פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען די האַרמאַטן שיסן, שווײַגן — ווי מיר ווייסן — די מוזעס. ווען עס שווײַגן די האַרמאַטן, אַרבעט מעשׂים די פּאָליטיק. אָבער ווען זיי אַלע ווערן אַנטשוויגן — סײַ די האַרמאַטן, סײַ די מוזעס און סײַ אויך די פּאָליטיק — דעמאָלט צעווילדעוועט זיך בײַ אונדז דער ברוטאַלער כוליגאַניזם, וועלכער איז באַפֿרײַט פֿון אַלע העמונגען און פֿון אַלע מענטשלעכקייטן.

כאָטש אין דעם ראָיענדיקן געזעלשאַפֿטלעכן בינשטאָק ווערן געשעענישן, ווי וויכטיק זיי זאָלן נישט זײַן, זייער גיך פֿאַרגעסן, ווײַל זיי דאַרפֿן אָפּטרעטן דאָס אָרט פֿאַר די נײַע רעוועלאַציעס פֿון דעם טאָג, געפֿינט זיך דאָס לאַנד נאָך אַלץ אונטער דעם שטאַרקן שאָק פֿון דער שחיטה פֿון אַ גאַנצער משפּחה פֿון זעקס נפֿשות אין אַ "פּערפֿעקטן פֿאַרברעכן", וואָס ווערט צוגעשריבן דער "קאַווקאַזישער מאַפֿיע" — איינע פֿון די טעטיקע מאַפֿיעס, קעגן וועמען די פּאָליציי איז כּמעט אומבאַהאָלפֿן אין איר מלחמה מיט דער אָרגאַניזירטער אונטערוועלט.

דער מאָרד פֿון דער גאַנצער משפּחה — דערונטער אַ זויגלינג פֿון עטלעכע חדשים — איז געווען ביז איצט דער הויכפּונקט פֿון דעם צעווילדעוועטן כוליגאַניזם אין דער וועלט פֿון קרימינעלן "פּראָטעקשן", פֿרויען־האַנדל און אַנדערע "בּכּבֿודיקע פּראָפֿעסיעס". אַ גאָר חשובֿ אָרט אויף דעם בעסטיאַלישן פֿראָנט פֿאַרנעמט די קרימינעלע "פּריוואַטע איניציאַטיוו", דער "נישט־אָרגאַניזירטער" פֿאַרברעכן: דאָס זענען די ברוטאַליטעטן אין דער משפּחה. צוויי טעג נאָך דעם דערשיטערנדיקן מאָרד פֿון די זעקס נפֿשות האָט אַ מאַן דערמאָרדעט זײַן פֿרוי און זייער טאָכטער, וואָס אַן ענלעכער פֿאַל איז אויך געשען אַ קורצע צײַט פֿאַר דעם "גרויסן" מאָרד; אַ זון האָט דערמאָרדעט זײַן טאַטן, און אַ צווייטער האָט, ממש די טעג, דערמאָרדעט זײַן מאַמען. אַן אַנדערער פֿאָטער האָט, אין אַ צושטאַנד פֿון שיכּרות, דערהרגעט זײַן ווײַב און זײַן נאָרוואָס געבוירן עופֿעלע, און איז דערנאָך באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. צוויי זעלבסטמאָרדן זענען באַגאַנגען געוואָרן אויפֿן גרונט פֿון חובֿות און ייִאוש צוליבן פֿאַרפּלאָנטערן זיך אין דורכגעפֿאַלענע ספּעקולאַציעס אָדער משפּחה־טראַגעדיעס.

דאָס אַלץ איז געשען אין די לעצטע עטלעכע וואָכן. מיר האָבן נישט קיין גענויע סטאַטיסטיק (זי איז פֿאַראַן בײַ דער פּאָליציי), אָבער די ברוטאַלע פֿאַרברעכנס מערן זיך פֿון טאָג צו טאָג. עס איז שוין אַ סך וועגן דעם געשריבן געוואָרן, אָבער די פּרעסע האָט אַוודאי נישט פֿאַר דעם קיין רפֿואה — אַזוי ווי פֿאַר די פּלאָגן פֿונעם וועטער.

