- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ריקאַרדאָ קאַלימאָני איז אַ ייִד פֿון אַלטן איטאַליענישן ייִחוס. אַמאָל־אַמאָל האָבן זײַנע אָבֿות געהאַט שטיין זייערע געצעלטן בײַ די ברעגעס פֿון דײַטשן רײַן און זיך גערופֿן קלמן. געטריבן פֿון רדיפֿות זענען זיי אַוועק קיין ווענעציע, ווײַל דאָרט, האָבן זיי געהערט, לייגט אַ ייִד לײַכטער אַ ביסן אין מויל אַרײַן. בכדי צו דערגיין די וואָרצלען פֿון זײַן שטאַם האָט דער מחבר פֿון בוך גענישטערט אין די פֿאַרשטויבטע אַרכיוון פֿון אַלטן ווענעציע, געפֿאָרשט ביכער אָן אַ שיעור, און, ווי אַ שרײַבער בחסד עליון, אונטערגעטראָגן דער וועלט, שוין נישט אַ ייִחוס־בריוו פֿון זײַן שטאַם, אלא אַ צאַפּלדיקע געשיכטע פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה אויף אַ מהלך פֿון יאָרן. דאָס אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליִערס בעת די בשותּפֿותדיקע מאַנעוורעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיווער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתניהו; די ערשטע שׂרפֿה, וואָס איז במילא געווען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו ווערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן וועט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן. 10 יאָר פֿון ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע מיטוואָך, דעם 16טן יוני, האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרענדיקט דאָס צענטע יאָר פֿון דעם יערלעכן ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע. אָנגעהויבן האָט זיך דער דאָזיקער אויסנעמלעכער און פּאָפּולערער קורס מיט 90 סטודענטן. אין דעם לעצטן, פֿאַרגאַנגענעם, לערן־יאָר האָט די צאָל דערגרייכט ביז 340 סטודענטן. וואָך־אײַן וואָך־אויס, זענען זיי געקומען פֿון נאָענט און פֿון ווײַט צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל.
דאָס ייִדישע לשון פֿירט אַ לעבהאַפֿטן "פֿלירט", טיילמאָל ביז אַ לעבעדיקן "ראָמאַן", מיט אַלע לשונות, מיט וועלכע עס קומט אין אַ שכנותדיקן באַריר. די אינפֿילטראַציע פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער, אין אַזאַ אָדער אַנדערער מאָס פֿון קעגנזײַטיקייט, שפּרייט טיילמאָל זיך אויס איבער ווײַטע שפּראַכלעכע טעריטאָריעס. די סיבות זײַנען לרובֿ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע. געוויינטלעך דרינגען אַרײַן ווערטער פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער ווען זיי קענען דינען ווי אַ בעסערער עקוויוואַלענט פֿאַר אַ געוויסן באַגריף, פֿאַר אַ מער בילדערישן אָדער שילדערישן, נישטערנדיק אין מײַן אַרכיוו האָב איך לעצטנס אָנגעטראָפֿן אויף אַ נומער פֿון "נײַע צײַטונג" פֿון 22סטן יוני 2000, פֿאַר וועלכן איך האָב געגרייט אַ זײַט געווידמעט דער נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענער טאַלאַנטפֿולער פּאָעטעסע רחל בוימוואָל. דערזען איר פֿאָטאָגראַפֿיע אין דער צײַטונג און, כאָטש מיר האָבן זיך קיין מאָל פּערזענלעך ניט געטראָפֿן, האָב איך דערשפּירט אַ בענקשאַפֿט, ווי איך וואָלט נאָך לאַנגע יאָרן באַגעגנט אַ כּמעט פֿאַרגעסענעם נאָענטן מענטש. מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22,630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט וועלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. איינער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געוואָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברייטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום — און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהייט. ווײַזט אויס, אַז די השגחה האָט געוואָלט, אַז די דאַטעס פֿון די יאָרצײַטן פֿון ד״ר בנימין־זאבֿ הערצל און חיים־נחמן ביאַליק זאָלן זיך הײַיאָר צונויפֿפּאָרן איינס נאָך דער צווייטער, כּ׳ און כּ״א תּמוז, מיט אַן אונטערשייד פֿון 30 יאָר און איין טאָג פֿון זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט. די נעמען פֿון די דאָזיקע צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן אין אונדזער מאָדערנער געשיכטע, דערשײַנען און ווערן דערמאָנט יאָר־יערלעך, ווען עס קומט אָן דער חודש תּמוז. די היץ איז געווען כּמעט אומדערטרעגלעך. אָבער דאָס איז נישט געווען קיין אָפּהאַלט פֿאַר די טויזנטער אָנטייל־נעמער בײַצוזײַן אויף דעם פּראָטעסט־קאָנצערט פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זובין מעטאַ, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אינעם "אשכּול"־פּאַרק, אין דרומדיקן טייל פֿון נגבֿ; אַזוי נאָענט ווי מעגלעך, כּדי ס’זאָל דערגרייכן צום געפֿאַנגענעם זעלנער גלעד שליט. דרײַ אויטאָבוסן האָבן געבראַכט די 80 מוזיקער פֿונעם אָרקעסטער וואָס זײַנען אָנגעקומען צו באַטייליקן זיך אינעם קאָנצערט מיטן דראַמאַטישן נאָמען "דער געשריי צו דער וועלט". ווי זשע קוקט מען בײַ לײַט אויף דראַמאַטיש־טראַגישע היסטאָרישע פּעריאָדן? למשל, די רוסן, אָפּגעהאַלטן אַ נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אָבער אין 1941 געליטן אַ וויסטע מפּלה; קוים אײַנגעהאַלטן מאָסקווע. איז פּעריאָדיש באַווײַזן זיך בײַ זיי נײַע ביכער וועגן פֿעלערן ערבֿ און אין אָנהייב מלחמה. אַצינד אין רוסלאַנד זײַנען פּאָפּולער די ווערק פֿון מאַרק סאָלאָנין. ווי עס צו באַגרײַפֿן? אונדזער פֿאָלק האָט דורכגעלעבט אַזאַ גענאָציד־קאַטאַסטראָפֿע, פֿון 10 מיליאָן אייראָפּעיִשע ייִדן אין 1939 זײַנען אומגעקומען 6 מיליאָן. וווּ פּובליקאַציעס מיט אַן אַנאַליטישן אַרײַנבליק אין דער פֿאָרגייענדיקער היסטאָריע? אפֿשר געקענט זײַן ווינציקער קרבנות? אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 16טן יאָרהונדערט דערשײַנט אין מאַנטאָוואַ (צפֿון־איטאַליע) אַ ייִדישער גאָון פֿון מוזיק מיטן נאָמען סאַלאָמאָנע ראָססי (די איטאַליענער האָבן אים "צוגעטשעפּעט" דעם "אַיִל־העברעאָ" — דער ייִד. בײַ ייִדן איז זײַן נאָמען — שלמה מן האדומים. סאַלאָמאָנע ראָססי איז ווײַט נישט געווען אַבי ווער: זײַן נאָמען דערשײַנט אין אַלע מוזיק־ענציקלאָפּעדיעס. די דײַטשישע ענציקלאָפּעדיע — "די מוזיק" — ווידמעט אונדזער ראָססי אַ גאַנץ גרויסן דף מיט שפּאָרע אויפֿקלערונגען. די מוזיק פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן איבערגאַנגס־פּעריאָד פֿון רענעסאַנס צו באַראָק. איך האָב אַמאָל, שוין אַוודאי מיט אַ דרײַסיק אָדער פֿערציק יאָר צוריק, אַרײַנגעשטעלט אין מײַנעם אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַל, אין אַ רעמל, דעם סלאָגאַן פֿון דעם פֿרוכטן־מאַרק: "קויף דעם שלום הײַנט, ווײַל מאָרגן וועט ער ווערן טײַער". אין קעגנזאַץ צו די פֿרוכטן אָדער אַנדערע סחורות אויפֿן מאַרק, איז דער שלום פֿון תּמיד אָן געווען אַ טײַערע סחורה, וואָס האָט אויך נישט געליטן, און לײַדט נישט, פֿון קיין אינפֿלאַציע — חוץ דעם אַבסטראַקטן באַגריסונגס־ און געזעגענונגס־ווערטל "שלום", וואָס איז דווקא ביליק און "געניסט" גראָד יאָ פֿון דער אינפֿלאַציע. שוין דאָס זעקסטע מאָל, ווי עס קומען פֿאָר אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ פֿון פּרעזידענט פֿון דער מדינה, שמעון פּערעס אין ירושלים, באַגעגענישן אין דער סעריע "ספֿרות ותרבות בבֿית־הנשׂיא" — ליטעראַטור און קולטור אין בית־הנשׂיא. מיטוואָך, דעם 23סטן יוני, איז די באַגעגעניש געווען געווידמעט דער טעמע: "היידיש — תּרבותה והתעוררותה" — ייִדיש, איר קולטור און איר אויפֿוואַכונג. עס איז געווען אַ הייסער זומער־נאָכמיטאָג. הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, האָבן געשטראָמט צו בית־הנשׂיא, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער דאָזיקער אָנזעעוודיקער און חשובֿער באַגעגעניש. יעדער איינער פֿון זיי, וואָס ייִדיש איז אים ליב און טײַער, אָדער וועלכער האָט אַ באַזונדערס וואַרעמען געפֿיל צו ייִדיש, צוזאַמען מיט דער גרויסער צאָל "ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ייִדיש־לערער און ייִדישע קולטור־טוער האָבן געפֿילט אַ דערהייבונג זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה |