טעאַטער
פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן אַקטיאָרן־פֿאַרבאַנד, "עמי", מאירה און עמיל, באַגריסן שורע גרינהויז־טורקאָוו
פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן אַקטיאָרן־פֿאַרבאַנד, "עמי", מאירה און עמיל, באַגריסן שורע גרינהויז־טורקאָוו

ווער ס׳קומט אַרײַן אין "אַרבעטער־רינג" איז אוממעגלעך מ׳זאָל זי נישט באַמערקן: שורע טורקאָוו געפֿינט זיך דאָרט אויך ווען פֿיזיש זעט מען זי נישט. אַזוי איז עס מיט דער פֿאַקטישער פֿאַרוואַלטערין און דעם לעבעדיקן גײַסט פֿון דער אינסטיטוציע. נישטאָ קיין ספֿק, אַז דאָס וואָס האָט געפֿירט צו דער פּאָזיציע וואָס זי פֿאַרנעמט, איז נישט אומבאַדינגט געווען דער ווילן אירער צו ווערן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אין דעם דאָזיקן דערפֿאַרענעם אַנשטאַלט; ווען מ׳וואָלט זי געפֿרעגט וואָלט זי זיכער געזאָגט, אַז נישט דאָס האָט זי געמיינט; די באַזונדערע אָנגעלעגנהייטן האָבן זי אויסגעקליבן; נישט קיין אַנדערער ווי דער גורל אַליין.

אַלע ווייסן, אַז שורע טורקאָוו איז אַן אַקטריסע; און ווי אַן אמתע אַקטריסע פֿילט זי נישט די נויטווענדיקייט זיך צו באַווײַזן, אָדער צו שפּילן טעאַטער אין לעבן, ווי עס טוען אַ סך אַנדערע טעאַטער־מענטשן. איר בינע איז הײַנט דער "אַרבעטער־רינג". דאָרט פֿאַרווירקלעכט זי אין אַ געוויסער מאָס איר שענסטע טרוים — צו שפּילן ווײַטער וויפֿל ס׳איז איר באַשערט.

רעדן אָדער דערציילן וועגן שורע טורקאָוו איז בכלל נישט קיין פּשוטע זאַך. אַזוי צוגענגלעך און פֿרײַנדלעך ווי זי איז צו אַלעמען, שאַפֿט זיך אָבער דער אײַנדרוק, אַז עפּעס קיין נישט דערזאָגטס שוועבט אַרום איר און רינגלט זי אַרום מיט אַן אָרעאָל פֿון מיסטעריע. דאָס נעמט זיך מן־הסתּם, טיילווײַז, איבער דער באַציִונג פֿון דער געזעלשאַפֿט צום קינסטלער, וואָס זעט אים ווי אַן אויסנאַם און נעמט אים אויף ווי אַן אַנדערן.

אין דעם פֿאַל מיט שורע טורקאָוו מוז מען נעמען אין באַטראַכט נאָך אַ קאָמפּאָנענט: דעם נאָמען טורקאָוו, וועלכער איז ענג פֿאַרבונדן מיט טעאַטער, מיט קולטור, מיט ייִדיש. די פֿיר ברידער טורקאָוו — זיגמונט, מאַרק, יאָנאַס און יצחק — יעדער איינער אויף אַ באַזונדערן קינסטלעריש־אינטעלעקטואַלן געביט, האָבן דערגרייכט וועלט־אָנערקענונג אין דער ייִדיש־ספֿערע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. דער ייִנגסטער ברודער, יצחק גרודבערג־טורקאָוו — אַקטיאָר, שרײַבער און רעזשיסאָר — איז געוואָרן שורעס מאַן.

שורע, פֿון דער היים גרינהויז, איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק. אין אָט דער ייִדיש־אינטעלעקטואַלער שטאָט "פּאַר עקסעלאַנס" איז דער פֿאָטער, דער אַקטיאָר יהודה גרינהויז, געווען אַ טעאַטער־אינסטיטוציע. ער איז אָבער נישט געווען אַליין. ס׳איז אים געלונגען אַרײַנצוציִען אין די טעאַטער־ענינים אויך זײַן פֿרוי פֿאַניע, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון דער מיוחסדיקער ריבֿלין־משפּחה. פֿאַרבונדן מיט טעאַטער־מענטשן ווי נחום צמח, דער לעגענדאַרער גרינדער פֿון "הבימה", איז גרינהויז געפֿאָרן מיט אים קיין ווין, וווּ ביידע זײַנען אויפֿגעטראָטן אויף העברעיִש פֿאַר די דעלעגאַטן פֿונעם ציוניסטישן קאָנגרעס.

נאָכן צוריקקער האָט יהודה גרינהויז זיך פֿאַרנומען מיט גרינדן טעאַטער־אַנסאַמבלען מיט די בעסטע שוישפּילערישע כּוחות פֿון יענער צײַט, אײַנגעשלאָסן זײַן געראָטענע טאָכטער שורע, וועלכע האָט דאַן אין עלטער פֿון 15 יאָר, געטאָן אירע ערשטע טריט אויף דער פּראָפֿעסיאָנעלער בינע. אין זײַן טעאַטער זײַנען אויפֿגעוואַקסן פֿיל טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן; צווישן זיי: ישׂראל בעקער און רפֿאל קלאַטשקין, וועלכע האָבן זיך מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין די זײַלן פֿון העברעיִשן "הבימה"־טעאַטער אין ישׂראל. צו 15 יאָר, כּמעט נאָך אַ קינד, האָט שורע אָננגעהויבן איר טעאַטער־קאַריערע; אין זעלבן עלטער האָט זי אויך חתונה געהאַט. איר ערשטער מאַן איז געווען אַ מוזיקער, דער סאַקסאָפֿאָן־שפּילער ערווין וואָלפֿיילער, פֿונעם באַרימטן עדי ראָזנער־דזשעז־באַנד. זיי האָבן זיך באַקאַנט בײַ אַ חבֿרטע אין שטוב און אַנטציקט פֿון דעם זעלטן שיינעם יונגן מיידל, האָט ער איר פֿאָרגעלייגט חתונה האָבן מיט אים. "אַ ביסל צעטומלט און נישט פֿאַרשטייענדיק אין גאַנצן וואָס ער וויל פֿון מיר, האָב איך אים געזאָגט 'יאָ’", דערציילט הײַנט שורע יענע ראָמאַנטישע ליבע־אַוואַנטורע, וואָס צו איר גרויסער שטוינונג האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ פּאַסיקער שידוך מיט אַ פֿײַנעם, פֿאַראַנטוואָרטלעכן מאַן; ער איז דער פֿאָטער פֿון שורעס איינציקן זון.

נאָך דער שרעקלעכער מלחמה האָבן זיך פֿאָרמירט אין פּוילן בעיקר צוויי ייִדישע טעאַטערס: "דער לאָדזשער ייִדישער טעאַטער" און "דער ייִדישער טעאַטער אין ווראָצלאַוו". נישט קיין אַנדערער ווי דער באַרימטער אידאַ קאַמינסקאַ איז געלונגען צו פֿאַראייניקן די צוויי טעאַטערס אין איין צענטראַלער קערפּערשאַפֿט און שאַפֿן אַזוי אַרום דעם "ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין פּוילן", אָנערקענט ווי איינער פֿון די בעסטע ייִדישע טעאַטערס — אין געוויסער מאָס, צוליב זײַן רעפּערטואַר — וואָס איז באַשטאַנען פֿון די סאַמע וויכטיקסטע מוסטערן אין דער ייִדישער דראַמאַטורגיע.

אַ דאַנק אירע בולטע שוישפּילערישע פֿעיִקייטן איז שורע אײַנגעלאַדן געוואָרן זיך אָנצושליסן אין דעם דאָזיקן פּרעסטיזשפֿולן טעאַטער און דאָרטן האָט איר טעאַטראַלער טאַלאַנט באַקומען זײַן העכסטן אויסדרוק; דאָרטן האָט זי אויסגעפֿירט די פֿירנדיקע פֿרויען־ראָלעס אין אַ סך ספּעקטאַקלען: זי איז געווען לאה אין "דער דיבוק", און מלכּהלע אין "יאָשע קאַלב"; לייקע אין "דאָס גרויסע געווינס" און יהודית אין "אוריאל אַקאָסטאַ", און די העלדין אין דער דראַמע "קידוש־השם", פֿון שלום אַש. זי האָט געשפּילט אין מאָריס שוואַרץ־טעאַטער; און מיט יוסף בולאָוו און אין אַלע אָנגעזעענע ייִדיש־ספּעקטאַקלען פֿון יענער צײַט.

קיין ישׂראל איז שורע עולה געווען צוזאַמען מיט יצחק גרודבערג־טורקאָוו אין 1957, נאָכן האָבן ביידע פֿאַרלאָזט דעם "ייִדישן מלוכה־טעאַטער" און שוין דאָ חתונה געהאַט. אין 1970 איז יצחק טורקאָוו פֿריצײַטיק אַוועק פֿון דער וועלט, צו 65 יאָר.