פֿון וואַנען נעמט זיך אָבער די דאָזיקע ברוטאַלע הפֿקרות? עס מאַטערן זיך איבער אָט דער סוגיא די סאָציאָלאָגן און די קרימינאָלאָגן און די כּלערליי אַנדערע מומחים. די מערסטע מערדערײַען פֿון מעסער־שטעכערײַ קומען פֿאָר נעבן די "פּאַבן", אין וועלכע די ווילד־בליִענדיקע יוגנט פֿאַרברענגט אירע נעכט אין שיכּרות און אין אַקטיווער בטלנות. קינדער אין זייער פֿריִער צען־יאָריקייט טרינקען זיך אָן ביז שיכּרות, און מינדעריאָריקע ייִנגלעך וואָס ווילדעווען שיכּורע אויף די וועגן מיט די אויטאָס פֿון זייערע באַצוווּנגענע עלטערן, זענען גורם קרבנות, בעת די פּאָליציי בלײַבט אומבאַהאָלפֿן מיט איר באַשרענקטן מענטשן־כּוח. די מערסטע פֿאַלן פֿון זעלבסטמאָרד זענען פּשוט אַ רעזולטאַט פֿון ייִאוש און פון פּערזענלעכער אומבאַהאָלפֿנקייט.

און אומבאַהאָלפֿן איז אויך די רעגירונג, נישט געקוקט אויף איר אומבאַשרענקטער מענטשן־קראַפֿט פֿון אירע 30 מיניסטאָרן און 8 וויצע־מיניסטאָרן, מיט זייערע אָנגעבלאָזענע פּערסאָנאַלן און בודזשעטן — אַן אויסגעברייטערטער מלוכישער מעכאַניזם, וואָס האָט נישט קיין גלײַכן צו זיך אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער מדינה. דאָס אָפּגעשאַפֿטע און צוריק צוגעזאָגטע געזעץ, וואָס האָט אַמאָל באַשרענקט די רעגירונג ביז צו אַכצן מיניסטאָרן — איז געבליבן רוען אינעם שופֿלאָד פֿון דעם אָנגעזאַמלטן הויפֿן פֿון נישט דערפֿילטע מלוכישע צוזאָגענישן.

אויף העכער 150 מיליאָן שקלים ווערט געשאַצט די מלוכישע הוצאה פֿאַר די צוגאָבלעכע בודזשעטן פֿון דער אויסגעברייטערטער רעגירונג, וואָס איר עיקרדיקע פֿונקציע איז — פֿאַרפּאַנצערן זיך מיט אַ ברייטער קאָאַליציע, וואָס זאָל פֿאַרזיכערן דער רעגירונג אויסצולעבן וואָס לענגער און איבערצוקומען אַלע דערוואַרטע און אומדערוואַרטע קריזיסן. דעם ערשטן און שווערסטן קריזיס איז זי שוין איבערגעקומען מיטן אַדורכפֿירן אין דער כּנסת דעם צוויי־יאָריקן מדינה־בודזשעט און זי איז שוין מער קיינעם גאָרנישט מחויבֿ: איצט מעג שוין נתניהו מיט זײַן געהאָרכזאַמען פינאַנץ־מיניסטער, יובֿל שטייניץ, פּלוצעם קירצן מיט זעקס פּראָצענט די שוין באַשטעטיקטע בודזשעטן פֿון אַלע מיניסטעריומס; דער עיקר די באַדינונגען, כּדי צו העכערן דעם קריגס־בודזשעט מיט נאָך צוויי ביליאָן שקלים. צו די 50 ביליאָן (מיליאַרד) שקלים, וואָס זענען פֿרײַ פֿון יעטוועדער געזעלשאַפֿטלעכער און אַפֿילו פּאַרלאַמענטאַרישער קאָנטראָל.

מיט אָט די "פֿרײַע הענט" האָט דער זיכערהייטס־מיניסטער, אהוד ברק, דער מנהיג פֿון "עבֿודה", געקענט זיך דערלויבן צו פֿאָרן צו דער דערעפֿענונג פֿון דעם "אַוויאַציע־סאַלאָן" מיט אַ דעלעגאַציע פֿון 50 באַגלייטערס און צו נעכטיקן (אויפֿן חשבון פֿון דער מדינה) פֿיר נעכט אין אַ לוקסוס־האָטעל אין אַ קעניגלעכער סוויטע פֿאַר 2,500 יוראָ אַ נאַכט און באַצאָלן פֿאַר אַ גאַנצער באַשטעלטער וואָך, ווי אויך פֿאַר דער גאַנצער וואָך פֿאַר 58 באַשטעלטע צימערן אין פּאַריזער "אינטערקאָנטינענטאַל" — בעת "נאָר" 50 זענען געוואָרן אויסגענוצט, און "בלויז" פֿיר טעג... ווי קאָן מען דאָס פֿאַרמײַדן פֿון אַ מיניסטער, אַן אַרבעטער־מנהיג, אַ געוועזענעם קיבוצניק וואָס וווינט אין אַ טורעם־הויז פֿאַר מיליאָנערן אין אַ דירה, וואָס האָט די ווערט פֿון 30 מיליאָן שקלים...

