- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָט דער געלונגענער טיטל פֿאַררופֿט זיך פֿאַרשטענדלעך אויפֿן אויפֿטריט אין ישׂראל פֿון אַן אייגנאַרטיקן געזאַנג־אַנסאַמבל: בנימין שעכטער און זײַנע צוויי יונגע טעכטער, וואָס פֿירן אויס אַ פֿילפֿאַרביקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע קינדער־לידער. גלײַך פֿון אָנהייב ציט צו דעם אויפֿמערק דער אײַנפֿאַלערישער און ריכטיקער געדאַנק, אַז די קינדער־לידער זאָלן אויפֿגעפֿירט ווערן דווקא דורך קינדער; איבערהויפּט, ווען די שעכטער־טעכטער, ריינאַ (15 יאָר) און טעמע־ליבע (10 יאָר), זײַנען צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, מיט קלינגענדיקע האַרמאָנישע שטימען, וואָס ווייסן ווי אַזוי מען פֿירט אויס אַ ליד און וואָס פֿאַרשטייען זייער גוט דעם זין פֿון געזונגענעם טעקסט. ווי באַקאַנט, גייט מען הייאָר פֿײַערן דעם 65סטן יוביליי נאָכן נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אין שײַכות מיט דער וויכטיקער דאַטע האָט מען אין דעם אַנשטאַלט פֿון דער מאָסקווער מוניציפּאַליטעט באַהאַנדלט, וווּ און וויפֿל אַרויסצושטעלן פּאָרטרעטן פֿון סטאַלינען. פֿרעגט זיך, וואָס פֿאַר אַ לײַטיש פּנים נאָך דעם קען מען האָבן אין דער דעמאָקראַטישער וועלט? נישט לענגער ווי פֿאַראַיאָרן האָט די אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע אָנגענומען אַ דעקלאַראַציע, וווּ עס ווערט געשטעלט אַ גלײַכצייכן צווישן דעם סטאַליניסטישן קאָמוניזם און היטלעריסטישן נאַציזם. מיט אַ וואָך צוריק איז דער הויפּט־"סטאַר" פֿון דער פּאָליטישער טעאַטער־וואָך אין ישׂראל געווען אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו". הײַנטיקע וואָך איז דער הויפּט־"סטאַר" געווען דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, וועלכער איז געקומען פֿאַרריכטן דאָס וואָס ליבערמאַן האָט, דירעקט אָדער אומדירעקט, קאַליע געמאַכט. די שלושים צום זכר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק אין "צוותּא"־זאַל, תּל־אָבֿיבֿ, קאָן אין אַ געוויסער מאָס באַטראַכט ווערן ווי אַ תּיקון צו זײַן לוויה. דווקא פֿאַרקערט ווי אויף דער לוויה, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין סימן אַפֿילו פֿון אַ היגער מלוכישער פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון גרויסן פּאָעט — אויסער פֿון פֿרעמדע רעגירונגס־פֿאָרשטייער — האָבן זײַנע איבערגעגעבענע פֿאַרערעס און משפּחה־מיטגלידער, מיט אַ חודש צוריק באַגלייט דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג. שאָפּען איז בלי־שום־ספֿק איינער פֿון די ריזן אין דער מוזיק־געשיכטע. דער־אָ גאָון שלא כּל אָדם זוכה — דער־אָ וווּנדער פֿון אַ וווּנדערקינד — ער האָט באַשאַפֿן אַ לשון פֿון מוזיק וואָס פֿליסט אַרויס פֿון זײַן האַרץ און באַהערשט דאָס האַרץ פֿון צוהערער. דער פּוילישער פּאָעט און וויזיאָנער פֿון ימי־הראָמאַנטיזם נאָרוויד האָט געזאָגט: "שאָפּען איז מיטן האַרץ אַ פּאָליאַק — מיט זײַן טאַלאַנט איז ער אַ וועלט־בירגער". הײַנריך הײַנע ווידער, האַלט, אַז "שאָפּען אין דער מוזיק, איז דאָס וואָס ראַפֿאַעל, (ייִדיש — אין דער "געהיימער שפּראַך" פֿון שאָפּפֿלאָך) K. Philipp. Lachoudisch, Geheimsprache Schopflochs. Verlag C. W. Wenng KG, Dinkelsbühl, 1969 אַ נאָטיץ אונטערן קעפּל: "וועבזײַט וועגן אַ ייִדישן בית־עולם געווינט אַ פּריז", וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון 12–18 פֿעברואַר ה״י, דערציילט וועגן אַ געוויסער פֿרוי אַנגעליקאַ בראָזיג, אַ נישט־ייִדישע סאָציאַלע באַאַמטע פֿון דער בײַערישער שטאָט שאָפּפֿלאָך. אין געציילטע טעג אַרום וועט דערעפֿנט ווערן אין דער שטאָט חולון דער ערשטער אויסשטאַלטונג־מוזיי פֿון ישׂראל. די דאָזיקע ידיעה איז איבערגעבן געוואָרן אויף דער ספּעציעלער פּרעסע־קאָנפֿערענץ וואָס די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג פֿון חולון האָט דורכגעפֿירט, כּדי פֿאָרצושטעלן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט דעם אויסשטאַלטונג־מוזיי אין זײַן גאַנצער פּראַכט. אויב איר וועט פֿרעגן, צי איז דאָס אַזאַ וויכטיקע ידיעה אַז מ’דאַרף צוליב דעם אָפּשטעלן די דרוק־מאַשינען? איז דער ענטפֿער: יאָ! ס’איז טאַקע כּדאַי דאָס צו טאָן. צי האָט מען דען אַנדערש געהאַנדלט, ווען מ’האָט מיטגעטיילט, למשל, אַז אין ניו־יאָרק גייט מען דערעפֿענען דעם גוגענהײַם־מוזיי? ענת עצמון (אַנאַט אַצמאָן) איז תּמיד גרייט צו שפּילן. — עס איז דווקא שווער, אָבער מען מוז זיך האַלטן בײַ די וואָרצלען כּדי צו פֿאַרמײַדן זיי זאָלן אין גאַנצן נעלם ווערן. אַזוי האַלט זי, די אַקטריסע און טאָכטער פֿון שמואל עצמון, און שליסט זיך אָן צום געראַנגל, וואָס עס פֿירט איר פֿאָטער, דער לייטער פֿון "ייִדישפּיל" פֿאַרן טעאַטער וואָס ער האָט געגרינדעט און פֿאַר דער קולטור פֿון דער ייִדישער שפּראַך. זעלבסטלויב און באַרימערײַען געהערן צו די קאָלעקטיווע כאַראַקטער־שטריכן פֿון פֿאָלק ישׂראל און פֿון מדינת־ישׂראל — אַ טבֿע, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן אָנגעשטעקט אַפֿילו די געהיימע זיכערהייט־דינסטן פֿון ישׂראל, וואָס איז ביז נישט לאַנג געווען "טאַבו". צו די זעלבסטלויבערײַען, וואָס האָבן זיך שוין פֿון לאַנג גוט אײַנגעבירגערט אין דעם ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, געהערן כּלערלײַ פּסוקים פֿון די נבֿיאים און פֿון חז״ל, און האָבן געדינט ווי הויכע מאָראַלישע ווערטן און ווי וווּנטשן, וואָס ווערן הײַנט אַנגענומען ווי זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע פֿאַקטן. די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו אין "יד־ושם" איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג "אַרכיטעקטור פֿון מאָרד" — די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון מיטגלידער פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל, פֿאָרשטייער פֿון 80 מדינות און לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, מיט דער באַטייליקונג פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, דערציִונגס־מיניסטער סער (סאַאַר), בירגערמײַסטער פֿון ירושלים ברקת (באַרקאַט), פֿאָרזיצער פֿון ראַט בײַ "יד־ושם" הרבֿ לאַו, פֿאָרזיצער פֿון דירעקטאָריום פֿון "יד־ושם" שלו (שאַלעוו) און אַנדערע. אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט. אַ גרויסער עולם, לויט אונדזערע הײַנטיקע באַנוגנדיק־באַשיידענע באַגריפֿן, איז געקומען צו באַגלייטן דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג. אַוודאי וואָלט געווען פּאַסיק, שיין און בכּבֿודיק, ווען ס’וואָלטן אין דעם אויך אָנטייל גענומען פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן שרײַבער־פֿאַראיין, צי אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון מלוכישע און ליטעראַרישע קרײַזן. דאָס איז אָבער נישט געשען. געקומען — דאָס יאָ — איז דער באַפֿולמעכטיקטער פֿון דער ליטווישער רעגירונג, וואָס האָט געהאַלטן אַ טרויער־רעדע, |