פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרקילונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, צוליב וועלכער עס איז געוואָרן אָפּגערופֿן הײַנטיקע וואָך זײַן נסיעה קיין בערלין, האָט אים געשאָנקען אַן אָטעם־פּויזע אין דעם סאַמע פֿיבערדיקסטן צײַט־אָפּשניט אין די נײַן חדשים פֿון זײַן פּאָליטישן "טראָגן", זינט ער האָט איבערגענומען די מאַכט.

אין בערלין האָט בנימין נתניהו געזאָלט זיך טרעפֿן מיט דער קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד, אַנגעלאַ מערקעל, וועלכע איז הײַנט־צו־טאָג,

טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנדריי קאַשקאַר

"די ראָלע פֿון אַ קאָנפֿעראַסיע וואָס איך שפּיל אין דער פֿאָרשטעלונג 'ווער איז ווער’, האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געשפּילט אין מײַן לעבן". אַזוי זאָגט אַנדריי קאַשקאַר, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער. דער אַקטיאָר, פֿופֿציק יאָר אַלט, רעפּרעזענטירט מיט זײַן לעבנס־ראָלע, אַ ווירטואָז־שפּיל, געפֿלאָכטן מיט געזאַנג און טאַנץ. ער טוט עס מיט זײַן גאַנצן וועזן. "ווען דער פֿאָרהאַנג לאָזט זיך אַראָפּ, פֿיל איך זיך אויסגעשעפּט", איז זיך מודה קאַשקאַר. "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ אָנגעשטרענגטע פֿיזישע פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַ לאַנגן טעקסט צו זאָגן, און אַ מיליאָן קליידער זיך איבערצוטאָן, ווי אויך גרימירונג.

חורבן, ישׂראל
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוליאַ סעלוטינאַ (רעכטס) און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, די טעכטער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם רוסישן חסיד־אומות העולם, פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ, מיטן געוועזענעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבֿ, מאיר לאַו, וועמען מיכײַליטשענקאָ האָט געראַטעוועט פֿון די נאַציס; בעת דער צערעמאָניע דעם 4טן אויגוסט, אין "יד־ושם", ירושלים

אין חודש אויגוסט איז צוגעטיילט געוואָרן אין "יד־ושם" אין ירושלים די אויסצייכענונג חסיד־אומות־העולם דעם פֿאַרשטאָרבֿענעם פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט געראַטעוועט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו אין דער צײַט פֿון חורבֿן. אין דעם צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור האָבן זיך באַטייליקט דער געראַטעוועטער הרבֿ לאַו, וועלכער איז דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ "יד־ושם", די טעכטער פֿון באַערטן חסיד־אומות־העולם יוליאַ סעלוטינאַ און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, וועלכע האָבן באַקומען דעם מעדאַל און דעם ערן־דאָקומענט אין נאָמען פֿון זייער פֿאָטער.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זינט עס איז אויפֿגעקומען די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג פֿון בנימין נתניהו מיט אַן ערך צען חדשים צוריק, איז דער שלום־פֿאַרמעסט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פֿאָרשריט צום סאַמע נידעריקסטן טיפֿפּונקט און איז געבליבן שטעקן אין זײַן טיפֿער אָפּהענטיקער אומבאַהאָלפֿנקייט — שיִער נישט אַזוי ווי אַריאל שרון אין זײַן באַוווּסטלאָזן לעטאַרגישן שלאָף: אַזוי ווי בעת נתניהוס פֿריִערדיקער ערשטער קאַדענץ מיט צען יאָר צוריק, איז אויך איצט מדינת־ישׂראל אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַ "גאָלדענער איזאָלאַציע", צוליב דער פּאָליטישער אַנטיטעטיקייט און דעם עקשנותדיקן צוימען און פֿאַרהאַלטן דעם שטאַרק הינקענדיקן גאַנג צו שלום.

חורבן
פֿון אַהרון גאַראָן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סאָניע מאַדייסקער

הײַנטיקן זומער בין איך געווען אין ווילנע, געגאַנגען אויף דער גאַס, וואָס האָט געהייסן "סאָניע מאַדייסקער־גאַס". הײַנט הענגט אַן אַנדער שילדל: "בלומען־גאַס". די הײַנטיקע שטאָט־באַלעבאַטים האַלטן, אַז סאָניע מאַדייסקער איז ניט ווערט דעם נאָמען פֿון אַ גאַס אין דער שטאָט, וווּ זי איז געבוירן, געקעמפֿט און העלדיש אומגעקומען.

די פּוילישע רעגירונג האָט באַלוינט די ווילנער ייִדישע העלדין סאָניע מאַדייסקער נאָכן טויט מיטן העכסטן פּוילישן אָרדן "ווירטוטי מיליטאַרי".

פּאָליטיק
ירושלים, דעם 30סטן נאָוועמבער 1947: ייִדן פֿרייען זיך אין די גאַסן,
נאָך דעם ווי די "יו־ען" האָט אָנגענומען די צעטיילונג פֿון פּאַלעסטינע.

אַ באַשלוס פֿון מיט 62 יאָר צוריק

עס איז גוט באַקאַנט די דערקלערונג פֿון אַבא אבֿן, דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַז די אַראַבער פֿאַרזעען נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ שלום מיט ישׂראל. איינע פֿון די בולטסטע געלעגנהייטן איז געווען מיט 62 יאָר צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, ווען די "יו־ען" האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו צעטיילן פּאַלעסטינע און שאַפֿן 2 מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.

טעאַטער
קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי באַקומט דעם ראָש־הממשלה־פּרײַז אין ישׂראל

שווער זיך צו דערמאָנען ווען עס איז געשען, און אפֿשר האָט זיך עס גאָר נאָך קיין מאָל נישט געטראָפֿן, אַז אַ ייִדיש־טוער זאָל אויסגעצייכנט ווערן אין ישׂראל מיט אַ נאַציאָנאַלער פּרעמיע. אויב אַזוי איז דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, דער ערשטער ייִדיש־טוער וואָס איז באַלוינט געוואָרן מיט אַן אָפֿיציעלער מלוכישער פּרעמיע — דעם ראָש־הממשלה־פּרײַז פֿאַרן יאָר 2009.

מוזיק
פֿון איזאָלדאַ מילוטינאַ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס’איז באמת אַ גליק, וואָס דער מענטשלעכער זכּרון קאָן פֿאַרבינדן פֿאַרשידענע צײַטן. ער לאָזט נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן די געשעענישן און נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאַרדינט צו פֿאַרבלײַבן אינעם מאָרגן. ווי פֿאַרשלעפּט דער געדאַנק זאָל נישט זײַן, פֿריידט מען זיך יעדעס מאָל, ווען ער ווערט ווידער באַשטעטיקט.

ס’איז פֿאָרט אַ שאָד, וואָס צוליב דער טעגלעכער האַוועניש, באַמערקן מיר אָפֿטלעך נישט בײַ די מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אויף אונדזער וועג, די טיפֿע אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער נאַטור. ערשט מיט דער צײַט, אומקוקנדיק זיך צוריק אויף די אויסגעלעבטע יאָרן, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון זייער בײַזײַן אין אונדזער לעבן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים מערקן אָפּ דעם 14טן יאָרצײַט פֿון פּרעמיער יצחק ראַבין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, אין תּל־אָבֿיבֿ

אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס גייט אָן אין די לעצטע יאָרן אַרום דעם אופֿן פֿון אָפּמערקן און פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ישׂראלדיקער ווינטער — און האָט אָפּגעלייגט אויף זיבן טעג די יערלעכע מאַסן־הזכּרה, וואָס איז געגרייט געוואָרן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת. דער 14טער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין איז אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אויפֿן 4טן נאָוועמבער און די אָנדענק־מאַניפֿעסטאַציע אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געוואָרן אָפּגעלייגט, צוליבן וועטער, אויף דעם קומענדיקן שבת, דעם 7טן נאָוועמבער.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן אַקטיאָרן־פֿאַרבאַנד, "עמי", מאירה און עמיל, באַגריסן שורע גרינהויז־טורקאָוו

ווער ס׳קומט אַרײַן אין "אַרבעטער־רינג" איז אוממעגלעך מ׳זאָל זי נישט באַמערקן: שורע טורקאָוו געפֿינט זיך דאָרט אויך ווען פֿיזיש זעט מען זי נישט. אַזוי איז עס מיט דער פֿאַקטישער פֿאַרוואַלטערין און דעם לעבעדיקן גײַסט פֿון דער אינסטיטוציע. נישטאָ קיין ספֿק, אַז דאָס וואָס האָט געפֿירט צו דער פּאָזיציע וואָס זי פֿאַרנעמט, איז נישט אומבאַדינגט געווען דער ווילן אירער צו ווערן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אין דעם דאָזיקן דערפֿאַרענעם אַנשטאַלט;

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען די האַרמאַטן שיסן, שווײַגן — ווי מיר ווייסן — די מוזעס. ווען עס שווײַגן די האַרמאַטן, אַרבעט מעשׂים די פּאָליטיק. אָבער ווען זיי אַלע ווערן אַנטשוויגן — סײַ די האַרמאַטן, סײַ די מוזעס און סײַ אויך די פּאָליטיק — דעמאָלט צעווילדעוועט זיך בײַ אונדז דער ברוטאַלער כוליגאַניזם, וועלכער איז באַפֿרײַט פֿון אַלע העמונגען און פֿון אַלע מענטשלעכקייטן.

ליטעראַטור
פֿון מרדכי יושקאָווסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ניצחון אינעם דורכפֿאַל" — אַזוי הייסט דאָס בוך מעמואַרן פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער ע״ה, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערזען די ליכטיקע שײַן אין ענגליש אין ירושלים. פּרקים פֿון גרשון ווײַנערס (1922—2003) אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ער האָט געשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען צונויפֿגעזאַמלט געוואָרן פֿון זײַן אַלמנה נחמה און זײַנע טעכטער און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה.