- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). בלעטערנדיק די פּוילישע צײַטונג "Czerwony Sztandar" (די רויטע פֿאָן), וווּ איך האָב העכער פֿינף און צוואַנציק יאָר געאַרבעט פֿאַר מײַן עליה פֿון ווילנע (און געווען איז דאָס די איינציקע אָריגינעלע טעגלעכע צײַטונג אין פּויליש ניט נאָר אין ליטע, נאָר אין גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד), האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ זעלטענער ידיעה פֿון דער פּוילישער פּרעסע פֿון אַן ערך מיט הונדערט יאָר צוריק, וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט מיט איר ייִדישער טעמע. "צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן? וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן? ס’ווײַזן זיך שוין די ערשטע סימנים פֿון סוף זומער? אָדער ס’ווילט זיך שוין זען זיי? ווי ס’זאָל נישט זײַן — דער סוף פֿון זומער זאָגט אָן אַ סך אָנהייבן. איינער פֿון זיי איז די מעלדונג, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון הייבט אָן דעם סעזאָן מיט אַ הויכפּונקט: די סימפֿאָניע נומער 2 "התּחיה", פֿון גוסטאַוו מאַלער; און דיריגירן וועט זי דער יונגער סטאַבילער קונסט־דירעקטאָר פֿון אָרקעסטער, דן עטינגער. מאַלער געניסט בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון גרויס פּאָפּולאַריטעט: מ’שפּילט מאַלערן אָפֿט און אומעטום. און מע פֿירט אויף אין טעאַטער מאַלערן; און אָט שטייען מיר שוין ווידער פֿאַר דעם אָנקום פֿון דעם נײַעם יאָר תשע״א. די יאָרן לויפֿן שנעל פֿאַרבײַ, עס דאַכט זיך, אַז ניט לאַנג צוריק, ערשט נעכטן, האָבן מיר געפֿײַערט די דאָזיקע טעג... אָבער דער יערלעכער לוח אויף דער וואַנט פֿעלשט ניט, זײַנע בלעטער זענען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער, עס איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע בלעטל פֿון דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר, און דאָס וועט אויך באַלד, אין עטלעכע טעג אַרום, פֿאַרשווינדן... איך בין אַ געבוירענער אין ישׂראל. מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך באַזוכט רומעניע. איך האָב געזוכט מײַנע "וואָרצלען", ווי ס'איז אַנומלט אַרײַן אין דער מאָדע. די איינציקע וואָרצלען וואָס איך האָב אויסגעזוכט, זײַנען די וואָרצלען פֿון די בוריאַנען. זיי האָבן זיך ווילד צעוואַקסן אַרום די קרומע, פֿאַלנדיקע, מיט מאָך באַוואַקסענע מצבֿות, אויף וועלכע מײַן משפּחה־נאָמען איז געווען אויסגעקריצט. יעדער איינער פֿון אונדז האָט אַוודאי נישט איין מאָל צוגעזען, אין אַ שטורעמדיקן האַרבסטיקן טאָג, ווי אַ בלעטל, אַ פּאַפּירל ראַנגלט זיך אומבאַהאָלפֿן מיטן ווינט, ווערט געטראָגן פֿון אים אַרויף און אַראָפּּ, און צענדליקער מענטשן יאָגן זיך נאָך אים מיט אויסגעצויגענע הענט; יעדער איינער וויל עס כאַפּן, מיינענדיק ווער ווייס וואָס אַזוינס דאָס פּאַפּירל פֿאַרמאָגט אין זיך אָדער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און דאָס פּאַפּירל אַנטלויפֿט און לאָזט זיך צומאָל אַוועק מיטן ווינט און גייט פֿאַרלוירן אין די ווײַטענישן. מאַנכע מאָל ווערט עס אַרײַנגעשלעפּט אין אַ ווירבלווינט, דרייט זיך אַרום זיך, אַרום זײַן אייגענער אַקס און פֿאַלט צום סוף אַראָפּ צעקנייטשט און אויסגעמוטשעט פֿון דעם ווינטיקן געראַנגל — אַזוי ווי אַ געלער בלאַט וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ האַרבסטיקן בוים אין אַ האַרבסטיקן טאָג אונטער די צעטרעטנדיקע פֿיס פֿון אַ צופֿעליקן פאַרבײַגייער. דער רעמאָנט פֿון "הבימה", אין דעם נאַציאָנאַלן ישׂראל־טעאַטער גייט אָן דראַמעס. אין דער אמתן, איז עס מער ווי אַ רעמאָנט — ס׳איז אַן איבערבוי, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אפֿשר מיט פֿינף יאָר צוריק און ווען מ’גייט דאָרט אַדורך — טוט אַ קלעם בײַם האַרצן; ס’איז נאָך אַלץ ווײַט פֿון סוף. שפּילט מען טעאַטער וווּ מע קען, איבער דער גאַנצער שטאָט; און ווען דער ספּעקטאַקל איז נישט אַזוי צום האַרצן — איז דאָ אויף וועמען אַרויפֿצוּוואַרפֿן די שולד: אויפֿן רעמאָנט, נאַטירלעך.
