"ניצחון אינעם דורכפֿאַל" — אַזוי הייסט דאָס בוך מעמואַרן פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער ע״ה, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערזען די ליכטיקע שײַן אין ענגליש אין ירושלים. פּרקים פֿון גרשון ווײַנערס (1922—2003) אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ער האָט געשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען צונויפֿגעזאַמלט געוואָרן פֿון זײַן אַלמנה נחמה און זײַנע טעכטער און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה.
דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אײַנדרוקספֿולע פּרטימדיקע לעבנס־באַשרײַבונג, אין צענטער פֿון וועלכער עס איז געשטעלט געוואָרן ייִדיש אין אירע פֿאַרשיידענע אַנטפּלעקונגען. די אָפֿנהאַרציקע, טיף־רירנדיקע זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש האָט באַוועגט גרשון ווײַנערן אויף ממשותדיקע טאַטן. אָט איז בלויז אַ טיילווײַזע רשימה פֿון די וויכטיקסטע פּראָיעקטן אינעם ייִדיש־וועזן, מיט וועלכע ער האָט אָנגעפֿירט: ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק, ייִדיש־קאַטעדרע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט, השתּלמות־קורסן פֿאַר ייִדיש־לערער בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, פּראָגראַם פֿאַר אויסשולן ייִדיש־לערער בײַם לעווינסקי־קאָלעדזש אין תּל־אָבֿיבֿ, יערלעכע סעמינאַרן פֿאַר ייִדיש און ייִדישקייט אין מיזרח־אייראָפּע, וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור.
ווײַנער איז געבוירן אין מיזרח־אייראָפּע, אינעם שטעטל ווידז (פֿריִער פּוילן, הײַנט ווײַסרוסלאַנד), אָבער דערצויגן געוואָרן אין טאָראָנטאָ, שפּעטער געוווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף 1960ער יאָרן איז ער עולה געווען קיין ישׂראל, זײַענדיק געטרײַ דעם ציוניסטישן אידעאַל, וואָס קומט בולט צום אויסדרוק אין דעם לעצט־דערשינענעם בוך. אָט די ברייטע געאָגראַפֿיע פֿון זײַן לעבן האָט אפֿשר טאַקע אויסגעפֿורעמט אַ זעלטענע סינטעזע פֿאַר אַ ייִדישן קולטור־טוער, דהײַנו: דעם צוזאַמענבונד צווישן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער פֿאַרחלומטקייט און אידעאַליזם מיט דעם אַמעריקאַנער ראַציאָנאַליסטישן צוגאַנג. ווײַנער פֿלעגט אָפֿט מאָל איבערפֿראַזירן דעם באַקאַנטן זאָג פֿון י. ל. פּרץ: "עס איז ניט גענוג ייִדיש צו רעדן, מען מוז אויך ייִדיש עפּעס זאָגן. ניט גענוג צו טאָן פֿאַר ייִדיש", פֿלעגט ער טענהן, "מען מוז פֿאַר ייִדיש אויך עפּעס אויפֿטאָן". און ער האָט אויפֿגעטאָן, אויפֿגעבויט, אַנטוויקלט...
דאָס מעמואַרן־בוך שילדערט אויספֿירלעך זעלטענע הינטערקוליסן־פּרטים, געבראַכט פֿון ערשטן מקור, ווי אויך די וויכטיקסטע עיקרים אין ווײַנערס טעטיקייט, בפֿרט אינעם תּחום פֿון דער ייִדישער דערציִונג: לערנען ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, און ניט ווי אַ טויטן אַקאַדעמישן שטאָף, ענגער צוזאַמענבונד צווישן ייִדישער קולטור אין אירע פֿאַרשיידענע זשאַנערן מיט דער נאַציאָנאַל־רעליגיעזער טראַדיציע און דעם ייִדישן לעבנס־שטייגער, שטודירן ייִדיש אין ייִדיש (דאָס הייסט, אָפּשאַפֿן די מחיצה פֿון אַ צווייטער שפּראַך אינעם ייִדיש־לימוד), אײַנגלידערן דעם שפּראַך־לימוד אין דעם ליטעראַטור־ און פֿאָלקלאָר־לימוד אאַ״וו. אין משך פֿון זײַן טעטיקייט האָט ער דעראָבערט סײַ געטרײַע מיטגייער און מיטדענקער, סײַ שאַרפֿע קריטיקער און בעלי־פּלוגתּא, אָבער קיינער איז ניט מצליח געווען אים נייטן צו מאַכן אַ קאָמפּראָמיס מיט די פּרינציפּן, אין וועלכע ער האָט געגלייבט.
אין אָט דעם קורצן איבערזיכט וואָלט איך געוואָלט זיך אָפּשטעלן מער פּרטימדיק בלויז אויף איין פּרק אין גרשון ווײַנערס אויטאָביאָגראַפֿישן בוך, בפֿרט אַז כ’האָב געהאַט צו דעם אַ דירעקטן שײַכות — די ייִדיש־סעמינאַרן אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווײַל הײַיאָר ווערט פּונקט צוואַנציק יאָר נאָך יענע, הײַנט מעג מען שוין זאָגן, היסטאָרישע געשעענישן. אין די ערשטע יאָרן פֿון גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטרויקע", ווען עס האָט גענומען זיך צעגיין דער אײַז, אין וועלכן ס׳איז אין משך פֿון יאָרצענדליקער פֿאַרפֿרוירן געווען דאָס ייִדישע לעבן, זײַנען דערשינען אין פֿאַרשיידענע שטעט לערנקרײַזן פֿון יוגנטלעכע, וואָס האָבן געוואָלט לערנען ייִדיש, און דווקא דורך ייִדיש דערגיין צו זייערע נאַציאָנאַלע וואָרצלען. אָט די ייִדיש־גרופּעס זײַנען אין אַ געוויסן זין געבליבן "יתומים" אין דער אַלגעמיינער קאַפּעליע פֿונעם ייִדישן ווידערגעבורט אין דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַלע איבעריקע גרופּעס זײַנען געשטיצט געוואָרן דורך די ישׂראלדיקע אָדער אינטערנאַציאָלע ייִדישע פֿאַקטאָרן, אָבער די ייִדיש־באַוועגונג האָט ניט געהאַט קיין "טאַטן". אַחוץ אַ צאָל לערנביכער און אַנדערע מאַטעריאַלן, צוגעשיקט פֿונעם ניו־יאָרקער "אַרבעטער־רינג", האָבן מיר ניט געהאַט גאָרנישט צו אונדזער דיספּאָזיציע. און עס איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן מײַן פֿרייד, ווען דבֿ ליבערמאַן, אַ טוריסט וואָס איז געקומען קיין מאָסקווע פֿון בריסל, האָט מיר געבראַכט דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער, דעם הויפּט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט און דערבײַ געזאָגט: "דאָס איז דער ריכטיקער מענטש, וואָס וועט אײַך העלפֿן..."
עס איז געווען דעם 10טן מײַ 1989, אין אומאָפּהענגיקייט־טאָג פֿון מדינת־ישׂראל. איך האָב אין דער פֿרי טעלעפֿאָנירט אויף דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿון ווײַנערס שטוב אין ירושלים און אים באַגריסט מיטן טראַדיציאָנעלן "חג שׂמח! איך רעד פֿון מאָסקווע". עס געדענקט זיך מיר ביז איצט דאָס פֿאַרשטיקטע שטילשווײַגן אויפֿן אַנדערן עק ליניע... נאָך אַ דויערנדיקער פּויזע האָט ווײַנער איבערגעפֿרעגט: "איר זײַט זיכער, אַז איר זײַט אין מאָסקווע?" און מײַן ענטפֿער איז געווען: "איך ווייס נישט ווי אַזוי, אָבער אויב איר וועט קענען שאַפֿן געהעריקע מיטלען און קומען מיט אַ גרופּע לערער קיין מאָסקווע, וועלן מיר אָפּהאַלטן דעם ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער נאָך כּמעט פֿופֿציק יאָר פֿון אַ מידבר אינעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד".
דעם 21סטן יוני, דעם זעלבן יאָר, נאָך אַ חודש פֿון אומגעהײַערע שוועריקייטן, זײַנען פֿיר לערער פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט אָנגעקומען קיין מאָסקווע. ווען פּראָפֿ׳ ווײַנער איז אַרײַן אין אַ קלאַס, וווּ עס האָבן אויף אים געוואַרט 56 ייִדיש־לערער פֿון 18 שטעט, און געזאָגט "שהחיינו" — איז געווען איינער פֿון די רירנדיקסטע מאָמענטן אין מײַן לעבן. עס איז ביז הײַנט שווער איבערגעבן מיט ווערטער יענע אַטמאָספֿער, וואָס האָט ניט געלאָזט טרוקן קיין איינציק אויג... אויף מאָרגן אין אָוונט האָט ער נאָך פֿערציק יאָר זינט דעם שוידערלעכן קולטור־פּאָגראָם אין רוסלאַנד געגעבן אינעם זאַל פֿונעם מאָסקווער קינאָטעאַטער "בורעוועסטניק" די ערשטע עפֿנטלעכע לעקציע אין ייִדיש.
אינעם זאַל פֿון 450 פּלעצער האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אַרום טויזנט מאָסקווער ייִדן. ווײַנער איז אַרויף אויף דער בינע אין זײַן פֿולן כאַריזמאַטישן גלאַנץ און, זײַענדיק שטאַרק גערירט פֿונעם מעמד, געזאָגט דורך שטיקנדיקע טרערן אינעם קול: "ברידער און שוועסטער פֿון מאָסקווע, איך ברענג אײַך אַ גרוס פֿון ירושלים..."
אין זײַנע מעמואַרן שרײַבט ער טאַקע וועגן יענער לעקציע:
"איך האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן ניט געקראָגן אַזעלכע אַפּלאָדיסמענטן נאָך דער לעקציע, ווי דעמאָלט אין מאָסקווע פֿאַר דער לעקציע. און די טעמע פֿון דער לעקציע איז געווען 'ארץ־ישׂראל־מאָטיוו אין דער ייִדישער ליטעראטור’".
זינט דאַן זײַנען פֿאָרגעקומען זיבעצן אַזעלכע יערלעכע סעמינאַרן אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון מיזרח־אייראָפּע. אין זיי האָבן זיך דורך ייִדיש דערנענטערט צו דער ייִדישער קולטור, פֿאָלקלאָר, מקורות אַרום צוויי טויזנט ייִדישע יוגנטלעכע. פֿאַר אייניקע פֿון זיי זײַנען אָט די סעמינאַרן געווען דער ערשטער שטויס צו פֿאַרנעמען זיך פּראָפֿעסיאָנעל מיט ייִדיש.
ליידער, איז אָט דער פּראָיעקט פֿון סעמינאַרן פֿאַר ייִדיש און ייִדישקייט אין מיזרח־אייראָפּע אויפֿן נאָמען פֿון ש. אַ. קלורמאַן, אין די לעצטע יאָרן אָפּגעשטעלט געוואָרן צוליב פֿאַרשיידענע אָביעקטיווע און סוביעקטיווע סיבות. דעם זעלבן גורל האָבן געטיילט אויך אַנדערע פּראָיעקטן, וואָס גרשון ווײַנער האָט אויפֿגעבויט. צום סוף פֿון זײַן לעבן איז ער צוליב דעם געווען מערסטנס אין אַ געדריקטער שטימונג, אָבער אויך אינעם דורכפֿאַל האָט ער דערזען אַ נצחון...
אינעם נײַעם מעמואַרן־בוך ווערט געבראַכט צווישן אַנדערן אַ פֿאָטאָ פֿון גרשון ווײַנערס מצבֿה אויפֿן בית־עולם "ארץ־החיים" אין די ירושלים־בערג, און אויף דער מצבֿה איז פֿאַראַן אַן אויפֿשריפֿט: "למד, לימד וקיים באַהבֿה מורשת אָבֿות בלשון־הקודש ובֿלשון־הקדושים" — שטודירט, אונטערריכט און אינספּירירט מיט ליבשאַפֿט די ירושה פֿון די אָבֿות אין לשון־קדוש און אינעם לשון פֿון די קדושים.
* * *
ווײַנער איז זיכער געווען אַ בעל־חלומות, געהאַט אַ זעלטענעם כּוח פֿון וויזיע. אָפֿט מאָל איז די ווירקלעכקייט געווען שטאַרקער פֿונעם חלום. אָבער ער איז מצליח געווען צו פֿאַרפֿלאַנצן אין הונדערטער הערצער פֿון זײַנע תּלמידים דעם ייִדיש־חלום, לזכר פֿון מיליאָנען קדושים, וואָס זײַנען מיט אָט דער שפּראַך אַרויף אין די מרומים מיטן רויך פֿונעם חורבן... און אין עצם חלום האָט ער געשפּירט דעם נצחון.