַכן. אויף דעם יסוד זײַנען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ שלל לערנביכער. זײַנע נאָכפֿאָלגער זײַנען געוואָרן פּרעסטיזשפֿולע ייִדישע היסטאָריקער. דובנאָווס פֿאָרשערישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט פֿון זײַן יוגנט ביזן לעצטן אָטעם, איז געווען ענג באַהאָפֿטן מיט די פֿריידן און ליידן פֿון פּײַנפֿולן ייִדישן פֿאָלק. פֿאַרוואָס ווערט עס באַטאָנט? ווײַל צענדליקער טויזנטער פֿון זײַנע שטאַמברידער האָבן אין פֿרעמדע רייען געדאגהט ווי אויסצולייזן די רוסישע אימפּעריע און פֿאַר איינס די וועלט. זײַנען מיר שוין, מיט מזל, איבערגעקומען די שׂרפֿה אויפֿן כּרמל, וועלכע האָט אומגעבראַכט 43 נפֿשות און פֿופֿציק טויזנט דונאַם וואַלד, און מיליאָנען ביימער, לרובֿ פֿון קק״ל, דעם קרן־קימת. די וואָך פֿון חנוכּה תּשע"א האָט אונדז אָנשטאָט דעם דערוואַרטן נס געברענגט אַן אומגליק. דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך איבערגעקערט, דער בוימל האָט זיך אויסגעגאָסן און פֿון דעם "אור לגויים" איז געוואָרן אַן "אש ליהודים", אַ פֿײַער קעגן ייִדן. און די איראָניע (אָדער דער חסד) פֿונעם גורל האָט געוואָלט, אַז צווישן די 39 לעש־עראָפּלאַנען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעטונגס־פֿלאָט, וועלכן דער פּרעמיער נתניהו האָט אויף גיך אָרגאַניזירט צו פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער, זײַנען געווען דרײַ לעש־עראָפּלאַנען פֿון די גריכן, וואָס אין זייער זכות פּראַווען מיר יעדעס יאָר דעם יום־טובֿ פֿון די מכּבייער, און צוויי עראָפּלאַנען פֿון די טערקן, די יוונים פֿון הײַנט... אויב צווישן די ישׂראלדיקע מאָלערס איז פֿאַראַן אַ רשימה פֿון טאָנגעבערס, איז זיכער אויך פֿאַראַן אַ ליסטע פֿון טאָנגעבערס צווישן די קוראַטאָרן. שׂרה ברײַטבערג־סמל (סעמעל) — קונסט־קריטיקערין, רעדאַקטאָרין, קוראַטאָרין, געפֿינט זיך, אָן שום ספֿק, בײַם סאַמע שפּיץ פֿון דער דאָזיקער רשימה. איר נאָמען און אויפֿטוען זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ לאַנגער שורה קינסטלער וואָס זײַנען זוכה געווען אָנצוקומען, אַ דאַנק איר, צו יענער געגאַרטער פּאָזיציע, ווי אויך דערגרייכן, אַז דווקא זי זאָל דורכפֿירן אַ טיפֿע פֿאָרשונגס־אַרבעט איבער דעם קינסטלער. צו איר זכות קאָן מען צושרײַבן איינע פֿון די באַוווּסטע אויסשטעלונגען אין דער געשיכטע פֿון דער היגער קונסט, "די אָרעמקייט פֿון דער מאַטעריע", פֿון 1986, אין וועלכער איר אונטערשריפֿט איז אײַנגעקריצט אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן ביז הײַנט.
די רעזשיסאָרן פֿון די לעבעדיקע דראַמעס וועלכע בויען די געשיכטע, פֿירן זיך אויף אַזוי ווי די דראַמאַטורגן אין האָליוווּד, אין דער טעלעוויזיע און הינטער די קוליסן פֿון די טעאַטערס. יעדער איינער וויל יעדן אַנדערן איבעריאָגן, איבערשטײַגן אין דעם דערפֿאָלג און אין דער פּאָפּולאַריטעט, אָדער, ווי מען רופֿט עס הײַנט: אין דעם "רייטינג". אָט זײַנען אָקערשט אויסגעבראָכן איינער נאָכן אַנדערן צוויי דראַמאַטישע סקאַנדאַלן. האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן זיך אָנצוּוואַרעמען אָדער אָפּצוקילן — און עס איז אָנגעפֿלויגן אַן אַלוועלטלעכער, אַ שטורמישער דיגיטאַלישער, צי עלעקטראָנישער, אין דער זעלבער צײַט ווען אין צענטער פֿון לאַנד האָט מען זיך געקענט טרייסטן מיט די ערשטע סימנים פֿונעם ווינטער, האָט מען זיך אין אילת, דער שטאָט פֿון דער אייביקער זון, געקוויקט מיטן זומער. די שטאָט פֿון די פּאַלמען־ביימער, פֿונעם מידבר און פֿונעם רויטן ים איז שטאַרק ווײַט פֿון אייראָפּע. און דאָך, האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿיליע פֿונעם פּוילישן שטעטל. הונדערטער מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען דעם חודש אָנגעקומען אין "לעאָנאַרדאָ־קלאָב־האָטעל" צו דער "ייִדישיאַדע", ערשטע אונטערנעמונג פֿון דעם טיפּ אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, כּדי צו דערהייבן די ייִדישע קולטור אין מיזרח־אייראָפּע און אין דער ייִדיש־קהילה אין לאַנד. דער צוזאַמענפֿאָר איז געווען די בעסטע דעקאָראַציע, וואָס די "ייִדישפּיל"־פֿאַרוואַלטונג האָט געקענט אויסטראַכטן. דער נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלער "משהלע" בערנשטיין, דער פֿאַראייביקער פֿונעם מיטאָס פֿון ייִדישן שטעטל, דערשײַנט אין אייניקע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען מיט אַ פּעקל אויף דער פּלייצע. דאָס איז דאָס פּעקל פֿון די ייִדישע צרות, וואָס ער, אַזוי ווי יעדער ייִד, שלעפּט אויף זיך אין זײַן צוויי טויזנט־יאָריקן גלות. עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די דאָזיקע בילדער זײַנע האָט ער געמאָלט און געצייכנט אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער אַנטיפּאָד און דער פֿאַרלייקענער פֿונעם גלות. אָפֿיציעל איז יפֿו אויך תּל־אָבֿיבֿ; זינט 1950 האָט די תּנ״כישע שטאָט פֿון ווײַטן אַלטערטום און די מאָדערנע מעטראָפּאָליע זיך פֿאַרוואַנדלט לויט אַ מלוכישן דעקרעט אין איין שטאָט. פֿאַקטיש אָבער ראַנגלט זיך יפֿו ווי זי קען אויפֿצוהאַלטן איר אייגנאַרטיקן אָריענטאַל־אַראַבישן כאַראַקטער. די גאַלעריע "קיימא" איז קוים נאָך איינע פֿון די פֿילצאָליקע קונסט־גאַלעריעס אין יפֿו. זי פּֿרוּווט אָבער אויף איר אופֿן באַקאַנט צו ווערן דורך איר אַנדערשקייט. "קיימא" פֿאַרנעמט נישט קיין איינעם פֿון די פֿילצאָליקע חלום־ווינקעלעך וואָס באַשײַנען די שטאָט. פֿראַנצויזישע מחברין בעאַטריס פֿיליפּ מאַכט אַן אינטערעסאַנטן שפּאַציר איבער דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן פּאַריז זינט 1789 (500 ייִדן דאַן אין פּאַריז), ביז די טרויעריקע יאָרן פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס (פֿאַראַן דעמאָלט אין פּאַריז 70 טויזנט ייִדן) לאָמיר זאָגן דעם אמת — ייִדן האָבן נישט קיין פֿויגלדיקע היסטאָרישע זכרונות פֿון דער שטאָט פּאַריז. בזמן־המיטלעלטער, ווען פּאַריז איז געווען אַ רײַכע שטאָט, געלאָקט פֿרעמדע פֿון מרחקים, האָבן ייִדן געגעסן דאָ ברויט מיט פּוטער. די שיינע ייִדישע קהילה האָט געהאַט אַ ישיבֿה און גרויסע ייִדישע למדנים — אָבער וואָס איז די פּעולה? |