דאָס איז געווען מער־ווייניקער אין יאָר 1993, אַ יאָר דרײַ נאָך אונדזער עליה. די ידיעה, אַז דער וועלט־באַרימטער רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער דיכטונג, הערץ גראָסבאַרד, לעבט, אַז ער איז דאָ אין ישׂראל, אַז ער איז אַלט הונדערט יאָר און טרעט נאָך, פֿון צײַט צו צײַט, אַרויס פֿאַרן עולם, האָט מיך אַרײַנגעבראַכט אין התפּעלות און דערוועקט אַן אויסטערלישן געדאַנק — אַז דאָס לעבן איז אייביק. דאָס דורכגעלעבטע זינט יענעם טאָג, ווען מיר האָבן צום ערשטן מאָל אין ווילנע געהערט גראָסבאַרדן (די צווייטע וועלט־מלחמה, דער אומברענג פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום און נאָך דעם — דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל — די אַלע געשעענישן, וואָס האָבן קוים געקענט זיך אויסשטעלן אין די ענגע ראַמען פֿון זעכציק יאָר — חוה לאַפּין: "ייִדיש איז ווי אַ בוקעט בלומען, וואָס מען דאַרף אים לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן" (איבערזיכט) עס ליגט פֿאַר מיר דער לעצטער נומער פֿון "די צוקונפֿט", אַרויסגעגעבן פֿון אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק. דער עלטסטער ייִדישער זשורנאַל האָט ווידער אָנגעהויבן צו דערשײַנען נאָך אַן איבעררײַס, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אונטער דער געניטער רעדאַקציע פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, אין אַ נײַעם, מאָדערנעם פֿאָרמאַט. נישט יעדער שוישפּילער איז זוכה צו אַזאַ באַערונג. אין זאַל פֿון "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען געפֿײַערט 65 יאָר פֿון יעקבֿ אַלפּערינס קאַריערע, איינעם פֿון די גרינדער פֿון דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, וואָס אין עלטער פֿון אַכט און אַכציק יאָר איז ער דער עלטסטער צווישן די אַקטיאָרן וועלכע זענען טעטיק אויף דער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. "טאַקע 65 יאָר, יאַנקעלע?" — פֿרעג איך אים. "פּונקט אַזוי און אַפֿילו איינס נישט ווינציקער" — ענטפֿערט ער, און טראָגט זיך אַריבער ווײַט, צום סאַמע אָנהייב, בעת אין טרויעריקע אומשטענדן איז ער געוואָרן אַן אַקטיאָר. נאָך פֿיר יאָר פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו אויפֿן צפֿון און צוויי יאָר רו אויפֿן דרום האָט מדינת־ישׂראל, און צוזאַמען מיט איר, פֿאַרשטייט זיך, דער גאַנצער מיטעלער מיזרח, זיך אויפֿגעוועקט אַ דערשראָקענער פֿון אַ סעריע בומען — און איז ווידעראַמאָל געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף דער שוועל פֿון אַ נײַער מלחמה: אַ ראַקעטע איז אַרויסגעשאָסן געוואָרן פֿונעם עזה־פּאַס אויף אשקלון און צוויי אַנדערע אויפֿן מערבֿדיקן נגבֿ, דערנאָך זענען פֿינף גראַד־ראַקעטעס געשאָסן געוואָרן פֿונעם עגיפּטישן שטח אין סיני אויף דער ישׂראלדיקער שטאָט אילת, אָן שאָדנס, און אויף איר יאָרדאַנישער שכנה אַקאַבאַ, מיט מענטשלעכע קרבנות און מאַטעריעלע שאָדנס. |