- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די ערשטע און ווירדיקסטע פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער יונגער גרופּע איז געווען משה לעמסטער — אַ באַגאַבטער פּאָעט, פּובליציסט, פֿאָרשער און לערער. מיט 30 יאָר צוריק, אינעם 8טן נומער פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" איז אָפּגעדרוקט געוואָרן זײַן ערשטער קראַנץ לידער. זינט דאַן האָט משה לעמסטער אַדורכגעמאַכט אַ לאַנגן און פֿרוכטבאַרן וועג אין דער ייִדישער שעפֿערישקייט: געווען איינער פֿון די סאַמע טעטיקסטע עסקנים פֿון דער ייִדישער קולטור־אויפֿלעבונג אין מאָלדאַוויע, וווּ ער האָט געלעבט; געלערנט זיך אין דער גרופּע פֿאַר אויסשולן ייִדיש־ליטעראַטן בײַם מלוכישן ליטעראַרטור־אינסטיטוט אין מאָסקווע; געמאַכט אַ דאָקטאָראַט בײַם קעשענעווער אוניווערסיטעט (זײַן דאָקטאָר־דיסערטאַציע איז געווידמעט דעם באַקאַנטן ייִדישן משלים־שרײַבער און פּעדאַגאָג אליעזר שטיינבאַרג). עולה געווען קיין ישׂראל, האָט לעמסטער געאַרבעט אינעם פּראָיעקט פֿון קאַטאַלאָגיזירן די ייִדישע פּרעסע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אונטערריכטט אין אַ נעץ ייִדיש־קורסן פֿאַר די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז גאַנץ טעטיק אין דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן; זײַנע אַרטיקלען קאָן מען רעגולער געפֿינען אין "פֿאָרווערטס". "ניצחון אינעם דורכפֿאַל" — אַזוי הייסט דאָס בוך מעמואַרן פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער ע״ה, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערזען די ליכטיקע שײַן אין ענגליש אין ירושלים. פּרקים פֿון גרשון ווײַנערס (1922—2003) אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ער האָט געשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען צונויפֿגעזאַמלט געוואָרן פֿון זײַן אַלמנה נחמה און זײַנע טעכטער און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה. |