פֿאַר דער רעגירונג פֿון נתניהו, וואָס ער אַליין זאָגט זיך אויך נישט אָפּ פֿון דעם לוקסוס, איז דאָס נישט קיין מניעה און נישט קיין בושה. אַ בושה איז דאָס פֿאַר דער אַרבעט־פּאַרטיי, די גרינדערין פֿון דער מדינה, וואָס איז אין "זכות" פֿון איר מנהיג געוואָרן אַראָפּגענידערט צו 13 מאַנדאַטן אין דער כּנסת און אינעווייניק צעקרישלט און שוין מער נישט רעלעוואַנט ווי אַ ווירקנדיקער פּאָליטישער פֿאַקטאָר. זײַן איצטיקע פֿונקציע איז אָבער דער עיקר — ניט שטערן נתניהון אָפּצוהיטן דעם פּאָליטישן סטאַטוס־קוואָ, וואָס זאָל דערמעגלעכן דעם אינטענסיוון בוי פֿון דער קאָלאָניזאַציע און נישט לאָזן, אונטער פֿאַרשיידענע תּירוצים, דעם שלום־צוג זיך רירן פֿונעם אָרט. נתניהו האַלט אָבער אין איין דערקלערן זיך אין ליבע צום שלום, אָבער די אַחריות, די שולד פֿאַר דעם שטילשטאַנד, וואַרפֿט ער אַרויף אויף דעם "נישט־פּאַרטנער", אַבו מאַזען, און כּלפּי אָבאַמאַ וויל ער ווידער אָנהייבן אַלץ פֿון דאָס נײַ.

די פּאַלעסטינער האָבן מקיים געווען זייער חלק — דאָס אָפּשטעלן דעם טעראָר — אין דעם ערשטן פּאַראַגראַף פֿון דער "וועגן־מאַפּע", לגבי וועלכן ישׂראל האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט "אײַנצופֿרירן" דעם בוי פֿון דער קאָלאָניזאַציע. איצט בלײַבט אַלץ אָפּהענגיק פֿון דעם אַמעריקאַנישן באָס און פֿאַרמיטלער, פּרעזידענט אָבאַמאַ.

אָבער נישט כּדי צו באַנײַען דעם שלום־צוג האָט נתניהו זיך אַרומגערינגלט מיט אַזעלכע "ליבהאָבערס פֿון שלום", ווי אַבֿיגדור ליבערמאַן, בני בעגין, משה "בוגי" יעלון, אלי ישי און אַפֿילו אהוד ברק ווי מיניסטאָרן אין זײַן רעגירונג. זיי קענען אָבער זײַן רויִק: אַזוי ווי דער טעראָר פֿון כאַמאַס, וואָס האָט אים געדינט ווי אַ תּירוץ פֿאַר דער פּאָליטיק פֿון אָפּזאָג אין זײַן פֿריִערדיקער רעגירונג, אַזוי זײַנען אים איצט אונטערגעקומען דער גאָלדסטאָון־באַריכט און די שטינק־באָמבע פֿון דעם טערקישן "פֿאַרבינדעטן". ביידע שטרויכלונגען, וואָס ישׂראל האָט געקענט פֿאַרמײַדן אויב זי וואָלט גלײַך נאָך דער מלחמה אין עזה באַשטימט אַן אויסערלעכע (נישט פֿון צה״ל) מלוכיש־יורידישע אויספֿאָרש־קאָמיסיע אונטער דעם פֿאָרזיץ פֿון דעם וועלט־געשאַצטן געוועזענעם העכסטן ריכטער אהרון ברק — אין אָנבליק פֿון די הונדערטער (קרובֿ צוויי טויזנט) תּבֿיעות פֿון פּאַלעסטינער און וואָלט דאַן מיטגעאַרבעט מיט דער גאָלדסטאָון־קאָמיסיע — וואָלט ישׂראל געקענט פֿאַרמײַדן איר איצטיקע איזאָלאַציע און די באַנײַטע טענה, אַז "די גאַנצע וועלט איז קעגן אונדז".

און — וואָס שייך דער אַחריות פֿאַר דער נײַער כוואַליע פֿון דעם אַלטן אַנטיסעמיטיזם, האָט אויך די רעגירונג פֿון ישׂראל אַ היפּשן חלק אין דעם. ווײַל אויב זי דערקלערט זיך ווי די רעפּרעזענטאַנטין פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, פֿון די ייִדישע תּפֿוצות, שענקט דאָס די אַנטיסעמיטן דעם מאָטיוו אַרויפֿצוּוואַרפֿן אויף די ייִדן אין די תּפֿוצות די אַחריות — אָדער ווי שותּפֿים צו דער אַחריות — פֿאַר דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל, פֿאַר די מעשׂים פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. אין אַלע פֿאַלן, ווען בראָש פֿון דער רעגירונג איז געשטאַנען דער "ליכּוד" און דער רעכטער לאַגער, האָט געהוליעט דער אַנטיסעמיטיזם אויף דער וועלט. נישט אַזוי אָבער זעט דאָס די רעגירונג פֿון ישׂראל.