איין מאָל אַן אַקטריסע — שטענדיק אַן אַקטריסע; דאָס באַווײַזט שורע טורקאָוו בײַ אירע געוויינטלעכע טעטיקייטן אין "אַרבעטער־רינג" מיט אַ פֿאָרלייענונג צי מיט אַ רעציטאַציע וואָס זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג פֿון איין מענטש. שוין אָפּגערעדט פֿון אינטעלעקטועלן פֿאַרגעניגן וואָס עס פֿאַרשאַפֿן די צוויי דיסקן אירע, אַרויסגעלאָזט פֿון דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע. אין דעם ערשטן דיסק לייענט שורע פֿאָר די שאַפֿונגען פֿון שלום אַש, י. ל. פּרץ, איציק מאַנגער, אפֿרים קאַגאַנאָווסקי און אַבֿרהם רייזען; איר צווייטער דיסק איז געווידמעט דער פּאָעזיע פֿון איציק מאַנגער — "ליד און באַלאַדע". אָט די צוויי דיסקן זײַנען נאָך אַ באַווײַז, אַז שורע טורקאָוו באַזיצט די קונסט פֿון פֿאָרלייענען סײַ פּראָזע און סײַ פּאָעזיע אין איר העכסטן אויסדרוק.

* * *

זעלטן ווען באַלײַכט דאָס מזל אַזאַ קליינע, אײַנגעשרומפּענע ייִדיש־קהילהלע ווי די, וואָס בליט הײַנט אין ייִדישן תּל־אָבֿיבֿ. נישט איינע, נאָר צוויי אויסדערוויילטע, טאַלאַנטפֿולע פֿרויען־עקספּאָנאַטן, וועלכע וואָלטן געקאָנט באַשײַנען אַ וועלט, געפֿינען זיך דווקא דאָ, בײַ אונדז, און פֿאַרשפּרייטן קונסט, קולטור און... מענטשלעכקייט — די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און די אַקטריסע שורע גרינהויז־טורקאָוו.

יענער פֿרימאָרגנדיקער מיטוואָך, אין "אַרבעטער־רינג", מיט אַ פּראָגראַם צוזאַמענגעשטעלט דורך דער טיכטיקער בעלאַ בריקס־קלײַן, איז געווען געווידמעט שורע טורקאָוו; רבֿקה באַסמאַן האָט בלויז אָנטייל גענומען, צוזאַמען מיט פֿיל אַנדערע, אין די אָנערקענונג־אויסדרוקן פֿאַר דער ווערטפֿולער קולטור־טוערין, און ס׳איז געווען וואָס צו הערן.

קוים באַהערשנדיק איר עמאָציע האָט בעלאַ קלײַן דערעפֿנט דעם פֿרימאָרגן מיטן איבערגעבן שורען אַ בוקעט בלומען ווי אַן אָנערקענונג פֿון זייער געבענטשטער צוזאַמענאַרבעט. ווי נישט טאַקע זי וואָלט געווען "די סיבה פֿון דער מסיבה", האָט שורע איבערגענומען איר געוויינטלעכן אָנפֿיר־אָרט אין "אַרבעטער־רינג". דאָס מאָל אָבער האָט זי געהאַט ספּעציעלע פּריווילעגיעס און זי האָט זיי אויסגענוצט, קודם־כּל, פֿאַרלאַנגענדיק בײַ דער זינגערין און דיריגענטין פֿון קלעפּפֿיש־כאָר, אַליזאַ בלעכעראָוויטש, זי זאָל אויספֿירן, ווי זי האָט דאָס באַצייכנט, דאָס פּאַסיקסטע ליד צו דער געלעגנהייט: "וואָס איז געווען איז געווען, שוין נישטאָ". און זעט נאָר דעם וווּנדער: קיין מאָל האָט נישט געקלונגען אָט דאָס פּאָפּולערע ליד אַזוי שיין און ריכטיק ווי איצט מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו.

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט פֿאָרגעלייענט אַ פֿראַגמענט פֿון אַן אַרטיקל וועגן שורע טורקאָוו און איר וועג אין טעאַטער געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" דורכן פֿאַרשטאָרבענעם מיכאל בן־אַבֿרהם (ווײַנאַפּעל) ז״ל. דאָרט שילדערט דער מחבר פֿון אַרטיקל, צווישן אַנדערן, פֿאַרכאַפּנדיקע פּרטים פֿון איר טעאַטער־ביאָגראַפֿיע: "שורע גרינהויז פֿאַרמאָגט אַלע אייגנשאַפֿטן פֿון אַ גוטער אַקטריסע — זי האָט אַ גוטע שטימע, אַ גלענצנדיקע דיקציע, אַן אינטעליגענטן אופֿן פֿון אינטערפּרעטירן אַ ראָלע; זי איז דערבײַ זייער אַ שיינע פֿרוי... איז דעריבער קיין וווּנדער נישט, וואָס באַלד פֿאַרנעמט זי דעם אויבנאָן אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער".

פֿון דעם ישׂראלדיקן אַקטיאָרן־פֿאַרבאַנד, "עמי", וווּ שורע איז אַ לאַנג־יאָריקע מיטגלידערין, זײַנען געקומען זי צו באַגריסן צוויי פֿאָרשטייער: די וויצע־פֿאָרשטייערין פֿון פֿאַרבאַנד, מאירה און עמיל, ביידע שורעס געטרײַע פֿרײַנד נאָך פֿון יענע גוטע יאָרן; די העברעיִש־ייִדישע שרײַבערין און לעקטאָרין לאה אילון דערציילט וועגן איר באַגעגעניש מיט דער דעמאָלטיקער אויפֿזעערין פֿון "שלום אַש־הויז" אין בת־ים, ווען זי איז געקומען אַהין זוכן מאַטעריאַל פֿאַר איר דאָקטאָראַט. פֿון דער ערשטער מינוט איז זי טיף באַאײַנדרוקט געוואָרן פֿאַר דער גרייטקייט איר צו העלפֿן, וואָס שורע האָט אַרויסגעוויזן. פֿון דעמאָלט אָן ציט זיך זייער פֿרײַנדשאַפֿט. יצחק לודען דערמאָנט די אומשטאַנדן, ווען שורע האָט איבערגענומען די אָנפֿירונג פֿון קולטור־קרײַז בײַם "אַרבעטער־רינג" (זי איז געווען די נאַטירלעכע פֿאָרזעצערין פֿון ווײַנאַפּעלס קולטור־אַרבעט).

שמואל עצמון האָט וואַרעם באַגריסט שורע טורקאָוו און האָט זיך פֿאַררופֿן אויף זײַן לעבנס־ווערק, דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, וואָס האָט איצט געפֿײַערט צוואַנציק יאָר זינט זײַן אויפֿקום; ער איז צופֿרידן מיט זײַנע ביז איצטיקע דעגרייכונגען. נישט ווייניק איז אויפֿגעטאָן געוואָרן, כּדי אײַנצוּוואָרצלען בײַם ייִדיש־ישׂראלדיקן פּובליקום דעם באַוווּסזײַן פֿון אַ ייִדישן טעאַטער. ס׳איז נאָך פֿאַרבליבן אָבער אַ סך וואָס צו טאָן און ער איז ווײַטער אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין די גרויסע און וויכטיקע פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט. אַ טייל פֿון דער צוקונפֿט, וואָס באַשטייט אין שאַפֿן אַ קליינקונסט־טעאַטער אין שלום־עליכם־הויז, איז שוין כּמעט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.

דער לייטער פֿון "ייִדישפּיל" איז געקומען אין דער באַגלייטונג פֿון צוויי אַקטריסעס פֿון זײַן טעאַטער: מאָניקאַ וואַרדימאָן, וועלכע איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ פּאָפּורי פֿון פּאָפּולערע ייִדישע לידער, און מירי רעגנדאָרפֿער, וואָס האָט אויסגענומען, בעיקר, מיט ביאַליקס באַוווּסטן ליבע־ליד אויף ייִדיש "נעם מיך אַרײַן הינטער דײַנע פֿליגל" ("הכניסיני תּחת כּנפֿיך") מיט דער מוזיקאַלישער באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש.

עס זײַנען אויך געקומען אָפּגעבן שורען דעם געהעריקן כּבֿוד די באַקאַנטע און באַליבטע דײַטשישע ייִדיש־פֿאַרערערינס דאָראָטעאַ גרעווע און אַניקאַ העלמאַן, פֿון דער שלמה בירענבאַום־געזעלשאַפֿט אין האַמבורג. דאָראָטעאַ און אַניקאַ האָבן צוזאַמען מיט דער זינגערין פּאָלינאַ בילעלאָווסקי פֿון ישׂראל, פֿאָרגעשטעלט אַ רירנדיקע אינסצעניזירונג פֿון אַ ליד, "צוויי רויזן" פֿון באַוווּסטן משלים־שרײַבער אליעזר שטיינבאַרג.

בײַם סוף פֿון פֿרימאָרגן פֿאַר שורע טורקאָוו האָט די באַוווּסטע ליאַ קעניג איר געווידמעט אַ הומאָריסטיש ליד, וואָס האָט בולט אונטערגעשטראָכן די לאַנג־יאָריקע חבֿרישע באַציִונג צווישן ביידע אַקטריסעס.

און נאָך בײַם סוף האָט חיים קאַפּלאַן אין נאָמען פֿון מיכאַל קלעפּפֿיש־כאָר בײַם "אַרבעטער־רינג", איבערגעגעבן שורען אַ שיינע מתּנה.