— דער גאָלדסטאָון־באַריכט האָט אונדז פֿאַרשוואַרצט פֿאַר דער וועלט, אום־שמום, די גאַנצע וועלט איז ווידער קעגן אונדז, און אמעריקע — אונטער אָבאַמאַ — דריקט אויף אונדז מיר זאָלן מקיים זײַן די פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר די שלום־פּלענער? — "מיר זענען נישט קיין פֿרײַערס" (נתניהו); אָבאַמאַ וועט אונדז נישט דיקטירן און "איך האָב נישט מורא פֿאַר די אַמעריקאַנער" (גענעראַל יעלון); אַבו־מאַזען וויל מיט אונדז נישט רעדן? — מיר האָבן נישט קיין פּאַרטנער (אהוד ברק). די טערקן האָבן אונדז אָפּגעטאָן אויף טערקיש? — מיר וועלן זיי אויך איבערלעבן. זיי האָבן מבֿטל געמאַכט די מאַנעוורעס פֿון נאַט"אָ מיטן אָנטייל פֿון דער ישׂראלדיקער אַוויאַציע און אַנשטאָט דעם, אַדורכגעפֿירט מאַנעוורעס מיט סיריע? זיי וועלן, חלילה, אָפּשטעלן די געווער־באַשטעלונגען בײַ דער ישׂראלדיקער געווער־אינדוסטריע, זיי וועלן אונדז באַשמוצן פֿאַר דער וועלט ווי רוצחים פֿון קינדער? — זיי וועלן אונדז אָבער ליפֿערן וואַסער און וועלן אונדז אויסלייזן פֿון דער טריקעניש. און דער שלום? — ער קען וואַרטן. ער וואַרט שוין זעכצן יאָר זינט דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וועט ער וואַרטן נאָך זעכצן יאָר (אַבֿיגדור ליבערמאַן).

"מיר וועלן זיך שוין אַן עצה געבן אָן זיי"...

אַזוי, אין זעלבן גײַסט האָט מען גערעדט מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען אַראַפֿאַט איז אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ מלך אין דער יו־ען, ווען זי האָט געטאַדלט דעם ציוניזם און אים פֿאַרגליכן צום ראַסיזם. אַזוי האָט מען באַהאַנדלט ישׂראל ווען יצחק שמיר האָט געטענהט, אַז "עס איז נישטאָ וואָס זיך צו אײַלן, עס ברענט נישט". און אַזוי איז געווען מיט נײַן אָדער צען יאָר צוריק, נאָכן אויפֿרײַס פֿון די געשפּרעכן אין קעמפּ דייוויד און שרונס אויפֿמאַרש אויפֿן הר־הבית — און פֿאַר דער צווייטער אינטיפֿאַדע, אאַז"וו, אאַז"וו.

ביז איצט האָט וואַשינגטאָן באַשיצט אַלע גענג פֿון ישׂראל, אַפֿילו ווען זיי זענען איר נישט געפֿעלן. הײַנט שטייט אַמעריקע נאָך אַלץ הינטער אונדז — אָבער נישט אונטער יעדן באַדינג. פֿירט זיך דערווײַל די רעגירונג פֿון נתניהו־ליבערמאַן־ברק לויט דער עצה פֿון יענער ייִדישער מאַמען, ווען מען האָט מאָביליזירט איר זון אין דער צאַרישער אַרמיי צו קעמפֿן אין דער מלחמה קעגן די טערקן: "היט זיך אָפּ און זײַ נישט צו פֿלײַסיק. דערשיס אַ טערק און רו זיך אָפּ". וואָס וועט אָבער זײַן, מאַמע, אויב דער טערק וועט שיסן אויף מיר און וועט מיך דערהרגענען? — האָט דער זון געפֿרעגט. חס וחלילה, מײַן זון. וואָס קען ער דען האָבן צו דיר, וואָס האָסטו אים אַזוינס געטאָן, אַז ער זאָל וועלן דיך דערהגענען?...

דערווײַל פֿײַערט נתניהו זײַן טאָפּלטן נצחון: ער האָט מצליח געווען צו "פֿאַרפֿרירן" דעם שלום און צו צעשמעטערן און צעקרישלען — מיט דער הילף פֿון אהוד ברקן — דעם לאַגער פֿון שלום און די ישׂראלדיקע אַרבעט־פּאַרטיי.

תּל־אָבֿיבֿ, אָקטאָבער 21, 2009